|
|
| נשלח ב-29/12/2006 21:31 |
|
| |
דא האט איר דעם אריגינעלן טעקסט פון לאבאראטארי, פון די 100% וועזשטעבל אויל וואס איז פארקויפט געווארן אלץ שמן זית זך, דורך דעם גנב און פוסע על ראשי עם קודש מר. ש.ב.:
|
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2006 21:43 |
|
| |
טייערער "ראקלענד" איך וויל זיי נישט פארענטפערן. נאר למען האמת קענסט לייענען ענגליש עס שטייט . אז עס איז דא וועידזשטעבל אויל אויסער די אליוו אויל. קומט אויס אז עפעס אליוו אויל איז .יא דא
און מין במינו ווערט דאך נישט בטל אזוי וויא עס ווערט געברענגט אין יו"ד סימן קב בשם הר"ן ביי דבר שיש לו מתירין. ווייל ביי איסור בהיתר פאסקען מיר אז מין במינו ווערט יא בטל נישט וויא שיטת רש"י. אבער ביי היתר בהיתר זאגען מיר אז מין במינו ווערט נישט בטל. . וועגען דעם פירן זיך א סאך אידען וואס קענען נישט טרינקען וויין . נאר גרעיפ דזשוס מישען זיי אריין אביסעל וויין אינעם בעכער . און היתר בהיתר ווערט נישט בטל מין במינו ממילא איז גערעכענט אזוי וויא עס דא וויין.
נאכאמאל איך וויל זיי נישט פארענטפערען. איך וויל נאר מלמד זכות זיין אויף די אידען וואס האבען דאס גענוצט פאר שמן זית .
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2006 19:51 |
|
| |
מיין טייערע קנעכט!
קיין ענגליש קענסטו נישט, ווייל דאס מיינט אז עס די שאלה איז געווען צי איז דא דא שמן זית אדער וועזשטעבל אויל, איז די ענטפער, אז עס איז דא נאר שמן ירקות איבער זמן זית.
אויב וואלט געווען אפילו איין פראצענט שמן זית, וואלט געשטאנען, כך וכך פראצענט שמן ירקות, און כך וכך פראצענט שמן זית.
דאס איז נאר לפלפולי בעלמא.
דערנאך מאכסטו א פורים פשעטל פון היתר בהיתר און מין במינו, אפשר מאכסטו דעם פשעטל אויף לח בלח וואס אויב איז געווען דארט א ברעקל שמן זית, ווערט עס בטל ברוב - וואס איז שמן ירקות?
אין קץ לדברי רוח!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2006 20:15 |
|
| |
דו האלטסט אין איין חזר'ן אז דו ווילסט זיי נישט פארענטפערן, און דו הערסט נישט אויף זיי צו פארענטפערן איינמאל און נאכאמאל אויף די שוידערליכע עוולות וואס דא איז געשען אויפ'ן חשבון פון כלל ישראל.
עס זעט אויס אז אדער ביסטו אביסל א מגושם, און דו כאפסט נישט די גאנצע פראבלעם פון אפנארן אידן מיט כשרות און מיט אונאה גניבה וגזילה, דו ווייסט נישט די ענינים בנגלה ובנסתר פון צינדן דווקא מיט שמן זית און נישט מיט עפעס אנדערש,דו האסט נישט קיין געפילן צו קיין מצוות און דברים שבקדושה, אדער ביסטו א שותף אין דעם געשעפט (אדער אין ש.ב.'ס אנדערע שווארצע עסקים), אדער ביסטו גאר דער בעה"ב אדער א קרוב מיט די בעל הבית.
אנדערש קען איך נישט פארשטיין ווי א איד וואס לייגט תפילין יעדן טאג, און האלט תרי"ג מצוות זאל נאר זוכן צו פארדעקן און וואשן די עושי רשעה חוטיאי ומחטיאי הרבים
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2006 20:49 |
|
| |
דו שרייבסט אז עבד עברי קען נישט קיין ענגליש. וועגען דעם הייסט ער דאך עבד עברי נישט עבד כנעני ח"ו. אבער דו קענסט דאך נישט קיין אידיש. איך שרייב דאך קלאר אז איך וויל זיי נישט פארענטפערן. איך וויל נאר מלמד זכות זיין אויף די ערליכע אידען וואס זענען נעבעך פארנארט געווארן און געצינדן מיט אזא אויל. אויף דעם איז געמאכט געווארן דאס פשטל. און וויא קומט אהער לח בלח. דער שך אין סימן צח שרייט דאך קלאר אז ביי מין במינו גיי איך בתר שמא . שמן בשמן.
גייסט גלייך מיט דעם נוסח הידוע כאילו דו ווייסט די עניינים בנגלה ובנסתר . און דו ביסט דער ערליכער איד. אני ואפסי. און קיינער איז גארנישט . דאס איז דאך דער דרך פון.... והמבין יבין.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2006 21:09 |
|
| |
א שאד, א עבד וואס קען א שך אין יו"ד צ"ח, און זאל נישט קענען ארייננעמען אין קאפ א פשוט'ן רמ"א אין או"ח תרע"ג..
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2006 21:19 |
|
| |
איך גיב אזא קוק איבער דיינע אלע "לימודי זכות" און קרעפל פשט'לעך צו פארגלעטן די סקאנדאל, הייב איך שוין אן צו פארשטיין דעם בעל מכשיר.
ביז יעצט האב איך נישט געקענט פארשטיין וויאזוי קען אפילו א שוואכער איד געבן א השגחה אויף א פראדוקט פון א גראבן אינג, א באוואוסטער מחטיא את הרבים, נאך דערצו א רב, און ווען דער פראדוקט איז מזוייף מתוכו "מתחילת העשייה עד סוף האריזה", איך האב נישט געקענט פארשטיין וואו נעמט ער די היתר און קאלטקייט צו קענען געבן אויף אזא זאך א השגחה, און ניטאמאל צוריקגעצויגן, שוין נאך איבער א וואך וואס די ביטערע מציאות איז ארויס אויף די גאס.
נאר אזויווי דא קען קומען א עבד עברי און מאכן כל מיני וואונדערליכע היתרים מיט לימוד זכות, האט מן הסתם דער בעל מכשיר אויך געמאכט און זיך פארלאזט אויף די סארטן היתרים און לימוד זכות...
א עבד עברי האט מיר פארענטפערט א שווערן "רב"....
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2006 22:19 |
|
| |
האסטו דען נישט געזעהן אין די פריערדיגע געשרייבעכצער אז דער ש ב האט ארויפגעלייגט דעם נאמען פון די רבנים המכשירים און ער האט זיי ניטאמאל נישט מודיע געווען. . נו יעצט האסטו א הארבען ש ב .
איך האב ב"ה הנאה אז דו האסט שוין געטראפן אויך א לימוד זכות אויפן רב המכשיר . און די קשיא וואס דו האסט געהאט אויפן רב איז דיר אויך פארענטפערט. זעהט אויס אז עפעס האב איך שוין געפויעלט ביי דיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2007 23:31 |
|
| |
איך מוז דא מעורר זיין טייערער עבד
אז דאס וואס דו האסט געזאגט אז התאחדות הרבנים גיבט נאך א השגחה אויף א רעסטוראנט אין פלעטבוש וואס ווערט געפירט דורך דעם באנדיט ש.ב. וועלכער האט א ספעציעלער יצר הרע מכשיל צו זיין אידן ווי ער קען נאר.
האב איך מברר געווען אז זיי האבן שוין פון לאנג אראפגענומען די השגחה פון זיין געשעפט, ער האט שוין לאנג נישט דעם השגחה, און איך ווייס נישט צו דער געשעפט שטייט נאך בכלל.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2007 17:59 |
|
| |
ידידי ראקלענד היקר והנעלה הי"ו בשמו האמיתי
די התאחדות הרבנים האט קיינמאל נישט אראפגענומען די השגחה פון ש"ב רעסטוראנט. די סטאר האט זיך פארמאכט. ווייל אזוי וויא מען פירט זיך בין אדם למקום אזוי פירט מען ביזנעס בין אדם לחבירו כמובן האט זיך עס פארמאכט. א דוגמא אויף מארסי עווע. א פיצא סטאר איז אויך פארמאכט געווארן פון די שטאט און עס האט נאך אלץ די גרויסע מאשני פון די התאחדות
עס איז כדאי דו זאלסט לייענען " דעם געפערליכען ענין " וועגען ס. בעקערי אין וויליאמסבורג וואס איך האב געשריבן אינעם אשכול "געמיינע יונגען" אין דעם פורום. איין שטיקעל פארן לעצטען ..עס הויבט זיך אהן מיט די ווערטער "טייערער נייער"
דאס איז שוין נאכדעם וואס עס איז געווען יארן צוריק א הפקירות דארט וועגען טריפהנע אייער רח"ל. שאל אביך ויגדך.און טאמער דו ביסט נאך צו יונג דעמאלס זקניך ויאמרו לך.
יעצט וועגען די בראקלי. שומו שמים. מען טרעפט דאך אין יעדען פעקל בודק בראקלי עטליכע שרצים. ולא תטמאו בהם. און וויפיל מען האט געווארענט די התאחדות . לאכען זיי זיך אויס. און יעדער וואס עסט דאס איז מלא שקצים ורמשים רח"ל. קענסט דאס הערן אויף נחום האט ליין. אדער רוף אהן דעם מאגרובער רב. אדער מאך אויף סיי וועלכע פעקל וועסטו דאס אליין זעהן מיט דיינע אויגען.
דער באטורער רב האט גלייך צוריקגעצויגען זיין הכשר פון "עדן" בראקלי און קיים שום רעסטוראנט וואס האט א נארמאלע הכשר נוצט דאס נישט מער. אויסער די התאחדות.
גיי אריין אין סיי וועלכע סטאר אין וויליאמסבורג . וועסטו דאס קענען קויפן נאך אלץ
וידידינו היקר והחשוב ספרא רבא באטשי. ענפערט מיר אויפן היידפארק אז ווילאנג עס איז נישט דא א איסור אדער הבהרה פון די התאחדות . הפה שהתיר יהיה הפה שאסר. ביז דעמאלס עסט ער בראקלי קוגעל. מיט א רוהיגען געוויסן. אם בארזים נפלה שלהבת א"כ מה יענו איזובי קיר.
הבודק צריך שיבטל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2007 22:22 |
|
| |
איך בין געזעצן ביי א דרשה פון א רב וואס האט געוויזען לייוו ווי אזוי מען זוכט שרצים, אין יא די בראקעלי פון בודק האט געהאט א לעבעדיגע.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2007 19:50 |
|
| |
. פארוואס איז עבדעברי אזוי פארנומען צו פארטיידיגען דעם ש"בן וועלכע איז אן אויסגערופענער ליגענער?
תוקן על ידי allnewspic ב- 28/01/2007 23:36:40
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 04:57 |
|
| |
דעיס איז זיכער אז דער עבד האט דא עפעס א נישט פלעינע ציל צו פארדעקען אויף די סקאנדאל פון מכשיל זיין יודען, און צו פארדעקען דעי רב וואס האט נאך ביז יעצטערט נישט אראפגענומען זיין השגחה פון עס, ער שלאגט זיך פאר עס מיט ציין און מיט נעגל
תוקן על ידי allnewspic ב- 28/01/2007 23:38:22
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 05:27 |
|
| |
דער רב דארף ב"ה נישט אז מען זאל זיך אהנעמען פאר עהם בפרט א פאר היידפארק שרייבערס. ער דארף אפילו נישט אז עבדעברי זאל זיך פאר עהם אהנעמען.
און די התאחדות העלפט נישט אפילו ווען מען נעמט זיך יא אהן פאר זיי נישט נאר היידפארק שרייבערס נאר אפילו רבנים אויך נישט.
א מתנגד א גדול האט געפרעגט דעם הייליגען בעש"ט זי"ע ועכ"י . וויאזוי איז דער דין טאמער איינער פארגעסט צו זאגען "יעלה ויבא " ר"ח ביי שחרית האט עהם דער הייליגער בעש"ט זי"ע גענטפערט . די שאלה איז נישט קיין נ"מ נישט פאר מיר און נישט פאר דיר . פאר מיר (בעש"ט) איז נישט קיין חילוק ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט פארגעסען. און דו אפילו דו וועסט איבערדאווענען נאכאמאל שנוו"ע (אזוי וויא די הלכה איז .) וועסטו דאס צווייטע מאל אויך פארגעסען. וכך הוה.
(עס איז דא א הלכה אז טאמער איינער האט שוין איבערגעדאווענט צוויי מאל און פארגעסען דארף ער נישט נאכאמאל דאווענען ויש חולקין) .
איך האב שוין יוצא געווען צו דערציילן מוצאי ש"ק א עובדא פון הייליגען בעש"ט זי"ע וואס איז א סגולה לכל דבר (פונעם הייליגען רוזינער זי"ע (מנחת שבת סימן ש)
דאס זעלבע דער רב הרב הגאון זאל זיין געזונט און שטארק פאר וועם איך נעם מיך אהן. דארף נישט די גאנצע מעשה . (איך ווייס נישט צו ער ווייס אפילו אז איך נעם מיך אהן) איך נעם מיך נאר אהן למען האמת ווייל איך ווייס דעם אמת . און ווער עס וויל טאקע וויסן קען זיך צו מיר ווענדן באישי.
און נאך א זאך דער רב שליט"א ענטפערט יעדען איינעם אלע שאלות וואס יעדער פרעגט. אז איר האט פראבלעמען מיט א זאך אויף וואס ער געט א השגחה . קענט עטץ עהם אליין אנקאלן און פרעגען. ממילא סתם עהם אויסציען דא ברבים.האט נישט קיין שום זין.
דער קאפלאן(טשאפלעין) האט עפעס א אינטערעסט. אדער ער האט געהאט א סטאר אין בארא פארק און געבטען א השגחה . און דער רב האט עהם נישט געוואלט געבען מאיזה סיבה שהיא . אדער עפעס אנדערש.
. און פאר די התאחדות העלפט דאס אלעס נישט נאר וויא מער מען נעמט זיך אהן קומט ארויס דער ביטערע אמת אלץ מער און מער וויאזוי מען נארט אריין דעם עולם המדקדקין בכשרות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 18:59 |
|
| |
איך ווייס טאקע פון א יוד וואס האט געפרעגט דעם רב ק. אויף עפעס א פראדאקט וואס איז געוועזען אונטער זיין השגחה, און א אמעריקאנע ארגעניזאציע האט געזאגט פאר דעי יוד, אז דעי פראדאקט האט טרפות אין זיך, האט דער יוד גערופען דעם דיין וואס געבט השגחה דעראויף און אים אנגעפאנגען צו פרעגען קשיות
און דעי דיין האט אפגעשטיפט דעי יוד אפאר מאל מיט נארישע תירוצים, ביז צו דע ענד האט ער געשריגען דעי יוד אין טעלעפאן "מדארף דיך פיטערען שטרוי צו עסען"
איך ראט טאקע יעדער זאל קאלען דעי רב מיט קשיות וואס מהאט אויף זיין השגחה, און ער וועט יעדעם גערען אנווינטשען אביסעל שטרוי (אשטאטץ געבן א ענפער..)
|
|
|
|
|