דער פון אויבן פארלאזט נישט דעם אידישן
פאלק, און אפילו מיר זענען שוין געווען איבערצייגט אז דאס איז עס, און די
אויסזיכטן אז עס וועט כמעט נישט זיין קיינע זאכליכע און ליינבארע אידישע
אויסגאבעס, איז דא גוטע נייעס אין דעם פעלד.
יעדער האט באוויינט די דראמאטישער
שליסונג פונעם אזוי באליבטן אויסגאבע: 'דער שטערן', א מאגאזין וואס איז נישט געזען
געווארן אין יארן. און מען קען זאגן מיט זיכערקייט און איר קענט דאס פרעגן פון
אייער געשעפטסמאן, אז עס איז געווען דאס מערסטע פארקויפטער אויסגאבע וואס איז דא
אין די אידישער שפראכע (אפשר נאך די פארסמטע פאלטישע צייטונגען וואס אחוץ די
קלסיפיידס שטעלן זיי גארנישט צו. בלויז פארשטינקענע פראפאגאנדע, און מען קויפט דאס
בלויז צו קענען מיטהאלטן די שמועסערייען אין די מקוואות).
עס האט יעדער געוואוסט אז ר' שמעון
ראלניצקי ני"ו, א זעלטענער שרייבער אין היינטיגער תקופה, וועט נישט זיין
ארבעטסלאז און וועט זיכער ממשיך זיין מיטן נוצן זיין זיסער פלוסנדער פעדער, און
מען האט זיך צוגעקוקט מיט נייגער אויב ער וועט צוריקגיין צום אויסגעוועפטן 'בלאט'
און עס אביסעלע אויפפרישן אז עס זאל האבן עפעס א פנים, און טראגן אביסל
נארמאלקייט.
דאס האט אבער נישט פאסירט. עס האט שוין
אנגעהויבן אויסזען אז ער וועט גיין אין דעם זעלבן וועג וואס אנדערע שרייבער פאר
אים האבן געטאן, און אריינגיין אין א צווייטן ליין, און לאזן זייערע שרייבערישע
טאלאנטן אויסוועפן.
איז דעריבער נישטא קיין בעסערע חנוכה
מתנה פארן 'אידיש'ן פאלק ווי די נייעס אז דער שטערן איז צוריק דא און איז
פולשטענדיג גרייט אונז צו באדינען אזוי ווי פריער, און לאמיר האפן אז דער עולם
וועט נאך אסאך הנאה האבן פון זיין טאלאנטפולן פעדער