נייע האטליין, אלע קעץ ארויס פון זאק
1-212-461-2778
נשלח ב-21/12/2006 18:27
בקיצור וואס ער זאגט דארט.
אז רב ביק, און רב וויינבערגער, און איצא גליק, זענען א חברה מאפיאנערען, און שטערען אים ווייל ער האט זיי געפאקט געבען הכשרים אויף כשר'ע מקוואות, און לאזען אים נישט שטעלען מודעות אין צייטונג, ווייל זיי ווילען אים אונטערברענגען.
נשלח ב-21/12/2006 18:49
ער טענה'ט אז די מקוה אין ווילי פין סאטמאר איז ספק פסול דאורייתא, א. די פלעקסי גלעס וואס איז דא ווען די מי גשמים קומט אריין, האט חקיקות, ב. די טיילס האבען חריצים, און די אחרונים פסל'ן עס מדאורייתא. ג. די השקה וואס מען דארף מאכען יעדען טאג, פלעגט מאכען ר' אברהם כ"ץ, יעצט טוהן עס אייניקלעך, וואס ווייסען נישט וואס זיי טוהן, און טוהן עס נישט כדבעי, זיי טריקענען נישט ריכטיג, ד. די דיין, ר' ישראל חיים מנשה האט אים געזאגט אז ער גייט נאר פיר מאל א יאר, ה. ער גייט קיינמאל נישט פלוצלינג.
נשלח ב-22/12/2006 17:33
דער ראזענבערג, ווען נישט די הלכות מקוואות מיט וואס ער איז עוסק, וואלט ער זיך שוין געפונען אין "נארן הויז".
וועסטו אים רופן באקוקן די מקוה, וועט דיין מקוה זיין מהודר לכל הדיעות, מיט 20 ראשונים און דרייסיג אחרונים. (אמאל וועט ער הייסן שטילערהייט מאכן "עפעס תיקונים"),
וועט ער אבער קומען אין די מקוה אן קיין איינלאדונגען, אדער גאר ווען א יחיד רופט אים צו א ציבור'ישע מקוה, און כ"ש ווען ס'רעדט זיך נאך פון א נשים מקוה, איי איי איי וועט ער דארט טרעפן פסולים מדאורייתא אפילו אויף בדיעבד, לוי הונדערט פופציג שיטות (ברצותו מרחיב וברצותו מטה וברצותו מקצר...)
אויב שפירט ער אז די רבני'שע אויטאריטעט מיט וועם ער קעמפפט איז צו שטארק, און ער קען נאך ארויס גיין א לוזער, דעמאלס הייבט ער אן מיט ניבול פה און שמוציגע פאשקווילן, ווייל אויב איז שוין די מקוה יא כשר, זאל ער כאטש עפעס געווינען...
נשלח ב-22/12/2006 20:24
דעס איז געשטאנען אין נאך א פורום
אין יעדע זאך וואס ער שרייבט ליגט א שטיקל אמת. שטעלט אייך יעצט פאר ווען סאטמאר וואלט געמאכט דעם עירוב. אפילו עס וואלט געווען פסול . וואלטן זיי געשריגן פארקערט אויף יעדען וואס טראגט נישט "שייגעץ!!! פארוואס טראגסטו נישט !! צדוקי!!. אזוי וויא ביי די בשר בהמה מיט קאשויער רב האבען זיי געשריגען. "מוציא לעז" . און אזוי וויא ביי די פסחדיגע (חמצדיגע) מצות אין די למ"ד יארן וואס מען האט געטראפן ווייצלעך. עס איז געווען דעמאלס גדולי הרבנים וואס האבן געוואלט אסרן . די מצות. האבן זיי געשריגען. ווער עס עסט נישט איז א אפיקורס.
סאטמאר זאגט. אז ביי א אנדערען רבין טאמער דער דער רבי וואלט געגעסען חזיר ל"ע וואלט מען געזאגט אז די חזיר איז כשר . אבער ביי אונדז אין סאטמאר . וואלט דער עולם געשריגן . דער רבי איז א שייגעץ.
איין טעות איז דא אין די מעשה.
ביי אן אנדערען רבין. ווען דער רבי וואלט געגעסען חזיר ל"ע וואלטן די חסידים טאקע געזאגט אפשר אז די חזיר איז כשר . אבער זיי ואלטן נישט געגעסן.
אבער ביי אונדז אין סאטמאר טאמער דער רבי וואלט געגעסן חזיר. וואלטן זיי יעדען נאכגעשריגען... שייגעץ!! דו עסט נישט דעם חזיר . ביסט אן אפיקורס. !!
היינו טעמא דמקוה. היינו טעמא דערכאות. היינו טעמא דחלב דאורייתא. היינו טעמא דמצות פסח
איך ביןן געווען ביי קידוש לבנה . ביי רבי טודרוס. מוצאי ש"ק מען האט געזונגן "טובים מאורות כנהוג. מען האט גענדיגט. והוא ישלח במעשי ידינו ברכה והצלחה. . האט איינער זיך גענומען צו שרייען. פארוואס זאגסט דו נישט במוצאי יום גילה. דער רבי זי"ע האט דאך איינגעפירט אז מוצאי שבת זאגט מען ביזן סוף חרוז. האט יענער גענטפערט. אז ער געדענקט נאך אין סאטמאר מען האט מוצאי שבת אויך נישט געזונגען ווייטער וויא ברכה והצלחה. האט זיך דער ערשטער גענומען צו שרייען . אפיקורס . שייגעץ גוואלד דער רבי זי"ע האט דאך איינגעפירט אז מוצאי שבת זאל מען זאגען ביזן סוף.
דער אמת איז אז איינמאל מוצאי שבת האט מען זיך טועה געווען ביים רבין און מען האט געזונגען ווייטער במוצאי יום גילה וכו' האט דער רבי געשמייכעלט און געזאגט אז עס זאל שוין בלייבן אזוי.
דאס זעלבע. אין די גאנצע וועלט איז דער קדיש נאכן שיר של יום און נאך קוה א קדיש יתום. אפילו עפ"י האר"י איז עס א קדיש יתום . און ווען איינער האט נאך ביידע עלטערען איז ער מדקדק ח"ו נישט צו זאגען די קדישים.
דא אין סאטמאר . ווייל ביים רבינס מנין האט מען געזאגט די קדישים . (חאטש אין רבינס צייטן ביי די אנדערע מניינים האט מען קיינמאל נישט געזאגט די קדישים אויזער אויב עס איז געווען א יתום ל"ע. )
טאמער איינער זאגט נישט דעם קדיש שרייען די סאטמארע .נו! נו!! קדיש . געוואלד דו זאגסט נישט קדיש נאך קוה ביסט אן אפיקורס. דער רבי האט דאך געזאגט.
אנשטאט מען זאל מתקן זיין די מקוה. וכדומה. איז דער צווייטער וואס האט יא א כשרע מקוה. דער איז דער אפיקורס..
.ווען אין וואודרידזש כולל קאנטרי איז די מקוה געווען פסול. עיין המכתב של רבי יצחק לעבאוויטש. והרב נחום. און עס איז געקומען א בער. ל"ע האט רז"ל פילעף נעבעך געוויינט און געשריגען . אלץ איז דערשולד. ווייל עס איז דא א "טמאנער עירוב" אין ווילאמסבורג. וועגען איז נעבעך געשען דער אומגליק אין וואודרידזש ביי די גרעסטע לוחמים קעגן עירוב.
און טאמער איינער לאכט שרייט מען געוואלד . ביזט דאך מבזה ת"ח . שפעטס פון די גאנצע תורה.
מום שבך אל תאמר לחברך. קודם האלטס איין די תורה נאכדעם רעדטס.
דער שאפראנער שרייבט די וואך אין איד . אז די רבנים הרב צבי אייזנשטאט מיט הגאון הגדול רבי יונתן שטייף. מיט רבי מיכאל בער מיט פאפער רב זצ"ל האבען געוואלט מאכן אן עירוב אין וויליאמסבורג. נו!! וואס וויל ער דער שאפראנער ! ביי אונדז אידען איז גענוג די הוה אמינא פון די הייליגע גדולי הרבנים . וואס ביי רבי יונתן שטייף זי"ע איז פארגעקומען אין איין וואך מער שאלות בד חלקי שו"ע וויא ביי .... א גאנץ יאר. וד"ל. נאר ליידער פאר די פארטיי פון יונגעלייטלעך געפעלט נישט די פסק פון די רבנים. א רבס פסק איז נאר גוט טאמער ער האלט מיט די פארטיי.
דעם ווינער מעג מען מבזה זיין ווייל ער טאנצט נישט נאך אינגאנצען. און רח"ל כץ מיט הגאון רבי יחזקאל ראטה וואס פאקען איין רז"ל פילעף אין די פאדעשוועס. זיי מעג מען מבזה זיין.
סך הכל. נחום איז דער משוגענער. די אמאליגע רבנים זענען אפיקורסים. פאפער רב זי"ע איז נישט קיין חכם. רבי מיכאל בער האט צוריקגעצויגען. . מקוה איז כשר. חלב איז כשר. חמצדיגע מצות זענען כשר. ערכאות ווען איך וויל איז כשר. בני יואל איז אמאל כשר אמאל טריפה. מעכל לעבאוויטש איז אויך אמאל כשר און אמאל טריפה. רבי מאטעלע. טאנצט ער מיט איז ער כשר. טאנצט ער נישט מיט דארף מען לייגען אויף עהם א פייפער.די ליסט איז נאך צו לאנג.
עם חכם ונבון וויא זענט עטץ. וויא איז ענקער חכמה. עטץ לאזט זיך איינרעדען פון א פאר העצערס.. הלוואי וואלט די מקוה געווען אזוי כשר וויא דער עירוב. וויאזוי האט הרב ביק זי"ל געזאגט. "הלוואי וואלט די סאטמארע מצות געווען אזוי כשר וויא די "דאמינא צוקער" . דעמאלס איז הרב ביק געווען פסול. נאר היינט ווייל ער טאנצט מיט די צדוקי פארטיי ווערט ער כשר און רשכב"הג..
עד מתי פתאיים תהאבון פתי. שטייט אויף פון ענקער שלאף. און זאגט מודה אני.
גוט שבת
נשלח ב-24/12/2006 08:04
לכבוד עבד וכל השאר, עבד איז גערעכט מיט די גאנצע דרשה, אבער דא מיר נ ראזנבערג מיז א מחולק זיין מיט מיין געערטער ר' עבד, איך קען פערזענליך דעם מענטש איבער צוואנציג יאר, ווי אויך זיינע פעולות, איך האב נישט קיין צייט צו קיין אריכות, איך קען נאר זאגן אז ער איז בכלל נישט קיין רב נישט אויף מקוואות און נישט אויף גארנישט, וואס ער איז יא דארף איך נישט זאגן, לייען נאר אביסל זיינע בריוון, וועסטו זיין וואו זיין קאפ ליגט אים ער האט נאך כמעט נישט געבויעט קיין איין מקוה פון אנהויב ביזן סוף, חוץ מזה האב איך אליין מיטגעהאלטן פעלער ווי ער האט גע'פסל'ט מקוואות שלא כהלכה, מיט שקרים וכזבים און מיט פיל רשעות.
ווי פריער דערמאנט איך האב נישט יעצט קיין צייט, כ'אב נאר געפיעלט אז כ'מוז אפשרייבן דעם קורצן תגובה. ועוד חזון למועד.
נשלח ב-24/12/2006 15:57
נאך לייינען אפאר פון זיינע בריון, זיין שפראך איז מער גלייך צו א מנוול ווי צו א רב
נשלח ב-24/12/2006 18:21
כן נראה ג"כ לפענ"ד
נשלח ב-24/12/2006 20:56
אט האט איר בילדער פונם חשוב'ן רב (מיט הגה"צ ר' מאיר בראנסדארפר) און מחבר פון סה"ק
משה אין גביר_אדיר עטצסט קענסט זיין גערעכט, אבער דאס איז נישט קיין קינץ, צי הארגענען די מעסינדשער.
איך האב געהערט פין איין אינסייד מקור אין פאפא, אז זיין פראבלעם מיט די קריצען אויף די שטיגען איז לויט קיינם נישט געווען קיין פראבלעם (אויף די שטיגען טובלט מען זיך נישט אין די קריצען זענען געמאכט געווארן נאך וואס די סטעפס זענען געווען אינסטאלט.) דער פאפא רב האט מחליט געווען אז סאיז כדי צי באצלן אז ער זאל נישט מוצא לעז זיין, סאיז דא געניג וואס וואלטן זיך צי געכאפט דער צי. (ווער עס קען די היסטאריע פין די מקוה)
נשלח ב-24/12/2006 23:10
די בילד איז נישט פון רבי נחום. נאר פון א צווייטן וד"ל
נשלח ב-25/12/2006 04:38
נאך ליינען אפאר פין זיינע בריוו, איז אמת, ער איז טאקע פיסט משוגע, ער טענה'ט אז די הערפיס פין מוהלים וואס זענען מוצץ בפה, קומט, נישט מער נישט ווייניגער, נאר ווייל זיי זענען מזנה, אדער ווייל זייערע ווייבער זענען נישט געגאנגען אין מקוה, אדער ווייל די מוטער פין די קינד איז נישט געגאנגען אין מקוה (דער פסול'ר קאפ פארשטייט אז די סכנות וואס ווערט געברענגט אין חז"ל אויף א נדה, איז אפילו אויב זי איז נישט געגאנגען אין מקוה - דאס איז א טעות, אפילו אויב מען גייט נישט אין מקוה, איז קיין סכנה נישט דא, כידוע). איך ווייס נישט די זאך דאקטויריש, אבער עס גייט מיט זיין הילוך המחשבה, ווי ער באשולדיגט די שוויץ אין זופניק, איך ווייס נישט אויב עס איז יש דברים בגו, מיט זיינע טענות אויף א שוויץ, אבער איך בין כמה פעמים געווען אין א שוויץ, איך האב נישט געהאט קיין שלעכטע עקספיריענס.
זיינע טענות אויף פארשידענע מקוואות, זענען בעיקר נישט אויף די געבוי, נאר אויף די קוקערען, דאס טוישען די וואסער, למשל ער מאכט אן עסק פין נתן סאה ונטל סאה, וואס איז נישט מער ווי א חומרא, ווי אויך זיין טענה מיט די חריצים אויף די טיילס, דארף מען נאך אויך וויסען ווי אמת עס איז, ווייל עס לאזט זיך נישט גלייבען אז די טיילס זאלען האבען א דין כלי, לפי הבנתי, איך האב נישט אדורך געטוהן דאס ענין בשלימות, אבער אויבען אויף זעהט אזוי אויס. ווי אויך זיין טענה פין כלי בתלוש, מיין איך, אני הקטן, אז הגם אחרונים זענען מפקפק אויף געוויסע פעלער, אבער גיי זאג אז א סעמענט געגאסענע מקוה, הייסט א כלי, ווייל עס איז דאס שיטס פין פעך ארום און ארום, איך גלייב נישט אז עס הייסט א כלי אפילו בדיעבד, יעדער וואס האט אמאהל געלעהרנט ווייסט וואס די גדרים פין כלים זענען, גענוג צו פארשטיין אז דער מענטש וואס איז נישט א תלמיד חכם, און קען נאר איין מקצוע, קען נישט מכריע זיין אין גארנישט, ווייל ער פארשטייט נישט די הילוך הדברים אין די פוסקים, און האט נישט קיין געפיל צו דער זאך.
אן ענדליך דוגמא איז דא מיט שליח הקן, וואס עס האט איינער געמאכט א ספק קן צפור, וואס ער ארבעט שיין אדורך, אבער מען קען זעהן פין די ספר, אז ער איז נישט קיין תלמיד חכם, נאר דאס האט ער אדורעך געטוהן, און מען קען זעהן אז ער האט נישט קיין הבנה צו קיין הכרעות וכדומה.