בית פורומים כל העולם כולו

איראן: פרישע קאלאפאטע פאר זאליס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/12/2006 06:42 לינק ישיר 
איראן: פרישע קאלאפאטע פאר זאליס

ר' זלמן האט פריש אנגעמאכט מיט זיינע נערישע קינדערישע געכאפטע שריט.

ער האט פאריגע וואך ווייטער געכאפט ווי א דריי יעריג קינד און געוואלט האבן אטענטשאן, ווען ער האט ארויסגעבען א פרישער בריוו פון זיין סיין בי"ד קעגן דאס וואס די נטוי קרתא און ליינער'ניסטן זענען געגאנגען קיין איראן.

פארשטייט זיך אז די גאנצע בריוו גיט ער ארויס נאר פאר אטענטשאן אז יעדער זאל זעהן אז ער איז סאטמאר רבי אין ער האט א בי"ד, און ער פרובירט א יעדע וואך ארויסגעבען א בריוו קיינער בעט אים נישט, עס מאכט פון אים פורים אין אלע גאסן.

יעצט מיט די בריוו קעגן די ליייטנער חברה האט ער זיך אריינגעלייגט אין א פרישע קלאפאטע, נאכדעם וואס ר' אברהם לייטנער וואס האט מתיר געווען דאס גיין קיין איראן האט אנגעריפען ר' זלמן דארנערשטאג אז ער זאל שוין צוריק ציען פון זיין בריוו, זיי זענען געגאנגען נאכדעם וואס ער האט געזאגט אז מען זאל גיין, ער האט אים געזאגט אז טאמער ער ציט נישט צוריק געמאלס האקט ער אפ מיט אים.

אברהם בער יאקאבאוויטש האט אויך געווארנט ר' זלמן אז ער זאל צוריק ציען אז נישט וועט ער באצאלען דערפאר.

אלתר משה גאלבערגער האט יעצט אויף זיין האט ליין א נייע שארפע דרשה קעגן ר' זלמן מיט זיין בריוו, און ער איז מסביר אז ר' לזמן טוט אלעס וואס משה גבאי הייסט, משה גבאי איז רבי.

די סיקריקון די פרומע נטוי קרתא האבן איינגעמאלדען פאר די זאליס אין ירושלים אז זיי האקן אפ מיט זיי, און זיי האבן אראפ געריסן ר' זלמן בריוו אין ירושלים.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2006 22:22 לינק ישיר 

trueonly2:

סטיווען ווייס מגולגל אין הערץ פרענקל

אלטר משה האט ווארשיינליך אנגעהויבן זעהן חזיונות פון הימל א שטייגער ווי די ספרדישע באבא'ס און חאכאמ'ס, היינט מעלדט ער מיט פאטאס אז הערץ פרענל - די "אחד הרבנים" גאסט עדאטאריעל שרייבער אין "דער איד" די פארגאנגע וואך אנטקעגן נטורי קרתא'ניקעס וואס האבן זיך באטייליגט אין די האלאקאוסט קאנפערענץ אין איראן - איז גאר א גלגול פון "סטיווען ווייס" א באאקאנטע ציוני אין די צייטן פון די האלאקאוסט.

הערט'ס און האטס הנאה:

6143-990-212




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2006 22:59 לינק ישיר 

מקוה איד, פיין גערעדט. איך האב דאס געוואלט שרייבן אבער דו האסט מיך אויסגעכאפט.

דאס איז די אמת'ע שיטה פון סאטמאר, און דאס איז די סיבה פארוואס דער רבי שליט"א האט געזאגט אז מען זאל זיך נישט וויסנדיג מאכן פון זיי, ווייל ארויסגיין קעגן זיי מיט א ווילדן קאמפיין איז פונקט אזוי שעדליך פאר'ן יהדות החרדית ווי דאס וואס זיי האבן געטאן.

די זאליס געטאן א געפערליכן פארברעכן מיט'ן מאכן אזא איבערקערעניש אין די גאנצע וועלט. אסאסיעיטעד פרעס קומט אן צו יעדע איינציגסטע לאנד, און וואס פעלט אויס זיך צו רייצן מיט די אראבער און זיי איינמעלדן אז סאטמאר איז אויך קעגן זיי?

די סיבה פארוואס די זאליס האבן געמאכט אזא שטינק קעגן די נטורי קרתא איז ווייל משה דוד נידערמאן ענד קאמפאני זענען אפיליעיטעד מיט די גרויסע ציוניסטישע ארגאניזאציעס, און אויב ווילן זיי ווייטער באקומען די מיליאנען מוזן זיי זיך ארויסשטעלן וואס מער פרא-ציוניסטיש פאסיבל. אזוי אויך איז מיט התאחדות הרבנים וואס קען פארלירן צענדליגער טויזנטער דאלער אין הכשרים, אויב מאכט מען א באיקאט קעגן זיי.

אלזא, דער זאלי קאמפיין איז חניפה לציונים אין פולסטן זין פון ווארט.

די זאליס זענען די וואס קענען פארלירן אויב מען זאל זיי פארבינדן מיט די נטורי קרתא און וועגן דעם קומען זיי ארויס מיט אזא פייער יעדעס מאל וואס די נטורי קרתא מאכט א שטינק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איראן: פרישע קאלאפאטע פאר זאליס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext