בית פורומים כל העולם כולו

נאצי ארכיוון אויף 60 מיניטס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/12/2006 00:45 לינק ישיר 
נאצי ארכיוון אויף 60 מיניטס

פיפציג מיליאן דאקאמענטן פון זיבעצן מיליאן נאצי געליטענע פארשריבן דורך די נאציס,

http://www.cbsnews.com/sections/i_video/main500251.shtml?id=2274705n




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 01:14 לינק ישיר 


ממש מבהיל על הרעיון !!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 02:18 לינק ישיר 



ממש...............לא יאומן כי יסופר...!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 02:46 לינק ישיר 

וואס מיינט לא יאומן כי יסופר?
מען גלייבט נישט ווען מען פארציילט דאס

די ביסט אפשר א נטורי קרתא'ניק וואס לייקענט די האלאקאוסט,
וואס מאכסטו אזא טאראראם האסט נאך נישט געהערט פון די שואה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 04:59 לינק ישיר 

איז דא א וועג איך זאל קענען סעיוון די רעקארדינג ביי מיר אין קאמפיוטער ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/12/2006 05:52 לינק ישיר 


ניין, נישט צום גלייבן ווי ווייט זיי האבן געהאלטן רעקארד אויף יעדן מענטש
און אויף יעדע רשעות שטיק, און נאך מיט אזא 'דייטשע פינקטליכקייט'.... !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 00:21 לינק ישיר 



ימח שמם וזכרם !!!

שם רשעים ירקב !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2006 00:32 לינק ישיר 

אינטערסאנטע לדוגמא

ווי באוויסט האט רבינו זצ"ל בעל ברך משה געהאט א ברידער זישא, און מען האט אלס געהאט א חשד אז ער האט דורך געלעבט די קריג און אנטלאפען קיין רוסלאנד.

איז אפשר פון די ארכיווען קען מען לכאורה אויסגעפינען דער אמת?

כהנה וכהנה עס קוקט אויס אז אסאך אידישע משפחות ברידערס און שוועסטער טאטעס און קינדער  וועלן זיך צוזאמטרעפען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 02:37 לינק ישיר 

ווערט'ס נישט איבער עקסיידעט, די רשעים האבן טאקע געהאלטן/געמאכט רעקארד'ס, אבער עס איז נישט מעגליך פון אלעס, מן הסתם זענען די רעקארד פון די וואס זענען אריין אין א לאגער, אבער די וואס זענען געהארגט געווארן דורך אקציע'ס, ווי למשל די וואס זיי האבן ארויס געטראגן צו א וואלד און געהייסען גראבען זייערע אייגענע גריבער ר"ל, אדער די וואס זענען נעבעך אוועק אין טויטען מארש, זענען לכאורה נישט רעקארדעט געווארן.

kj, עס איז געווען אסאך וואס האבן  אדורך געלעבט, און זענען געהארגט געווארן ווען די רוסען זענען אריין געקומען.

פארגעסט נישט, עס איז געווען א מלחמה ווי צענדליגע מיליאנען זענען געהארגט געווארן, און עס האט זיך געטון א שרעקליכע צומישניש און מענטשן זענען נעבעך געפאלן ווי פליגען פון אלע זייטן, דער חידוש איז נאר אז די רשעים האבן בכלל געהאלטן עפעס רעקארדס אויך מענטשען וואס זיי געהארגט אזוי ווי מען קוילערט טשיקען ר"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2006 02:51 לינק ישיר 

געדאנקען מוז אלעמאל זאגן פארקערט ווי יעדן איינעם.

קוק די קליפ וועסטו זען, אז נישט דאס איז דער חידוש אז זיי האבן געהאלטן עפעס רעקארדס. דער חידוש איז אז זיי האבן געהאלטן אזעלכע פינקטליכע רעקארדס, ממש אפילו ווי גרויס די לייז זענען געווען! און אויך אז זיי האבן "יא" פארשריבן גענוי ווען זיי האבן גע'הרג'עט טויזנטער אידן, און זיי האבן אפילו געגעבן פאר היטלער ימ"ש א מתנה א בוך וואו ס'איז פארשריבן ווען טויזנטער אידן זענען גע'הרג'עט געווארן. קיינער האט נישט געזאגט אז מען וועט געוואר ווערן גענוי ווען אלע זעקס מיליאן קדושים הי"ד זענען גע'הרג'עט געווארן. אבער מען וועט יא וויסן פינקטליך ווען זיי האבן געהרגעט "טויזנטער" אידן, און אסאך אלטע אידן וועלן אויך געוואר ווערן וואו ס'זענען אהינגעקומען זייערע נאנטע, וואס מען ווייסט נישט ביזן היינטיגן טאג וואס מיט זיי איז געשען.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2006 04:01 לינק ישיר 

פיקטשערס,

פון די פריערדיגע תגובת קוק אויס אז מען האט געטראפן פונקטליכע דאקומענטן, און ברודער שוועסטער גיין זיך טרעפן.... האב איך אביסל מסביר געווען מציאת הדברים.

אגב אמת אז דער רעפארטער זאגט אז מען האט געטראפן פונקליכע רעקארדס, אבער ווען מען קוק גוט זעט מען אז מען רעדט ווייט פון דעם, ער האט דארט דריי איבערלעבער, פאר איינעם ווייזט ער א עדמישען קארד, פאר איינעם אז מען האט אויסגעשטראכן זיין נאמען פון א ליסט וואס געדארפט גייען צו א טויט לאגער, אין נאך קליינע זאכן, דאס איז ווייט פון פונקטליכע רעקארדס, דער רעפארטער בלאזט עס (אביסל) אויף. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נאצי ארכיוון אויף 60 מיניטס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext