האבן עסקנים געשיקט עקזעמפלארן צו א לאבאראטארי פאר אונטערזוכונג, און אינמיטן חנוכה קומט אן די שטוינענדע רעזולטאטן, אז דאס איז פשוט "וועזשטעבל אויל", די ווערטער "100 פראצענט ריין שמן זית " איז פשוט ליגענט, גניבה און גניבת דעת, מכשיל אידן וואס צאלן פאר לכתחילה שמן זית למהדרין, און ווילן נישט יוצא זיין מיט שמן ירקות, וואס איז מיט פיל דרגות אראפ פון שמן זית, להלכה.
רבנים און סתם אידן זענען אויפגעשוידערט פון די אנטדעקונג, בפרט ווען דער בעל מכשיר האט זיך אפגעשאקלט דערפון בכתב, און מגלה דעתו געווען אז ער גיט נישט קיין השגחה דערויף.
אין טייל בתי מדרשים הענגט שוין מודעות דערוועגן. נא לפרסם.
נשלח ב-22/12/2006 18:19
איך מיין די וואס ווילען זיין למהדרין גרייטען זיך אליין צו די מנורה......
נאך א סקאנדל צו לייגען אויפען ליסט פין 2006
_________________
נשלח ב-22/12/2006 18:36
שרעקליך.
ווען אונז זענען געפארען אויף א ביזנעס טריפ האבן אונז מיטגענומען די סארט רעדי לייטס, (אינדערהיים טו איך עס קיינמאל נישט) איך האף אז סאיז נישט געווען פון די פראוד קאמפעני.
דער גאלבערגער האטליין רעדט פון עס, ער טענה'ט אז די זעלבע חברה מאן וואס פארקויפט אינפעסטעד לעטטעס און קרויטן, ער איז דאס וואס פארשפרייט די פראודזשעלענט חנוכה מנורות... איינער ברוין
נשלח ב-22/12/2006 21:51
איך האב שוין אפאר מאל דאס געצונדען איטערוועגנ'ס
זייער נישט קיין געשמעקע נייעס.
נשלח ב-24/12/2006 07:25
איך (האב צוגע)גרייט צו די קנויטן און קויף שמן זית אליין.
נשלח ב-24/12/2006 07:49
לויט וויא איך האב געהערט דעם שבת ממקורות מוסמכים. איז די מעשה גאנץ אנדערש. עס איז דא א קאמפיטישאן. וואס האט נישט געקענט העכערן די פרייזן פון זיין שמן זית. האט ער ארויסגעלאזט א פאלשן שם אז די איזי לייט שמן זית איז נישט קיין שמן זית. ער האט משוגע געמאכט ר העניך אשכנזי מיט א פאלשן צעטל וואס ער האט געמאכט פון א לאבארטארי. וואס דארטן שטייט אז מען האט געמישט וועדזשטעבל אויל אינעם אליוו אויל. אזוי וויא ביי אלע שמן זית. וואס איז געמישט מיט וועדזשטעבל אויל. ווייל אהן דעם האט עס נישט קיין גוטן גערוך.
און אזוי וויא אין אלע וויינען איז אריינגעמישט "סאלפאט" וכדומה . און ווען מען האט געפרעגט צעלימער רב ז"ל אויב מען מעג צוגיסן וואסער צום וויין . האט ער גענטפערט. אז אזויפיל וואסער וויפיל מען מעג האט שוין די פירמא "קדם" צוגעגאסען. יעדע גאלד וואס ווערט פארקויפט אלס גאלד. איז אדער 14 קאראט אדער 18 וכדומה . ווייל ריין גאלד האלט זיך נישט. אזוי אלע שטריימעלעך וואס ווערן אנגערופן סויבל שטריימעלס . זענען ווייט פון סויבעל. עס ליגט דערין אביסעל סויבעל... מער וויא אין די טערקישע טליתים ליגט טערקישע וואל.
ווער עס קען עפעס לערנען. האט שוין געלערנט די משניות אין מנחות פרק ח משנה ה . שלשה שמנים הן ובהן שלשה שלשה . עס איז פארהאנדען פארשידענע מדריגות אין שמן זית . הראשון שבראשון. וכולו השלישי שבשני .והשלישי שבשלישי. פסול למנורה כשר למנחות. וכדומה.
עס איז פארהאנדן "זך" און נאך וויניגער זך מדריגה און מדריגה.
אויף גאלדבערגערס האט ליין . וואס ער האט נישט אנגעהויבן צו קאלן דעם רב המכשיר וואס האט געמאכט דעם שמן זית. און ער האט נאך א חוצפה צו רעדן אויפן בי"ד וואס הערט נאר אויס איין צד. בשעת ער וואס איז נישט קיין רב און דיין הערט נאר אויס איין צד . און ער זאגט פראסט שקר.
בלאפט און מאכט משוגע דעם עולם. זוכט צו מאכן סקאנדאלן. וויא אויך אויף די צעטלעך אין בארא פארק איז קיינער נישט אונטערגעשריבען עס איז סתם א פאשקעוויל. פונעם קאמפיטישאן.
זאגט ער דער "א מ ג " אז עס איז בכלל נישט קיין שמן זית. וואס אפילו לויטן פאלשן לאבאראטארי צעטל שטייט נאר אז מען האט אריינגעמישט אויך וועדזשטעבל אויל. ממילא דארף מען זעגאן אז "דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל לא ללמד על עצמו יצא אלא על הכלל כולו יצא " אזוי וויא דער "גאלדבערגער זאגט פלעין שקר אין די זאך וועגען די אויל. אזוי איז אלע זיינע זאכען "שקר וכזב" . מען האט עהם יא אנגעקאלט און אויפגעוויזן און מסביר געווען. ער מאכט זיך נישט וויסענדיג. . אזא פנים האט זיין גאנצע "האט ליין"
איך הער אז די וואך קומט ארויס אין "בלאט" און אין "איד" פון די קאמפאני ."איזי לייט" פונקטליך א לעבראטארי טעסט. די ריכטיקייט פון די "שמן זית" וויא אויך וועט ארויסקומען א בריעף וועגען דעם קאמפיטישאן "שמן זית " וואס איז מעורב מיט וועידזשעטבל אויל. און אזוי וועט יעדער זעהן דעם שקר" פון די אזויגערופענע "שקר ליין" פון גאלדבערגער וד"ל
יעצט האב איך געזעהן דעם ארגינאלען צעטל פון די "לאבארטארי" עס שטייט קלאר אז די "איזי לייט" איז שמן זית "מען קען יעדער אליין אנקאלן די לאבארטארי. נאך די חגאות. ווייל זיי זענען יעצט לכאורה פארשפארט . און יעדער קען זיך אליינס איבערצייגען. דעם אמת.
און יעדער וואס האט געצינדן . האט מקיים געווען "מצוה מן המובחר" לכל הדיעות. . . און יעדער זאל וויסן אז דער וואס שטיצט דעם א מ ג . מיט זיין שקרדיגען האט ליין. שטיצט שקר און האט א חלק אין שקר. והשי"ת ינחינו בדרך אמת
נשלח ב-24/12/2006 07:53
טייערער דזשובוי. אשרי חלקך אז דו גרייטסט צו אליין די קנויטלעך "מצוה בו יותר מבשלוחו" ניחא ליה לאיניש למיעבד מצוה בגופו. . אבער די פראבלעם איז דא נישט יא צוגרייטן אדער נישט צוגרייטן. דע פראבלעם איז דא אויב די אויל איז "שמן זית" ווואס דאס איז א מצוה מן המובחר אדער איז עס נישט קיין שמן זית . דאס זעלבע פראבלעם קען זיין מיט אלע אוילן. וואס איבעראל איז אריינגעמישט אביסעל וועידזשעטעבל אויל. . . נאר דער א מ ג . זאגט סתם זאכן וואס ער הערט ניטאמאל אויס אפילו איין צד. נאר זיך מיט זיינע דמיונות אליין.
נשלח ב-24/12/2006 08:00
1.China's olive industry:
צו הניק "ראקלענד" וויסן זאלסטו ידידי אז אין טשיינע איז דא זייער א סאך אליוו אויל ווייל עס האט ווארעמע קלימאטען אזוי וויא אין ארץ ישראל. ממילא לוניט זיך פאר די גוים נישט אויפטוישען די אליוו פאר וועידזשעטבל אויל. און חוץ דעם די "פאמאנס אויל" פון איזי לייטט קומט פון איטאליע מיט א גוטן הכשר און ווערט געפאקט אין טשיינע אין די גלעזלאך פון פלעסטיק. וד"ל
China belongs to the semi-tropical climate, and China has found some adaptable regions of olive growing and has over 40 years history about planting olive in China, but China's geographical environment is unsuitable for mass production and serious lack olive planting technology, professional and fund, all which restrict the development of mass olive planting in China.
נשלח ב-24/12/2006 08:02
און בכלל נישט עסקנים האבען געמאכט "לאבארטארי טעסט. דאס האט געמאכט דער קאמפיטישאן כנ"ל. וואס זיי האבען געפעלטשט דעם ארגינאלען צעטל פון די "לאבאראטארי" וואס יעדער קען אליין אנקאלן די "לאבאראטארי" פארן ריכטיגען צעטל.
נשלח ב-24/12/2006 20:36
אנטשולדיגט מיר פאר מיין עם הארצות.. וואס איז פאמאנס אויל?
נשלח ב-24/12/2006 20:49
דער קעפעל איז א טעות !
ליין : פאלשע אידישקייט פארפלייצט אמעריקע !
נשלח ב-24/12/2006 23:00
איך וויל נישט שרייבן מער בל"נ אין דעם ענין. ווייל איך האף עס וועט ממילא שוין שטיין אין די צייטונגען פנקטליך אלע פרטים. אבער אזוי וויא איך פרויביר צופרידענשטעלען די שרייבערס. און "ראקלענד" האט געפרעגט וואס איז "פאמעס" אויל !! . וועל איך עהם אביסל אויפקלערען.
"אליוו" אויל כאטשיג ביי אונדז איז אליוו א פרי העץ ווייל אפילו אויף די "שמן" זית טאמער ער עסט עס מיט עפעס. מאכט מען בורא פרי העץ (וויל טאמער ער טרינקט עס בעין מאכט מען בכלל נישט קיין ברכה. און טאמער ער עסט עס מיט ברויט ווערט עס בטל צו די ברכה פון די ברויט) (ברכות לה) שו"ע או"ח רב) אבער ביי די וויסענשאפטלער הייסט דאס א וועידזשטעבל אויל. (קוק אין די וויקיפידיא) דאס איז א מין אנציקלופידיא וואס איז מסביר פארשידענע זאכען. . . יעצט לענייננו . אזוי וויא איך האב פריער געשריבען פון די משנה אין מנחות אז עס איז דא מדריגות אין שמן זית. למנורה ולמנחות. די ערשטע פסוק אין ואתה תצוה אין די רש"י. . אזוי להבדיל איז דא גרעידס(מדריגות) ביי זיי אויך. עס איז דא גרעידס . ביי מאנעפעקטרונג. דאס הייסט ביי אויל קאמפאניס וואס מאכען. די אויל (אזוי וויא עס דא דא מדריגות אין מעהל. אדער אין הונדערט מינים "פעטעטעס" ביי די פטעטע טשיפ פעקטאריס" אדער ביי צענדליגע מינים עפעל . ביי די עפעל ארשעדס. "מעקינטאש" קארטלענד" רעד דעלישאס" וכדומה.
אבער ביי ריטעל דאס הייסט אין גראסערי סטארס.
איז דא 1 "עקסטערע ווירדזשין אויל. דאס הייסט די קלארסטע וואס מען פרעסט נישט ארויס דורך קעמיקעלס . עס האט די וויניגסטע עסיד .
נאכדעם איז דא פלעי ן2 "ווירדזשין" נישט עקסטערע ווירדזשין. וואס האט מער עסידס.
לעצטע איז "אליוו פאמעס" וואס איז געמאכט די לעצטע פונעם איבערבלייבונג פונעם זית אויך פון די שמרים . געמישט מיט ווירדזשין אויל .. אבער עס הייסט אויך שמן זית . . נאך א נקודה . אויף די איזי לייט שטייט בכלל נישט אויפגעשריבן. 100 פראמענט שמן זית זך. עס שטייט נאר איזי לייטס מיט עקסטערע ווירזשין אויל (וואס איז אריינגעמישט אינעם פאמעס אויל.) .
דו ווייסט עס איז דא א ענגליש ווארט "יו געט וואט יו פעיד" פאר וויפיל דו באצאלסט אזויפיל באקומסטו. אז דו צאלטס פאר א זאך ווייניגער איז עס מסתם ווערט ווייניגער.
נאכאמאל . איך גיי נישט פארענטפערן דעם רב המכשיר. ווייל ער דארף נישט מיין פארענפערונג. ער איז איינער פון די גרעסטע ת"ח אין היינטיגען דור סיי אין גאונות און סיי אין שו"ע בכל חדרי תורה. ער איז שוין א מורה הוראה. מער וויא 36 יאר לאוי"ט . און אוודאי גיי איך נישט פארענטפערן דעם בעה"ב פון דעם אויל ווייל איך האב מיט עהם גארנישט. די אלע זאכען וואס מען שרייבט דא אדער וואס מען זאגט הער איך פונקט וויא א צווייטער. . עס קען זיין אמת אדער נישט אמת הוי דן את כל האדם לכף זכות
והשי"ת ידיננו לכף זכות.
ווען דו ווילסט עפעס פרעגען קענסטו פרעגען . און טאמער איך וועל מיטן אייבירשטעןס הילף דיר קענען ענטפערען וועל איך דיר בל"נ ענפערען. (אויך פאר יעדען) . נאר ח"ו טון אזוי וויא דער האט ליין פון דעם א מ ג. וואס זאגט זאכען וואס ער האט קיינמאל נישט מברר געווען. נאר זיך אליין געזאגט אהן אויסהערן א צד. נאכדעם האט ער נאך די זעלבע טענה . צו רבנים גדולים. וד"ל. און ער פארלאנגט נאך פון רבנים אז זיי זאלען צוריק ציען זייער דעת תורה. בשעת ער אנטשולדיגט זיך קיינמאל נישט פאר זיינע פרעכע לגיונות. און הוצאת שם רע. דאס אלעס קען טאקע נאר געשען אין דעם "דור האחרון". השי"ת זאל העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן ומלאה הארץ דעה את השם..
נשלח ב-25/12/2006 21:48
שפיל לסיפא דקרא..
איר קענט ליינען ענגליש? but
China's geographical environment is unsuitable for mass production and serious
lack olive planting technology, professional and fund, all which restrict the
development of mass olive planting in China
און איר זאגט אליין שפעטער אז למעשה די "ביליגע כינעזע" אויל קומט גאר פון איטאליע...
א חידוש אויף חנוכה... טשיינע איז פול מיט שמן זית, און מ'גייט גאר ברענגען די טייערע אויל פון איטאליע קיין טשיינע, דאס צו קענען שפעטער אימפארטירן פאר ביליג אין אמעריקא...
גג על גג!
עוד קשיא:
שמן זית איז גאר טייער היינט אין די גאנצע וועלט, קומט דא איינער און ברענגט פארטיג געפאקטע גלעזלעך פאר ביליגער ווי די אויל אליין וואלט אויסגעקומען ווען מ'קויפט דאס אין א פלעשל אן גלעזלעך, ער גיט שוין פאר דעם פרייז אויך גלעזלעך, קנויטן, פארזיגלט און געפאקט און צוויי בעלי מכשירים ווערן נאך באצאלט דערפאר... און צו דעם אלעם פליט נאך דער אויל פון איטאליע קיין טשיינע פון טשיינע קיין אמעריקא, איבער 10,000 מייל, און דער פרייז איז נאך ביליגער ווי פשוט'ער ספאנישער אויל אן השגחה.
באלד נאך א נס חנוכה....
נשלח ב-25/12/2006 23:15
פון וויקפידיא אויף אליוו אויל:
Over 750 million olive trees are cultivated worldwide, with about 95
percent in the Mediterranean region. About three-quarters of the global
olive oil production comes from European Union states; of the European production, 97 percent comes from Spain, Italy, and Greece.
Spain is the nation that produces the most olive oil, accounting for
more than 40 percent of world production. It is followed by Italy and
Greece. Much of the Spanish crop is exported to Italy, where it is both
consumed and repackaged for sale abroad as olive oil "imported from
Italy".
א שאד וויקפידיא זאל נישט וויסן פון דעם סוד אז אין כינע איז אויך דא שמן זית... עפעס, כאטשיג איין פראצענט זאלן זיי צוטיילן פאר כינע...
Vegetable oil consumption in China has doubled in the last 10 years to
approximately 12 million tons and is expected to continue to increase at the
rate of 500,000-600,000 tons per year. In recent years domestic oil
production has been supplemented by imports of nearly 2 million tons of mainly
palm oil but also some soybean and canola oil.
The WTO agreement represents an excellent opportunity for Canada to develop
long term business for canola oil in China. Potential constraints to this business
development include the nature of the TRQ administration process once it is
made public and the potential impact of the newly announced implementing
regulations for GMO products.
לסיומא דמילתא:
די אלע לופטיגע טענה'רייען זענען פטומי
מילי בעלמא, מ'זעט פשוט ווי דער אומוויסנדער עבד עברי פרובירט (מן הסתם מיט די
בעסטע כוונות) צו פארוואסערן דעם פראבלעם מיט איידעלע - אבער גוט - פארדרייטע פאקטן, וועלכע
זענען נישט אין איינקלאנג מיט די פאקטישע ווירקליכקייט, דאס ברענגט אפשר נאך
שטערקער ארויס ווי די בעלי בתים וואס האבן אפגעטוהן דעם שרעקליכן עוולהאון
אפגענארט כלל ישראל אויף אזא מיאוס'ן אופן, און דער עבד עברי גלייבט זיי נאך, און
זאגט נאך זייערע פורים תורות, וואס איז ניטאמאל גוט אויף פורים קטן.
די אונטערשטע שורה איז, אז דא איז דא
א אינגערמאן א ליידיגגייער ש.ב. וועלכער איז א שווינדלער און מחטיא את הרבים, אזויווי ער האט חוזק
געמאכט פון די רבנים מיט די לעטוס פרשה, אזוי פייפט ער אריין אין דעם גאנצן עולם, ער
מאכט זיכער צו אריינרוקן וואס מער געלט, זאל ער געבן ווערים צו עסן פאר אידן, זאל דער עולם צינדן ווי נאראנים מיט וועזשטעבל אויל אנשטאט שמן זית...
דאס איז עס בקיצור.
און לגבי די טעסט פון די לאבאראטארי, להוי ידוע אז דא איז נישט קיין שאלה פון קאמפאטישאן, דא טוען רבנים וואס געבן זיך אפ מיט פארברעכן אין כשרות, און זיי האבן פארארדענט די טעסטן, און כדי צו פארדעקן די שרעקליכע אומרעכטן וואס מ'באגייט, שרייט מען קאמפעטישאן.
נשלח ב-26/12/2006 02:49
לכבוד "ראקלענד" . איך האב געטראפן דעם ברודער פון דעם ש ב . ער זאגט מיר . אזוי וויא איך האב שוין פריער געזאגט אז עס איז שמן זית און ער האט מיר געוויזן א צעטל פון א לאבאראטארי וואס איך האב שוין פריער געברענגט. איך האב עס געוואלט ארויפסקענען אויפן קאמפיוטער למען ידעו. האט ער מיר געזאגט אז זיין ברודער ש ב וויל עס אריינשטעלען אין די צייטונגען די קומענדיגע ווואך און ער וויל נישט אז עס זאל ווערן פובליק קודם. ער האט אויך געזאגט אז ער גייט אריינשטעלען אין די צייטונגען די לאבאראטרי טעסט פון די אנדערע "שמן זית" וועט מען זעהן אז עס האט א סאך מער וועדשטעבל אויל וויא זיינס.
חוץ דעם וואס מען רעדט בחנם אויף עהם . האט מיר דער ברודער מודיע געווען. אז נאך די איבערקערעניש אין קארלסבורגער בי"ד . ביי די לעטוס. האט זיין ברודער ש ב געפענט א רעסטוראנט. אין פלעטבוש עווע. עם. און די התאחדות הרבנים גיבט עהם א הכשר.
ער זאגט אז אויף זיין סכך וואס ער פארקויפט אויף סוכות האט ער אויך די הכשר פון די התאחדות הרבנים. איך האב עהם געפרעגט פארוואס האט איין רב המכשיר אראפגענומען דעם הכשר אינמיטן חנוכה און דער צווייטער נישט. האט ער מיר גענטפערט . אז ער ווייס נישט פונקטליך. ער ווייס נאר אז דער רב המכשיר פון וויליאמסבורג האט פאר דריי יאר צוריק געגעבען א הכשר פאר זיין ברודער פאר די באטלעך שמן זית. און אז איינער האט א פראבלעם קען ער אנקאלן דעם רב המכשיר. ע"כ . אזופיל ווייס איך אז אין זיין לאבאראטארי צעטל שטייט אז עס איז שמן זית . מען קען אליין אנקאלן די לאבאראטארי. וד"ל.