בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מקוה ישראל -- ר' נחום ראזענבערג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/12/2006 19:21 לינק ישיר 

אפשר איז ער א פערד. אבער די המצאה פון הייסען אויף זיין האטליין "בחורים שוין אויפהענגען" איז צופעליג יא מיט אביסל שכל.

ס'דער בעסטער מיטל אז די בחורים זאלען איהם אויסהערן ביז צום סוף.

והוא בדוק ומנוסה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2006 19:47 לינק ישיר 

דער חברה מאן אט זיך ארום געדרייט אין ירושלים עטליכע וואכן און געזוכט מיט וועמען צו שפילן כדור, ווען ער אט געזען אז ער האט ניט געפונען קיין חומר צו בראטן מטעמים, אט ער זיך גענומען צום "שער הניוול"... און מחבר געווען עטליכע געמיינע בריוו וואס מ'טאר ניט ליינען.

און געארבעט מעשים אריינצודרייען די חברי הבד"ץ אין זיין מחריקה, ר' מאיר בראנסדורפער שליט"א וויל אים שוין ניט קענען, און די אנדערע חברי הבד"ץ קוקן ניט מער זיין וועג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 04:27 לינק ישיר 

 

איך קען דעם נחום ראזענבערג גוט, פארברענט אביסל צייט מיט אים הערענדיג זיין דרשות. (די בילד מיט די פולקע האב איך נישט געזעהן אבער אן אייס קרים פאפ אויף לי עוו. האב איך געזעהן לייוו). זיינע בריווען זענען זייער אינטערטענינג, אבער אין א מקום קדוש טאר מען דאס נישט אריין ברענגען.

לענ"ד קען טאקע זייער שטארק זיין אז ער איז בגדר משוגענער (לפי הסימנים המבוארים בחז"ל)
, אבער דער דרשה זיינע אויפ'ן האטליין פאריגער וואך איז ער געווען גאלד כלפי דעם אלטער משה האטליין. דער וועלט וואלט אבער געקענט ניצען נאך א פאר אזאנע משוגעים. איך ווייס פאר א פאקט פון ערשטע האנט אז ער בויט מקואות איבער די וועלט שלא על מנת לקבל פרס. ליינט נאר די אינפא אויף דעם וועבזייטל israel613.com/MIKVAH (ליינט דארט די בריוו פון דעם ביק פון בארא פארק ווי ער בעט אים איבער פאר רעדן אויף אים, איך בין נייגעריג צו דאס א פורים בריוו צו אן אמת)

ליינענדיג זיינע בריווען קומט מיר אויס אז ער איז גאנץ א שיינע מגזם. אבער דאס אלעס, נישט מער ווי א מגזם. וועלעכער מעשה זיינע איך בין נאר נאך דערגאנגען איז מיר נתברר געווארען אז יש דברים בגו, די יסודות'דיגער פאקטן פון די מעשה זענען אמת -  
based on true facts. פארשטייט זיך מען קען זיך מתוכח זיין וויפיל פראצענט פון זיינע מעשיות מען דארף סאבטרעקטען, איכא דאמרי פיפציג פראצענט עס איז דא א דעה אפילו ביז 86.4%, אבער אין גאנצען אוועק מאכען איז סתם געשטעקט די קאפ אין זאמד.

אויף די חלק ההלכה פון זיינע מעשות קען איך (אדער אן אנדערע אויף הייד פארק אדער אפילו רוב רבנים) נישט אריין גיין אין קיין ויכוחים, ווייל פשוט איך קען נישט אזוי גרינטליך הלכות מקוואות איך זאל אים קענען אפווענדען. פארשטייט זיך אזוי אויך קען איך (והנזכרים לעיל) נישט קויפן זיין צד אין די מעשה
lock stock and barrel. אשר על כן אויף זיינע מעשות קען מען זאגען למיחש מיהא בעי.

עס איז מיר אינטרעסאנט צו איינער קען אויף ווייזען
שווארץ אויף ווייס אויף א מעשה וואס ער דערציילט, צו אויף זיין האטליין צו און זיינע בריווען, אז עס איז שוא ושקר, הוידעל בוידעל, טשאדעלע באדעלע.

דרך אגב עס איז מיר א פלא אז ער רעדט אזוי אויף פאפא מקוה, איך האב אים אמאל געפרעגט וועלעכער
מקוה ער רעקאמנדירט האט ער מיר געזאגט פאפא אין וומסב"ג און 52 סטריט און בארא פארק.



תוקן על ידי gezoogt ב- 27/12/2006 4:39:22




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 14:03 לינק ישיר 

ר רעדט דאך צוקער זיס.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 21:41 לינק ישיר 

געזאקט

דו זאגסט עפעס.

ער איז טאקע אביסל טראלאלאלא, אבער איך מיין אזעלכע ווי ער האט געמיינט דער ר' שימעלה ז'עליחאווער זצ"ל מיט זיין באקאנט ווארט:

די צרה פון די היינטיגע וואלט איז אז 
א) ס'נישטא גענוג משוגעים,
ב)  די וואס זענען שוין יא דא, זענען נישט גענוג משוגע

אויף איהם דוכט זיך וואלט ער נישט געזאגט דעם סעיף ב'

על זה אנו מודים: וחסרונן על כל מה שבראת? להחיות בהם נפש כל חי!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2006 19:49 לינק ישיר 

סאיז מיר זייער פרעמד פארוואס מ'קען אזוי אוועק מאכן א גרויסע עסקן, וואס נעמט נישט קיין געלט פאר זיין ארבעט, ער פארט ארום די גלאוב ביז די נארט פאול צו מאכן כשרע מקוות פאר יודען, קען ער אפשר מאכן א מיסטעיק, קען זיין נישט אייביג טוט ער הינדערט פערסענט, אבער ס'קומט אים אסאך קרעדיט פאר זיינע גרויסע אויפטיען אן א שיעור אין די גאנצער וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2006 20:33 לינק ישיר 

CHAPLAIN

דו אליינס קענסט פערזענליך א מקוה וואס ער האט אויפגעשטעלט אדער אפילו פאראכטן?
 
אדרבה השמיעני נא




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2006 20:34 לינק ישיר 

אין בארצעלונא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2006 20:49 לינק ישיר 

איך האב געהאט א חבר וואס איז זיך געאנגען טובלען דארט חתן ביום חופתו ...

דו קענסט דאס פערזענליך צו מפי השמועה?
אויב יא דו ווייסט אפשר וואס ער האט דארט אויפגעטוהן?

ער האט דאס אויפגעשטעלט צו ער האט זיך געמאלדן אלץ רב המקוואות אין זיי האבן איהם גענומען ווי א רב המכשיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2006 21:22 לינק ישיר 

ער האט באמת געבויט אסאך מקוואות.

איך ווייס פון כל מיני פלעצער אין אוקריינא מיט 12-15 יאר צוריק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2006 03:26 לינק ישיר 

עס איז דא א יוד אין וומסב"ג בערל טייטלבוים וואס איז עוסק אין שפאניע, וכמדומה לי האב איך אמאל געהערט פון אים וועגען דעם מקוה שנתייסד או נשפץ על ידי נחום ראזענבערג.

און דעם וועבזייטל וואס איך דערמאן לעיל זעהט מען בעליל אז ער האט געבויט א מקוה און סאן פראסיסקא. אזוי אויך ווייס איך פערזענליך פון צוויי מקואות און נ. דזש. וואס ער האט געבויט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2006 03:33 לינק ישיר 

אם כנים אתם

לפע"ד איז זיך ווערט משוגע צו מאכען זיבעציג יאהר אבי אויף צובויען איין כשרע מקוה פאר אידען.

ירבו כמותו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2007 00:19 לינק ישיר 

 

 



תוקן על ידי עבדעברי43 ב- 02/01/2007 0:19:43




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2007 18:24 לינק ישיר 

איך קען נחום פערזענליך, און איך האף אז ער איז נישט בייז אויף די אלע וואס רעדן אויף עהם, ווייל ס'וועט עם גארנישט העלפן..
ער איז א 'קלוגע משוגענער', ער מאכט א מצב וואס איז א חידוש בימינו אנו, און וויפיל ער טוהט אויף, באגראבט ער זיין נאמען מיטן האטליין, ווייל איינער וואס האקט אויף צדיקי ומנהיגי הדור, איז אטאמאטיש פסול.
אבער כ'מיז מודה זיין, ער איז זיס ווי ציקער אויפן האט ליין, ביטער ווי גאל מיט זיינע מעשים, און עיקש ופתלתול מיט זיין הנהגה.
ער איז אזוי גערעכט און געהויבן ווי עני באדי דא אין היידפארק, די חילוק איז אז קיינער געבט זיך נישט ארויס, און ער איז זיך מבזה למען כבוד שמו..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2007 22:56 לינק ישיר 

אחי ורעי . ידידיי ואהוביי מאז ומקדם. להחזיר העטרה ליושנה. קודם כל שלום עליכם א גוט געבענטשט יאר עטץ זאלטץ האבן אויסגעבעטען אלעס גוטס פאר ענק און ענקערע משפחות הי"ו. און כל משאלות לבכם זאל נתמלא ווערן לטובה ולברכה. עדי נזכה בקרוב לראות בגאולתן של כל ישראל ושמחתן במהרה. (איינס פון די סימני הגאולה איז דאך אז עס וועט זיין א ווינטער אהנע קעלט און פראסט)  

. איך זע אז איינער האט דא צוריק ארויפגעברענגט דעם אשכול פון די האט ליין פון ר' נחום ראזענבערג נ"י.   לידיעתכם זאלט איר וויסען אז יעדע גוטע זאך האט א קעגנער אויך. מאויבי תחכמנו
עס איז דא א האט ליין וואס שימפט יעצט און שעלט רבי נחומ'ן מיט קללות נמרצות אשר אין דוגמתן בכלל אפילו אין די דיקשענערי פון קללות רח"ל . מיט א שרעקליכע האס און שנאה כדוגמא שנאמר בעשו הרשע להבדיל "ועברתם שמרה נצח"  ער רופט עהם אהן מיט כינוי לשונות של גנאי "מקוה שווים באסיין"

און ער שעלט אויך . דזשי ענד דזשי קלאטינג. .אויך  הגאון הגדול אב"ד וואדרידזש שליט"א ער רופט עהם אהן רח"ל "דואג ואחיתופל." . בתוך הדברים גרענעצט זיך זיין האט ליין מיט דברי זלזול על התנאים הקדושים "שמעיה ואבטליון" און אויך איז מעורב בתוך זיין האט ליין . דברי כפירה ממש מלובש בתןך שיינע דברי אמונה רח"ל ערגער וויא די בחינה פון קליפת נגה וואס איז נישט ליכטיג און נישט טונקעל נאר מעורב רע בטוב. .
 (כבחינת הפלוגתא אנפאנג פסחים. רב הונא אמר נגהי ורב יודא אמר לילה. . רב הונא האלט אז מען דארף בודק חמץ זיין בין המשמשות ווען עס איז מעורב חושך ואור. (כפירוש הראב"ד) און רבי יודא האלט אז עס מוז זיין ממש לילה. ) 

די נומבער איז 2129907010  אבער אין מיין אז גלייך וויא איך האב דאס מפרסם געמאכט דא אויפן פארק. וועט ער גלייך און תיכף טוישן זיינע דיבורים אויף אנדערע זאכען וד"ל.

בדרך אגב די הויפט לוחמים קעגן עירוב למען קדושת השבת (בכלומערשט) הרב ביק און דער שאצער זענען דעם פרייטאג ארויסגעפארן קיין מאנסי . און זיי האבען אליין עכט מחלל שבת געווען זיי זענען אנגעקומען לאנג נאכן זמן של שבת קודש רח"ל. כידוע די מעשה פון הייליגן רבי ר' מיכל מזלאטשוב זי"ע מיט מורינו הבעש"ט זי"ע ואין כאן המקום להאריך.

אויך בדרך אגב וועגן די האט ליין פון אלטר משה וואס רעדט וועגן די טרייפענע פיש און מאנסי (וואס איז ערגער וויא פינקעל ווייל עס איז מער לאווין וויא טריפה און נישט געזאלצן פלייש) . דארף מען וויסן אז חסידישע אדער ערליכע יודען טארן זיך ממילא נישט פארלאזן אויף גיסינגער פון לעיקוואוד . וואס ער האט איינגעפירט אז מען זאל עסן אלע ווערעמדיגע ירקות בראקלי ספינאטש מיט א פאלשן הכשר .
 און אויף זיין הכשר איז געבויעט די גאנצע הכשר פון די התאחדות הרבנים אויף "בודק" . וואס לעצטענס נאכדעם וויא מען האט זיי געפאקט מיט מאכיל זיין שקצים ורמשים לישראל.  הייסן זיי לכתחילה אפקאכען אדער צומאלן די ווערעם פון זייערע (נישט) בודק סטראבעריס המתולעים בהכשר פון דעם זעלבען גיסינגער
 (אולי "קיסינדזשער" דער אמעריקאנער סעקרעטערי אף סטעיט וואס האט פרובירט שלום צומאכן אין מיטל מזרח .  אזוי מאכט ער שלום צווישן די ווערעם און די מענטשען רח"ל)  

אויך וואס אלטר משה איז מעורר קעגען דעם "טויביס" בוך געשעפט אין מאנסי איז לידיעתי אמת ויציב. ווייל ער פארקויפט אויך ספרי כפירנ ומינות רח"ל ומצא מין את מינו .

סך הכל פון די האט ליינס איז .. אז דער איד מעג פיטערען דעם עולם מיט שקרים וכזבים. קומען די באי במחתרת אויף די האט ליינס און זענען א ביסל מגלה דעם אמת .




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מקוה ישראל -- ר' נחום ראזענבערג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.