בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פאלשע שמן זית פארפלייצט אמעריקא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/12/2006 03:13 לינק ישיר 

זעהט אויס אז דער בעל דבר פארלייגט זיך . אז מען זאל נישט מקיים די מצוות כתיקונם. רח"ל

ווייל מען האט נישט די זכי' אפשר?

קנאות . איז געווארן געאסערט אלס "חילול השם"

מצות.פאר פסח.  וואס ער פארקויפט זענען פון ווייץ וואס זענען שוין נאס געווארן במחובר און עס איז פסול לויטן "ספר קציר חיטים"  (בדיעבד כשר לויט ר' אברהם לויפער)

אתרוגים . זיינע זענען מורכבים אזוי וויא עס איז דא א בריעף פון ביד"צ.

די סכך וואס ער פארקויפט יעדעס יאר סוכות איז פסול מדאורייתא . אזוי וויא עס איז געווען צעטלעך דאס יאר סוכות

מרור. איז דאך געפאסקענט געווארן ביים קארלסבורגער בי"ד אז עס איז דא מער ווערעם וויא לעטוס איז מען דאך נישט יוצא מצות מרור מיט ווערעם. (אפשר איז עס נאר א מצוה הבאה בעבירה).

זיינע מילכיגס אויף שבועות וואס ער מאכט אין זיין רעסטוראנט אויף עוועניו עם. אין פלעטבוש איז געמישט מיט וואסער . איז מען דאך נישט יוצא מצוות "מילעכיגס"  לכתחילה.  דער רבי זי"ע האט טאקע נישט געגעסען די קעז פונעם קרעפעל . נאר די עק דאס טייג

זיינע שופרות וואס ער ברענגט אריין. איז פון "קרני פרה" וואס איז נאר א קרן ממילא איז מען גארנישט יוצא מצות שופר.

די ספרי תורות וואס זיין ברודער פארקויפט זענען פון מענטשן וואס זענען געפארן קיין איראן ממילא זענען זיי געאסערט געווארן פון אלע בתי דינים.

די לולבים וואס ער האט פאריאר פארקויפט זענען געווען געקלעבט מיט גלו. און עס איז געווען נפרד לגמרי פסול מדאורייתא. חוץ דעם וואס די גלוא איז חמץ און עס האט א חשש פון חמץ שעבר עליו הפסח.

די מגילות וואס דער אנדערע ברודער פארקויפט אויף יוס סטריט . איז געשריבען געווארן דורך נשים און עס איז דא א שאלה אויב א פרוי מעג שרייבען די מגילה (ווייל אף הן היו באותו הנס) אבער לכתחילה איז עס דאך זיכער נישט כשר

די מקוה וואס ער האט צושטייער געגעבען לעילו נשמת. איז געאסערט געווארן דורך נחום ראזענבערגס "האט ליין" . זענען דאך אידען נכשל געווארן.

יעצט לאחרי ככלות הכל והעיקר שכחתי. איז מען געוואר געווארן אז די כינעזישע אויל וואס איז אויסגעמישט מיט איטאליענישע וועידזשטעבל אויל. מיט אביסעל קוואל וואסער פון מים חיים וואס מען פילט עס סתם אהן מיט סינק וואסער נישט געפילטערט (איז דאך דא א חשש תולעים) . איז פלעין וועידזשטעבל אויל נישט שמן זית . די לאבארטארי האט דאך אזוי געזאגט בפירוש. און ממילא האט מען די ערשטע פאר טעג חנוכה נישט געצינדן מיט מצוה מן המובחר . אבער אבי זאת חנוכה האט מען חאטשיג שוין געצינדן מיט מצוה מן המובחר.ווער עס האט געפאלגט א מ ג.
חוץ מזה דער דריטער ברודער וואס פארקויפט "זילבער" איז גאר דא א ערענסטער חשש אז די זילבער איז אויך נישט עכט (עס איז דא א לאבארטארי צעטל" ) און מען האט אויסגענארט דעם עולם וואס האבען געמיינט אז זיי צינדן מיט זילבערנע מנורות . און דערווייל האט עס זיך נישט אנגעפאנגען און נישט אויסגעלאזט.
חוץ דעם אלעם האט ער דאך פשוט צו נאר געמאכט די צוויי רבנים המכשירים. וואס זענען פלוצלוג נעלם געווארן מן האופק. וואס זיי האבען זיך נעבעך פארלאזט אויף אזא א ערליכען איד ש ב וואס באשעפטיגט זיך מיט זיין ברודער נאר א גאנץ יאר מיט מזכה זיין יודען נאר מיט מצוות .



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 04:22 לינק ישיר 

עבד עברי

צל"ח לי

איך פארשטיי נישט וואס דו האקסט דא א טשייניק

ס'געגאנגען איינער א אפארברעכער, באשטעלט אין כינע ביליגן וועדשטעיבל אויל און פארקויפט פאר אידן אלס טייערן שמן זית.

זיין קאמפעטישן וואס האט שוין געהאנדלט פאראיאהר מיט כינע און זיך איבערצייגט אז מקען נישט האבן אזוי ביליג שמן זית פון יוראפ  קיין כינע און צוריק קיין אמעריקע. האט אנגערופן די פירמע  קיין כינע מיט א היתכן, האבן זיי איהם פארציילט אז סאיז גאהר לאקלאע וועדשטעיבל אויל.

דער רב המכשיר האט שוין אראפ גענומען זיין הכשר עטליכע יאהרן צוריק, נאר ער האט נישט קיין כוח מיט זיי זיך צו שלאגן.

מצוה לפרסם את שמותם. 

 פשוטע פארברעכערס. וואס דרייסט טו מיט די צונג? דו ביזט א שותף אפשר דארט?






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 05:37 לינק ישיר 

דו מוזט מיר זייער אנטשולדיגען . איך האב מיך מער אריינגעטון אין דעם ענין . איך בין געוואיר געווארן נאך עטליכע פרטים .   1 אז די ב. ברודער גייען ארןם אזוי וויא "הצלה" מעמבער . און דערווייל זענען זיי בכלל נישט קיין הצלה מעמבערס. זיי פייפן ארום מיט סירענאס און לעלוס  און פארן דורך די לייטס וכדומה.
2   דעס יאר פאר חנוכה האבען זיי פארקויפט אין קראון הייטס "וויין"  מיט א פיקטשע דערויף פון ליובאוויטשער רבין. און זיי האבען זיך טועה געווען און געשריבען "זי"ע" . אנשטאט "שליט"א" עס איז געווארן א געפערליכער "רעש" עס איז שיעור נישט געקומען צו געשלעג . און צו ארעסטן.   ביז עס איז ארויסגעקומען א "לאבארעטארי צעטל"  אז עס איז בכלל נישט קיין " וויין" . נאר פשוט "צוקער וואסער" . אידען זענען נעבך נכשל געווארן נישט יוצא געווען קידוש. און געמאכט א ברכה בורא פרי הגפן לבטלה. 

3 זיי גייען אנגעטון מיט ברייטע ביבער היטן . מען מיינט זיי זענען געוויייקטע סאטמארע חסידים. דערווייל איז זייערע היטן נישטאמאל געמאכט פון "ביבער" נאר פון "רעביט האר" דאס מיינט פון האזלעך. ממש א חוצפה אין א האזע.

4   איך בין געוואיר געווארן פון א נאנטען מענטש צו הרב העניך אשכנזי שליט"א מו"צ בעצי התמרים . איך האב עהם געפרעגט פארוואס האט ער אראפגענומען דעם הכשר פונקט אינמיטן חנוכה . האט ער געזאגט אז די "טשעק" וואס ב.. האט עהם געגעבען פאר די השגחה בעפאר חנוכה. איז פונקט צוריקגעקומען פון די באנק אינמיטן חנוכה  ממילא האט ער געזעהן מיט וואס פארא חברה ער האט צוטון האט ער שנעל אראפגענומען די השגחה.

זעהט אויס אז דער אנדערער רב המכשיר האט נאך נישט דעפאזיט דעם טשעק. און מסתם מארגען נאך "חאגע" וועט עס אויך צוריקומען.. וועט ער אויך נאך חנוכה אראפנעמען די השגחה. 

דרך אגב  "הרב מאשקאוויטש" וואס איז געווען א משגיח ביי די עדה החרדית זאגט אז די גאנצע מעשה מיטן קארלבורגער בי"ד איז שקר וכזב והא ראיה אז די רעסטוראנט זייערע אין עוועניו עם אין פלעטבוש און די סכך אויף סוכות האט די הכשר פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה. 

דו האסט מורא אז איך האב מיט זיי א שותפות. איך האב מורא אז דו ביסט אפשר דער קאמפיטישאן.. איך מאך נאר א ווערטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 05:57 לינק ישיר 

באטשי . ניכרים דברי אמת.  איך האב יעצט קאנפירמד . מיט א ערענסטען יונגערמאן א ת"ח א איש מהימן. וואס דרייט זיך ביים רב המכשיר און ער האט מיר קאנפירמט. אז דער רב המכשיר האט שוין פאר עטליכע יאר צוריק אראפגענומען דעם הכשר פון אלע שמנים אוילען וואס ווערען פארקויפט דורך דעם ב.. ומשפחתו.    ואתו הסליחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 06:38 לינק ישיר 

עבדעברי

מודה ועוזב ירוחם

יעצט ווער גיוואהר אויב די אחים ב. זענען נישט די זעלביגע וואס שטיין אונטער FRESH EXPRESS תולעים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 17:30 לינק ישיר 

גם בארץ ישראל נודע שרוב שמן זית בזשוק הם מעורבים עם רוב שמנים אחרים והם מיובאים מירדן.

כי יש מחסור חמור השנה בשמן זית, והמחירים עלו פלאים.

ועוררו על זה הרבנים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2006 18:57 לינק ישיר 

עבד עברי,

אויף די ערשטע וועל איך ענטפערן, ווייל עס איז שייך צו ענטפערן, די אנדערע צוויי לאנגע נארישע תגובות מיט לויזע ליצנות זאלט איר געבן פאר רבי יענקל מילער אב"ד יארמע.

 מ'רעדט דא פון א באנדע פאפערס וואס זענען מכשיל אידן מיט דברים אסורים, און מיט פאלשע שמנים, און דו גייסט יעצט מאכן בדחנות?

אויב האט דער מר. ב א צעטל פון א לאבאראטארי אז זיין שמן איז שמן זית, איז עס פאלש!

1) ווייל דו עבד האסט אליין געשריבן אז "אין אלע שמן זית ווערט געמישט וועזשטעבל אויל" כדי עס זאל גוט ברענען.. א ליגנער דארף האבן א גוטן זכרון...

2) ווייל עס איז דא א לאבאראטארי וואס האט באשטעטיגט אז עס איז "ריין וועזשטעבל אויל".

3) ווייל דער מר. ב קען נעמען א קריגל "גפן'ס" שמן זית עקסטרע ווירזשין, און געבן פאר'ן לעב, און ווייזן א צעטל אז ס'איז ריין שמן זית, "ער איז נישט נאמן צו זאגן וועלכע אויל מ'האט געגעבן פאר א לאבאראטארי".

4) ווער עס קען דעם באנדיט ווייסט אז ער וועט נישט אויסגעבן קיין פרוטה פאר קיין לעב'ס, ער פייפט אויף יעדן מיט א גרויסן שופר, ער איז צו קיין לעב נישט געגאנגען! (קען זיין אז ער האט עס גענומען צו "שעטנז לאבאראטארי")...

אויב איז ריכטיג וואס דו שרייבסט אנדערע זענען אויך אזוי, דארף מען דאס מפרסם זיין, און זיי אויספראקן ברבים, דער עולם האט זיך געלאזט גענוג טרעטן, מיר זענען נישט גרייט אויף נאך פינקל'ס, ב און זייערע בעלי מכשרים און מיטהעלפער - מסייעים לעוברי עבירה, יעדע גניבה און פאלשקייט אין כשרות אד"ג וועט פארשרייט ווערן דורך די המון עם אויף די הויכע טענער.




תוקן על ידי ALLNEWSPIC ב- 26/12/2006 23:16:17




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 19:04 לינק ישיר 

ועל אחדון אחרון, די באמבע קשיא וואס דו לייגסט אראפ מיט אזא תמ'עוואטע פנים, הלמאי דער ב האט דאך א רעסטוראנט אין פלעטבוש מיט די השגחה פון התאחדות הרבנים, און סכך פארקויפט ער מיט השגחה פון התאחדות...?

גאר א שווערע קשיא...

דו קענסט אפשר דא אפציילן וויפיל מאל אין די לעצטע פיר וואכן (זייט דו ביסט געווארן דא א שרייבער מיט דעם ניק עבד) האסטו געהאקט שטיקער אויף א מאסיוון אופן פון התאחדות הרבנים און נישט אפגעשוינט פריוואט די רבנים וואס פירן עס אן מיט זייערע נעמען גראב ארויסגעשריבן, מיט די הארבסטע אויסדרוקן און ערגסטע באשולידיגונגען, פלוצליג ווערסטו א תם און פארשטייסט נישט וואס קען זיין שלעכט מיט דעם גנב ברוין, התאחדות גיט דאך אויף זיין געשעפט א הכשר...?

ליין דורך דיינע אייגענע תגובות, און פארענטפער דיר אליין די גרויסע באמבע קשיא.



תוקן על ידי ALLNEWSPIC ב- 26/12/2006 23:15:18




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 20:18 לינק ישיר 

לכבוד הרב (העסקן) ראקלענד.  יש בוטה כמדקרות חרב ולשון חכמים מרפא .(נדרים כב) באמת האב איך הנאה פון דיר ווייל דו שרייבסט עפעס. . (וויא באקאנט דער "גאון הנורא" דער ראגאטשאווער גאון הגאונים איז געווען אין ווין און תלמידי חכמים זענען געקומען צו עהם רעדן.אין לערנען ער האט כמעט קיינעם נישט גענטפערט. ווייל זיי האבען קוים געקענט פארשטיין שיחת חולין שלו. (די בחינה וויא דער דברי חיים שרייבט אויפןו חת"ס און אויף ר"מ טשערנאבלער זי"ע)נאכדעם ווען דער פולישער עילוי "רבי מנחם זעמבא" איז געקומען צו עהם רעדן האט ער זיך אנגערופן. אה!! ב"ה עס איז שוין דא חאטש איינער מיט וועם מען קען רעדן ודו"ק



עס איז געווען אמאל א מיטינג פון גדולים דא אין וויליאמסבורג אין "זילבערס מענשאן" דארט וויא עס איז היינט דושינסקי בית המדרש אויף ראסס סטריט . דער רבי (בעל דברי יואל) (בעל ויואל משה) (הבוחר יבחר) זי"ע איז דארט געווען אויך דער קלויזענבורגער(פאר די מחלוקה) הגאון רבי אהרן קאטלער . רבי משה פיינשטיין ועוד. מען האט גערעדט פון די מדינה.(חינוך עצמאי)  און דער רבי זי"ע האט זיך אויפגערעגט (ריתחא דאורייתא) און זיך אויפגעשטעלט און אוועקגעגאנגען. דער עולם איז געבליבן געפלעפט. האט זיך דער קלויזענבורגער אהנגערופן אז מען קען ווייטער רעדן און די אסיפה קען ווייטער אנגיין. האט זיך רבי אהרן קאטלער אנגערופן " יע!! יע!! עס איז  שוין אבער נישטא מער מיט וועם צו רעדען וד"ל. און די אסיפה האט זיך געשלאסן.

איך זעה אז דו ווילסט רעדען צו דער זאך. איך וועל דיר אויך זאגען אז מתחילה האב איך דיר נישט געוואלט ענטפערען נאר אויף די "צווייטע" זאך . אז אויף די אנדערע יאר חנוכה טאמער משיח וועט ח"ו נאך נישט דא זיין וועט די אויל פון ש ברו.. האבען די הכשר פון התאחדות הרבנים. . (מען האט דאס יאר געוואלט קלעבען סתם סטיקערס פון די התאחה"ר) נאר יעצט איך זעה אז דו ווילסט אויפטון אין ענייני כשרות. וועל איך דיר בל"נ ענטפערען נארמאל.
די חברה (באנדיטן) פארשטייען נאר מיט ליצנותא דעוברי עבירה . מען מאכט פון זיי ליצנות דעמאלס פארשטייען זיי עפס. אזוי וויא להבדיל דער הייליגער ב"י זאגט אין סימן נ"ו מען דארף ענטפערן איש"ר בלישנא דסטרא אחרא . און דאס האט א כח זיי צוצוברעכען עיי"ש.
רבי מאטעלע הארנאסטייפלער זי"ע . רש"א שווער. און דב"ח איידעם . איז אמאל געפארן מיט א בעל עגלה  א גנב. און יעדע פאר מינוט האט דער בעל עגלה געבעטען . נאך געלט און נאך געלט. ביז דער הארנאסטייפלער האט זיך גענומען שרייען אז איך וועל דיך שלאגען. האבען זיך די חסידים זייער געווינדערט . אויפן רבין. אזוי רעדט מען צו א יוד ? האט ער גענטפערט אז דוד המלך זאגט אין תהלים "עם עקש תתפתל. יעדער פארשטייט נאר זיין שפראך.  דער בעל עגלה פארשטייט נישט נארמאלע מענטשען שפראך . ער פארשטייט נאר קוטשער שפראך. נאכדעם וועט ער פארשטיין וד"ל.
ברור כשמש בצהרים אז די אנדערע אויל איז געמישט שמן זית.   נאר אזוי וויא זיי (התאחדות וכדומה) רופן דאס אהן "שמן זית" האב איך דאס צווייטע מאל אויך אנגערופן "ברו.. אויל" בלשונם "שמן זית" פארשטייסט.
איך וועל דיר פרובירן ארויפצולייגען דעם צעטל פונעם קאמפיטישאן וואס ער געט יא אויס געלט פאר לאבאראטארי.  און אפילו אין קטיגור'ס צעטל שטייט אויך אז  איזי לייט האט שמן זית נאר עס שטייט אז חוץ די שמן זית האט עס וועידזשטעבל אויל...
 נאכאמאל בר... צעטל קען איך נישט ארויפלייגען. אבער די אנדערע צעטל קען איך יא ארויפלייגן.

חוץ דעם וואס דו שרייבסט אז יעדע גניבה און פאלשקייט אין כשרות וועט פארשריגען ווערן... הלוואי !!! הלוואי!!! . איך בין דיר גרייט ארויסצוגעבען מיט שרעקליכע און פונקטליכע אינפארמאציע. אז איך וועל זעהן אז דו מיינסט עס ערענסט. און דו טוסט טאקע עפעס אויף. כמובן.
השי"ת יהי' בעזרך לקיים רצונך. ותזכה לזכות את הרבים וזכות הרבים יהי' תלוי בך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 20:26 לינק ישיר 

 נאך א טעם פאר וואס איך האב געמוזט ענטפערען מיט תגובות וואס זעהט אויס וויא ליצנות.

"עס איז באקאנט דאס ווערטל אז איינער איז זיך געקומען פארהערן ביי איינעם פון די גרויסע וואלאזשינער גדולים  "ארבע חלקי שו"ע" האט עהם דער רב געפרעגט וואס טוט זיך מיטן  5טען חלק שו"ע קענסטו אויך? האט ער געזאגט אז ער ווייס נישט וואס איז דאס  פיפטע חלק. ער ווייס נאר פון פיער חלקים. האט עהם דער גדול געזאגט מוזט אהיימגיין איך קען נישט געבען די הורמנא. נאך א שטיק צייט איז ער צוריקגעקומען . פרעגט אים דער גדול . נא! קענסט שוין דעם פיפטען חלק . ענטפערט ער יא איך קען שוין דעם זעקסטן חלק אויך .פרעגט עהם דער רב וואס איז דער זעקסטער חלק.  זאגט ער אזוי! דער פיפטער שו"ע הייסט וויאזוי מען זאל זיך פירן מיט מענטשען. און דאס זעקסטע חלק הייסט וויאזוי מען זאל זיך פירן מיט "אוממענטשען". .   
אם שגיתי השם הטוב יכפר בעדי .

 והשב ליראתך כל האנוסים (מחמת ממון און מחמת תאות כבוד וכדומה)(בנוסח תשליך ר"ה) וכל אחד ימחול לחבירו 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 20:27 לינק ישיר 

יישר כח פאר די זאכליכע ענטפער.

איך האב שוין נישט קיין צייט יעצט מער צו שרייבן דא אפשר שפעטער וועל איך צוריקקומען, איך בין א שכיר יום, איך כאפ נאר אריין דא און דארט צו אריינווארפן מיינע ווערטער, אויב האסטו און ווייסטו פון נאך פאלשקייטן אין כשרות, רעד נישט צו מיר, איך בין א ציווילער מענטש, שרייב דו ארויס דא פונקט ווי מיר, ס'איז א צייט וואס די בעלי בתישע און ציווילע דארפן ארויסקומען פון די לעכער, יעדער וואס ווייסט זאכן מיט אן אמת, דארף אויפמאכן א מויל, ומגלגלין זכות ע"י זכאי.

מיינע אינפארמאציעס קומען פון גאר קראנטע מקורות, איך האב א נאנטן קרוב וואס איז שוין יארן אין כשרות און השגחה ליין, און "פערצופאל" האב איך א איד אין מיין ביהמ"ד וואס ארבעט פאר א גרויסע כשרות ארגאניזאציע, און מיין אינפארמאציע קומט געווענליך פון כלי ראשון מיט אלע אפענע מקורות.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 21:55 לינק ישיר 

דער בעל מכשיר שרייבט דאך אבער אז ער האט נישט אראפגענומען קיין הכשר נאר קיינמאל נישט געדגעבען.

עס שמעקט ווי א מוראדיגער אונאה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 21:59 לינק ישיר 

פארוואס לארנט מען דא "סתרי תורה"?

איז געשען א פשע, זאל מען מפרסם זיין די נעמען פון די מכשירים, למען ידעו להיזהר.



תוקן על ידי allnewspic ב- 28/12/2006 20:01:11




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2006 02:03 לינק ישיר 

די צייטונג אינעם עדיטאריעל היינט האט שוין מסביר געווען די מעשה אז עס איז געווען געמישט אליוו אויל מיט וועידזשטעבל אויל.  . און  די חברה האבען אליין ארויפגעלייגט די נעמען פון די רבנים המכשירים. .
דער חילוק צווישן די חברה און פינקל. איז אז פינקל האט באצאלט פאר רבנים המכשירים . און זיי (די רבנים) האבען נישט געטאן זייער דזשאב (פליכט) . אבער דא ביי די חברה. האבען זיי נישט אמאל דערציילט פאר די רבנים המכשירים און אוודאי האבען זיי נישט באצאלט גארנישט פאר די רבנים המכשירים . נאר ארויפגעלייגט זייערע נעמען פונעם אמאליגן פארגאנגענהייט. . וועגען דעם שרייבט די צייטונג . אז יעדער רב המכשיר דארף האבען א רשימה פון די זאכען וואס ער געט א הכשר יעדעס יאר . אזוי וויא די התאחדות האט און אלע ארגאנאזאציעס האבען. אזוי קען יעדער נאכקוקען וואס האט יא און וואס האט נישט . עס קען נישט קומען סתם א מאן דהוא . און ארויפלייגן נעמען. ..
 עס איז נאך היינט  דא טשואינג גאם פון די פירמא פאשקעס וואס האט נאך די הכשר פון אודווארי דיין וואס ער געט שוין נישט קיין הכשר צעהן יאר .(פאשקעס איז אונטער דעם הכשר פון הרב בנימין גרובער)  דאס זעלבע איז דא די בוטשער אין בארא פארק וואס האט נאך די הכשר פון ביסטריצער רב ההגה"צ רבי משה שפיץ ז"ל וואס לעבט שוין נישט יארן .(עס האט היינט א אנדערען הכשר) . דאס זעלבע איז דא הכשרים פון הרב שטיינער פון קאשוי וואס איז שוין נישטא יארן. . אבער טאמער דער רב המכשיר וועט האבען א צעטעל(רשימה)  פאר פובליק. אויף יעדען פראדוקט וואס ער געט א הכשר . סיי יעדער וועט קענען וויסן. און סיי די קאמפאני וועט נישט קענען צולייגען אנדערע זאכען וואס איז נישט מיט זיין הכשר.
למשל בלום האט די הכשר פון וועלאווער רב . און בלומיס האט נישט . אהן א צעטל קען די קאמפאני אמאל אויסמישן. וכדומה.
למעשה קען מען  א ביסעל מלמד זכות זיין אויף די חברה  אז  זיי האבען נישט באגאנבעט דעם עולם ווייל עס האט טאקע נישט געקאסט וויפיל אליוו אויל נאר וויפיעל וועידזשטעבל אויל.    עס איז העכסטענס נישט געווען קיין מצוה מן המובחר. ווייל די מענטשען האבען נישט געוואלט באצאלען פאר א מצוה מן המובחר וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2006 08:51 לינק ישיר 

אם כנים הדברים אז התאחדות געט א הכשר אויף ש.ב.'ס א רעסטאראנט איז עס איז ממש מבהיל על הרעיון
 
ווי אזוי קען מען געבען א הכשר אויף א רעסטוראנט,וואס אן א באזונדערע - נישט איינגעשטעלטע- משגיח תמידי איז די עיקר השגחה געבויט אויף נאמנות, וואס באלאנגט פאר איינער וואס האט ביודעין מכשיל געווען אלפים מישראל מיט טויזענטער ווערעמלעך (די וואס האבען געגעסען פינקל'ס נבילות האבען כאטש הנאה געהאט בשעת'ן קייען דאס שטיקל טשיקען, אבער די ווערעמלעך אין די ראמעין לעטעס איז דאך סתם געווען נישט צו גאט און נישט צו לייט...)

נאר אז מען קען געבען אן הכשר אויף אזא מחלל שבת בפהרסיא בריש גלי ווי מזונות מבין (וואס נאך אלע מעשות האט נישט קיין באזונדערע משגיח תמידי, נאר אן אנגעשטלעטע וואס איז פארנומען א גאנצען טאג מיט זיין דזשאב), און נישט נאר געבען דעם הכשר, נאר לוחם זיין בכל תוקף ועוז אז דער ארגענעזאציע וואס געט דארט אויך דעם הכשר זאל זייער הכשר נישט אראפ נעמען נאך דעם סקאנדאל, איז א קשיא ווי אזוי זיי קענען געטרויען אזא מכשיל את הרבים מיט א רעסטאראנט?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פאלשע שמן זית פארפלייצט אמעריקא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.