דיפלאמאט,
כ'ווייס נישט פון וואו ער נעמט דעם היתר. אזויפיל קען איך דיר יא זאגן, אז ער האט עס געטאן ווייל די פריערדיגע קאך איז געווען אויסגעשטעלט פאר א גוי (איין סינק וכו'); האט ער איבערגעמאכט די קאך פאר א אידישער.
בעיקר דארפסטו פארשטיין אז "קראוס מענעדזשמענט" האט די משפחה נישט ארויסגעווארפן וועגן דער קאך. ס'איז געווען נישט מער ווי אן אויסרייד. ער וויל פון דארט ארויסזען אלע טענענטס, איינס ביי איינס. די סיבה איז - אויב איך מאך נישט קיין טעות - די קאמפן וואס ווערן קעגן אים געפירט קעגן א רענט-העכערונג.
צי קראוס איז גערעכט, אז ער מעג העכערן די רענט, איז א באזונדערע שאלה, און ס'קען אפילו זיין אז ער איז גערעכט. טענות קען מען אבער יא האבן קעגן א געוויסן "שתדלן" פון וויליאמסבורג, וועלכער האט קלאר יא געקענט טאן (אן אנגעשטעלטער פון קראוס האט געזאגט פאר די משפחה אז ער וועט מיט יענעם פארהאנדלען), אבער איז געזעצן אויף די הענט וועגן פארשידענע זייטיגע חשבונות.
דער יעניגער מעג זיך שעמען.
|
|