בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פאלשע שמן זית פארפלייצט אמעריקא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/1/2007 22:39 לינק ישיר 

אגוטען טאג און א גוטען וואך

איך האב באקריגען אין אישית צוויי מעשיות אויף די השגחה פון רב ק. פון א., איך קען נישט פאוסטען קיין מעשה בעפאר איך פרואוו עס צו זיין 100% ריכטיג, איך טו מיין ריסערטש, און איך האף ביז מארגען צו פאוסטען די גאנצע אינפארמעישאן.



תוקן על ידי allnewspic ב- 28/01/2007 23:42:37




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2007 23:44 לינק ישיר 

דער פורום איז נישט קיין פלאטץ צו אינסאלטען אנדערע חברי הפורום.

ביטע דאס נעמען אין קענטעניס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 01:11 לינק ישיר 

אזוי ווי חנוכה איז אט אט דא, דעריבער דארף מען צייטליך דערמאנען דעם ציבור, צו לייגן אכט ביים איינקויפן "שמן זית" פאר די נרות חנוכה, נישט אריינפאלן מיט פאלשע שמן זית. פון די פאריעריגע פאלשע שווינדלערישע אויל מיט די השגחה פון הרב ק. איז נאך דא אין טייל געשעפטן צו באקומען, ידע הקהל להזהר!

אויך זאל מען אכטונג געבן בכלל נאר צו קויפן אויל מיט א פארלעסליכע השגחה, ווייל ס'איז דא אין די גאס מער פון איין שווינדלער, וואס פרובירט צו מאכן א לעבן פון אפנארן דעם ציבור, און אריינשמירן אין דעם עולם געבלאפטע פראדוקטן, בפרט יעצט אין די שמן זית סעזאן.

א פרייליכן "כשר'ן" חנוכה, למהדרין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 20:46 לינק ישיר 

די פאריאריגע פאלשע שמן זית האט שוין דאס יאר ענדליך דעם הכשר פון די התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה. און מען האט אויף די פאריאריגע אלטע באטלעך ארופגעקלעבט נייע צעטלעך מיט די השגחה פון די התאחדות. עס האט שוין מער נישט די השגחה פון הרב ק.

א פרייליכן "כשרן" חנוכה למהדרין מן המהדרין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 23:16 לינק ישיר 

איינער האט מיר געוויזן ער האט נעכטן געקויפט די פאריעריגע פאלשע שמן זית אין א גרויסע סופערמארקעט אין מאנסי,און דעריבער האב איך צוריקגעברענגט דעם אשכול נאכאמאל.

אויך איז דא נאך א קאמפאני פון ארץ ישראל וואס פארקויפט שמן זית אן קיין שום השגחה, דעריבער וויל איך נאכאמאל דערמאנען, דער עולם זאל אכטונג געבן וואס מ'קויפט, אלעס זאל האבן א השגחה, און א 'פארלעסליכע' השגחה, ווייל אז נישט, האט מען אזא פנים ווי די פאריעריגע וועזשטעבל שמן זית.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 23:48 לינק ישיר 

די ראקלענט
 וואס ווען מען קיק נאך ווי די שרייבסט איבעראל אויף אלע השגחת אחוץ דיין פארלסליכע השגחה זעט מען פין אז די מיינסט גארנישט לשם שמים נאר פשוט לכבוד עצמך אתה דורש פארלעסליכע השגחה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2007 01:52 לינק ישיר 

אז מען קויפן פון די גרויסע גוישע קאמפאניס שמן זית איז אויך דא אזא שחד?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2007 22:23 לינק ישיר 

מען זאל אכטונג געבען היי יאר אויך, ווען מען קויפט שמן זית, און עס שטייט שמן זית זך, און עס שטייט אויך olive - pomace oil זאל מען וויסען אז עס איז סתירה מיני' ובי', עס קען נישט זיין "זך" אויב איז עס פאמאס. פאמאס מיינט אז עס איז פין די כתישה שני' אדער ווייטער, און עס ברענט "נישט" גוט.

איך ווייס נישט ווי אזוי א קאמפאני האט נישט קיין בושה צו שרייבען שמן זיך "זך" און דערביי צוגעבען אז עס פאמאס. בושה און א חרפה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2007 00:29 לינק ישיר 

ליידער האבן די מכשילים נאכאמאל ארויסגעלייגט די "פאלשע שמן זית" אויפ'ן מארק, כדי אפצונארן אומוויסנדע קונים דערמיט, א בושה וחרפה!

דאס איז א מוסר השכל אויף אלעס, א פראדוקט צום עסן, אדער יוצא צו זיין א מצוה, דארף מען נעמען נאר מיט א גוטע פארלעסליכע השגחה, אז נישט קוקט מען אזוי אויס, און מ'צינדט אויף כינעזער סויע/וועדזשטעבל אויל.

ידע הציבור להזהר!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2007 18:49 לינק ישיר 

באקומען אין תיבה אישית:

"זאלסט וויסן אז די אויל פארקויפט זיך אין וויליאמסבורג אין בארא פארק, רוב מענשן ווייסן גארנישט, כהאב געפרעגט א סטאר מענטש, האט ער מיר געזאגט אז ס'איז דער בעל מכשיר'ס פראבלעם, נישט זיינע, אויב ס'איז אמת דארף מען רודערען די שטאט, אזא מצב האלט מיר אונז, א א.ג. בעל מכשיר זאל מיט חוצפה געבן א השגחה אן קיין בושה אויף פאלשע זאכן".

ע"כ




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2007 22:24 לינק ישיר 

hdshk כתב:
די ראקלענט
 וואס ווען מען קיק נאך ווי די שרייבסט איבעראל אויף אלע השגחת אחוץ דיין פארלסליכע השגחה זעט מען פין אז די מיינסט גארנישט לשם שמים נאר פשוט לכבוד עצמך אתה דורש פארלעסליכע השגחה


אזוי ווי איך זעה אז די עולם שמועסט איבער א פארלעסליך'ע השגחה אויף אויל, בין איך דא מוסר ומודיע אז אני הקטן פארלעסליך געב נישט קיין שום השגחה אויף קיין שום סארט אויל, שמן זית וכדומה, ולזות שפתים יפסקו, והכל כל מקומו יבא בשלום.

הכ"ד אני הק' פארלעסליך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2007 23:45 לינק ישיר 

ווען עס זאל זיין שמן ירקות האט מען נאך אלץ יוצא געווען הדלקת נר חנוכה, און עס איז נישט קיין ברכה לבטלה,

אבער דאס אז יעדער איז ג-ט'ס פארזארגער און אידישקייט ווערט געפירט פון הייד פארק און האט ליינס דאס איז א חורבן, און זייער שעדליך,

דאס איז די סינדראם וואס מען האט איינגעפירט אין די היימישע קרייזען צו צוברעכען די כח הרבנות

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2007 17:04 לינק ישיר 

"יעדער" קאסטומער, אן קיין אויסנאם, איז בארעכטיגט צו עפענען זיין מויל צו מפרסם זיין און פארשרייען "אלע שווינדלערס" למיניהם, צו איז עס א סוחר, א דיסטריביוטאר, צו איז עס א בעל מכשיר וואס רופט זיך א רב, קיין חילוק!

ס'מעג זיין אין היידפארק, אין מקוה, און אויף האטליינס, קיין חילוק!

צו איז עס פאלשע אויל, צו טריפה'נע פלייש צו מפוקפק'דיגע פראדוקטן, קיין חילוק!

עס האט זיך געענדיגט די קארופטירטע צייטן, ווען שווינדלערס און בלאפערס זאלן קענען מיט גניבה און אונאה אפנארן דעם ציבור, זיך אנשטאפן די קעשענעס אויפ'ן חשבון פון נארן דעם ציבור, נישט מיט קיין קוואליטעט, און נישט מיט קיין כשרות, דאס איז פארטיג! און בע"ה וועט דער מערכה ווייטער געפירט ווערן דורך יעדן ווער ס'וויל, "יעמוד מי שירצה".

ולמה לא תהא כהנת כפונדקת? אויב קענען זיך נעמען רבנים וואס ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם אין כשרות און השגחה, און געבן השגחה אין די וועלט אריין און זענען מכשיל דעם ציבור מיט כל דבר אסור רח"ל, דאס פארשטייסטו, דאס איז ביי דיר פיין און וואויל, אבער ווען פארווייטאגטע ארייגענארטע אידן שטעלן זיך אויף און שרייען: פלניא גזלנא, יענער נארט דעם ציבור, און שטאפט דעם עולם מיט פאלשע הכשרים, דאס פארשטייסטו שוין נישט...






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2007 19:46 לינק ישיר 

שלוםשטוב

פאמאס אויל ברענט זעהר גוט. סאיז ממש נישט צו דערקענען קיין חילוק. די בוהנים אין ביהמ"ק האבן ווארשיינדליך יא געזעהן, איך נישט, לדעתי צו נומען עקסטרא ווירדשין צום צונדן איז פשוט בל תשחית.

לפענ"ד מיינט "זך" אז סאיז געפילטערט, אהן קיין שמרים. איך מיין דו פארטוישט מיט כתית למאור ולא כתית למנחות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2007 07:34 לינק ישיר 

באטשי,
ביסט גערעכט וועגען "זך".
אבער עס ברענט נישט אזוי גוט ווי די ווירדזשין, און די חילוק זעהן זיך אהן, ווי לאנג עס ברענט, די פאמאס ברענט נישט אזוי לאנג, און לעשט זיך אויס אינדערמיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פאלשע שמן זית פארפלייצט אמעריקא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.