הערליכע לעכט צינדן דורך רבינו שליט"א אין וויליאמסבורג
א געוואלדיגע עולם איז געקומען מיטהאלטן די רביס צינדן די חנוכה לעכט, די טויזענטער האבן איינגעהערט שטיל די פייערדיגע ברכות פון רבינו שליט"א. די תורה איז אויך געווען א געוואלדיגע תורה ווי פון חנוכה לעכט ווערט אנגעפאנגען ביאת המשיח און וועגן דעם איז חנוכה א יו"ט ווייל ווען משיח גייט קומען גייט יעדן טאג זיין א יו"ט. נאכדעם איז געווען די הערליכע ניגונים, סיי די קווייער און בעיקר ווען אלע אינאיינעם האבן נאכדעם געזינגען והאר עינינו און אני מאמין נאך די תורה.
די ריזיגע עולם איז אהיים ממש געהויבן.
|
|