בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

גרויסע הפגנה געפלאנט אקעגען נטורי קרתא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/12/2006 19:58 לינק ישיר 
גרויסע הפגנה געפלאנט אקעגען נטורי קרתא

באקימען אין אישי



 

LOUD, LEGAL, LAWFUL PROTEST AGAINST NETUREI KARTA'S ATTENDANCE AT HOLOCAUST DENIERS CONFERENCE SUNDAY JANUARY 7 1 P.M. NETUREI KARTA HEADQUARTERS 102 SADDLE RIVER ROAD MONSEY, NY 10952

For bus from Brooklyn call 212-252-3383

 

Here are the addresses and phone numbers of these goons if anyone is interested in them:

Yisroel Dovid Weiss SR"Y (Sheim Reshaim Yirkov)
183 Quackenbush Ln.
Tel: (845) 356-1737

Yisroel Pinchos Feldman SR"Y
208 Saddle River Rd.
corner Park
Tel: (845) 352-3927

Dovid Shlomo Feldman SR"Y
15 Old Nyack Tpke
Tel: (845) 426-6812

I would take extreme caution in pranking these clowns. For you never know if they are receipients of PA security (after all they are card carrying members of the PA) BE CAREFUL

--------------------------------------------------------------------------------------------------------------

LOUD, LEGAL, LAWFUL PROTEST AGAINST NETUREI KARTA'S ATTENDANCE AT HOLOCAUST DENIERS CONFERENCE SUNDAY JANUARY 7 1 P.M. NETUREI KARTA HEADQUARTERS 102 SADDLE RIVER ROAD MONSEY For bus from Brooklyn call 212-252-3383

--------------------------------------------------------------------------------------------------------------

A blog has been established for those who wish to speak out against the Neturai Karta. Let the world know that we Yidden DO NOT agree to this abominable behavior! Post your messages at http://protestnk.blogspot.com/

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 22:54 לינק ישיר 

נחום  ראזענבערג . ווייל ער זאגט א פאר זאכען דעם אמת . קיין איין רב איז נאך נישט ארויסגעקומען קעגעןו עהם.   ער איז לויט "מאה אחוז" א משוגענער. . איי קבל את האמת ממי שאמרו דאס איז ביי עהם גארנישט

אבער די וואס זענען געגאנגען קיין איראן וואס קיין איין רב אין די וועלט האט זיך נאך נישט אנגענומען פאר זיי . אפילו די גרעסטע קנאים רז"ל בי"ד . אדער הרב דומב. אפילו הרב לייטנער. .  נאר אדרבה אפילו די אייגענע רבנים בראש מיטן סאטמארער רבין שליט"א זענען אפען ארויסגעקומען קעגען זיי . די זענען נארמאלע מענטשען.

לייען אליין וואס דו שרייבסט. גיין בתחנונים צו די אראבער (אפלייקענען יודיש בלוט פון זכור אשר עשה לך) איז א  עולה שאין לו כפרה (עס איז יא דא כפרה -זיי זאלן צוריקציעהן)  אבער גיין מאכען הפגנות. מיט מעשי אלימות וחילול ה' . אין וויליאמסבורג ביי די הייזער פון "גאלדהירשס טאטע"  ווייל זיין זון האט געמאכט א עירוב עפ"י פסק פון רבנים.
און מחלל זיין קדושת ישראל מענער און בחורים זאלען נאכשרייען פרויען און מיידלעך בריש גלי אויף די גאס. איז א סאך ערגער וויא אין מאנטשעסטער גיין מיט כופרים.
כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה (איז דען פאראן א גרעסערע גדר ערוה פון דעם . מענער זאלען שרייען צו פרויען)  (אנטשולדיג איך האב פארגעסען זיי זענען נישט קיין פרויען נאר "מילך קעסטלעך")
אנדרלומסיא ר"ל באה לעולם. דא גייט מען און מען ברענגט  ר"ל א כלי' און נאכדעם גייט מען זיך לעקען צו גויים אז זיי זאלען מבטל זיין די אדרלמוסיא רח"ל.
דאס איז דער אמתער פירוש אין "היפאקריזם"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 23:10 לינק ישיר 

גיין צוזאמען מיט כופרים(אין מאנטשעסטער)  אפילו קעגען א רודף . איז א שאלה אויב מען מעג. איי לשיטתם(פון די פראטעסטירער)  איז עס דאך כדי להציל פונעם רודף. דאך מיט כופרים צוזאמען אפשר טאר מען נישט גיין.

אבער צו גיין צוזאמען מיט גויים כופרים באמונת השי"ת כדי להציל . דאס מעג מען דען יא . (הרמב"ם פוסק שהערביים ואמונתם הוא כפירה גמורה) עס איז דאך קלאר קעגען דעם פסק פון ביד"צ פון די עדה החרדית און קעגען דעם פסק פון וויליאמסבורגער בי"ד מיטן רב שליט"א בראש וואס באציעהן זיך אויפן פסק אמת פון  כ"ק אדונינו מורינו ורבינו המלך הקדוש רשכבה"ג .זי"ע .  וואס דער נאסאדער רב זי"ע האט אויסגערופן  ביים אסיפה . פארן גאון הגאונים דעם שימלויער רב זי"ע הי"ד אז דער וואס זאגט איין ווארט קעגען רבין (דעמאלס געווען קראלער רב) זאל זיין יהיה מי שיהיה . זאל זיין אפילו כגובה ארזים גבהו.  סיי וואס ער זאגט. אפילו כיוון לדעת תורה. איז ער ברור ואמת . א "אפיקורס גמור" . נו מאן ספין ומאן רקיע אין אזאלכע זאכען וואס איז עומד ברומו שלם עולם . צו זאגען א פסק דערקעגען. בפרט עס איז דאך טאקע נישטא קיין איין רב וואס זאגט דערקעגן. אלע האלטן מיט6 מיטן סאטמארען בי"ד.

משא"כ ביים עירוב . האט מען קיינמאל פון רבין זי"ע קיינמאל נישט געהערט לאיסור. נישט מפיו און נישט מפי כתבו. און עס איז דא תרי תנאי אליבא דרבי. . איז דאך די הלכה אז יעדער מעג טאן לויט זיין פסק. דעמאלס מעג מען שרייען שלאגען איבערקערן וועלטן.
נאר דא ווען עס איז דא א בפירושער פסק קודש פון רבין זי"ע . וואס איז נחתם געווארן בגושפנקא דמלכא פונעם אייגענעם סאטמארער בי"ד .דארט נעמט מען זיך אהן פאקערט.

ראו את מי אתם מחליפין במי.. גאנץ כלל ישראל מיט אלע אירע רבנים פון איין זייט . מיט א פאר יחידים פון די אנדערע זייט.
כולנו זכינו לשמוע דברות הקודש  מלהבות האש בקולות וברקים ובקול השופר להזהיר אותנו בין מן הציונים למיניהם. ובין מן אותם וואס פארשמוצען און פארדארבן. ל"ע
אז דעס איז נישט טייטש היפאקריזם דעמאלס . איז נישטא מער קיין "היפאקריזם"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 23:14 לינק ישיר 

עס איז דא א בריוו די וואך אין דער איד פין יוסל בעכער פין די נטורי קרתא,(ווער עס קען זאל עס ביטע אריינסקענען)  ווי ער באוואשט די חברה אין ריפט זיי אן רשעים, אין זאגט קלאר אז דאס איז נישט געווען די דרך פין די מייסדי נטורי קרתא הרב בלוי וכדומה.....

אבער אפאר אונגארישע קעפ דא פארשטייען אנדערש....
די תלמודים זענען נאך עקסטרעמער פין זייער רבין...
דאס אז זיי פארמאגען א קנאפער מנין אקעגען מיליאנען אידען איבער דעם גארער וועלט, דאס איז ביי זיי גארנישט.

ווי לאנג דארפען מיר צולאזען אז אפאר בעלי תשובה אין שבבניקעס זאלען פארשמיצען דאס פנים פין חרדישע אידען איבער די וועלט?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 23:31 לינק ישיר 

ווען הרב משה בער בעק כבודו במקומו מונח. איז געווען א וויזניצער חסיד איז ער אויך דעמאלס געווען "עקסטרעם" ממש געצווינגען יעדען זאל גיין מקיים זיין די "מצוה" (עבירה) פון די בחירות.
 
היינט איז ער עקסטרעם פארקערט.

עס איז דא טעיפ פון הרב דומב. וואס איז א פיקח. וויא ער עהם אהן רח"ל . (איך וויל נישט ארויסשרייבען  ווער עס וויל  קען עס הערן)
חוץ דעם אז די אראבער זעהן . אז נאר זעקס אידען האלטן מיט מיט זיי . זעהן זיי קלאר אז גאנץ כלל ישראל אפילו סאטמאר איז קעגען זיי . דעמאלס איז דאך טאקע ל"ע שרעקליך אן התגרות רח"ל.

ווען קיינער גייט וועין נישט צו זיי . וואלטן זיי זיך געקענט אייינרעדען אז עס איז דא טויזענטער אידען וואס זענען נישט קעגען די אראבער . אבער אזוי וויא זיי זעהן אז נאר 6 מענטשען זענען זיך אנגעקומען. און כלל ישראל שרייט געוואאלד מיט צעטלעך און מיט צייטונגען און מיט פראטעסטן . אז די 6 אידען פארטרעטן קיינעם נישט. זעהןו דאך די אראבער אז ח"ו גאנץ כלל ישראל איז קעגען זיי

האבען זיי דאך געמאכט א סאך ערגער מיטן גיין צו זיי

להבדיל אלף אלפי הבדלות דער תנא א-קי רבן יוחנן בן זכאי  איז דאך געווען דער פארטרעטער פון כלל ישראל בימים ההם. האבען די גויים געזעהן דעמאלס אז כלל ישראל מיט זייער מנהיג וויל שלום מאכען נאר א פאר בריונים ווילן נישט אבער דא איז דאך פונקט פאקערט.יעדער ווייס אז פאר זענען נישט מגדולי האומה . נאר זיי ווערן פארשריגען פון די גדולי האומה.

דאס זעלבע יעקב אבינו עליו השלום. ער איז דאך געווען "כלל ישראל" אליין. ער איז געגאנגן צו עשיו . דאס הייסט אז כלל ישראל איז זיך מכניע. אבער אז 6 מטור.. גייען און כלצל ישראל שרייט פארקערט . מאכן זיי דאך דעם פייער ר"ל און עס קומט אויס אז זיי זענען ממש רודפים רח"ל.  (נישט להלכה) עפ"י פסק פון אונזערע בתי דינים און אונזערע רבנים.
חוץ דעם שטייט דאך בפירוש אין דעת זקנים און אין בעל הטורים אז יעקב אבינו איז נענש געווארן ל"ע ווייל ער האט זיך מכניע געווען צו עשיו.   נו!! פארשטיי מיר אונדז די הויכע עניינים.
איז עס דען איבערגעגעבן געווארן צו פלעינע פשוטע מענטשען. וואס ווילן נישט הערן דעם דעת תורה.
השי"ת ירחם עלינו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 00:09 לינק ישיר 

לבירורא בעלמא,
כ'האב נישט גענומען קיין שטעלונג בעצם הדברים,
כ'האב נאר מעיר געווען בענין מה ינם של ההולכיםת האם מסור דינם לשמים, או כל המקדים להרגו (אע"פ שלדעתו עשה כדין) הרי זה משובח.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 00:46 לינק ישיר 

Come Enjoy a FREE FUN &  ACTION PACKED SUNDAY AFTERNOON At:

102 Saddle River Rd. Monsey, NY  10952

Bring your friends especialy troubled teens and treat them to some fun 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2006 01:40 לינק ישיר 

טייערע אידען . לאזט ענק אפ פון די אלע נארישע נישט אויסגעהאלטענע פראטעסטן. . בפרט אז די אלע מענטשען וואס זענען געגאנגון קיין איראן צו די רוצחים זענען סתם אטענשאן זיכער. און דאס איז זייער רצון . עס זאל זיך טון  וועגען זיי. מען זאל זיי האלטן וויכטיג . עס איז דא פראטעסטן אקעגן זיי וכדומה . מיט דעם איז מען נאר מחזק. מען מאכט זיי וויכטיג. חוץ דעם איז עס נישט גוט פאר די אראבישע וועלט . כאילו זיי זענען יא עפעס. מען פראטעסטירט קעגען זייער מיינונג.
ובכלל ביי ביתו של רמ"ב בעק אין נכון לעשות הפראטעסט. ווייל ער מיינט עס עכ"פ ערענסט. נאר די נאכטאנצערס זענען סתם פראסטע לייט. וואס זיי האבען געוואלט ווייזען פאר זייערע משפחות און גוטע פריינט אז זיי זענען דאס אויבערשטע פון שטייסל די סמעטענע פון כלל ישראל.    אזוי וויא טוען אויך מיטן נאכשרייען פרויען אויף די גאסען צו ווייזן אז זיי זענען זייער ערליך. דערווייל יעצט איז נתגלה געווארן לעיני כל ישראל. מיטן פסק פון סאטמארען בי"ד און די ביד"צ עדה החרדית. אז זיי זענען גארנישט אזוי ערליך וויא זיי ווילן זיך אהערשטעלען. פונקט פארקערט. אזוי וויא הרב רבי יוסף בעכער שליט"א שרייבט אויף זיי "רשעים":  זיי זענען אויסגעשפיגען געווארן פון סאטמאר אפילו פון די בני יואל. און אפילו פון די עכטע נטורי קרתא הרב דאמב וכדומה.
די זעלבע מיט די פאר משוגענע שרייערס שבת אויף די גאסען. זיי הייסען מער נישט קיין קנאים . קיין ערליכע. מען קוקט זיי אהן אפילו אין סאטמאר וויא עטליכע צודרייטע מטורפים. וואס זענען מלא האס און שנאה. און זיי האבען נישט קיין טראפ יראת שמים. ווייל זיי זענען עובר איסורי דאורייתא (עיין בדרך פיקודיך) צו קוקען אויף פרויען . און שרייען אויף פרויען . זיי וועלען בלייבן לחרפה ולדראון עולם (סןף דניאל) זיי זענען שוין יעצט .  אדם אומר לבנו . לא תהא כפלוני. באלד וועסטו אויסזעהן וויא דער משוגעגנער "  גרי..  וכדומה
דער ירושלימער מגיד האט אמאל געזאגט די גמרא זאגט (ב"ק נט) אליעזר זעירי הוה סיים מסאני אוכמא. ער האט אנגעטון שווארצע שיך (דעמאלס איז מען נישט געגאנגן מיט שווארצע שיך) ער האט געוואלט ווייזן אז ער קלאגט אויף ירושלים. האט מען עהם געפרעגט "דו ביסט דען דער פערזענליכקייט אז דו זאלסט קלאגען אויף ירושלים." מען האט עהם געלערנט דרך ארץ.  . דאס זעלבע להבדיל די פאר 6 אירע זענען דען דאס חשובסטע צו פארטרעטן כלל ישראל  מיט זייער אפגעפרעגטע מיינונג.
שטעלט אייך פאר איינער זאל גיין א גאנצן טאג אויף די גאסען מיט די תפילין. וואס דאס איז דאך זיכער לכולי עלמא א מצות עשה דאורייתא יעדע רגע. וואלט ער דען געהייסן א ערליכער איד אדער א נארמאלער מענטש. עס איז דאך היינט א יוהרא. ווער איז ער צו זיין מער חכם וויא אונזערע רעביס. דאס זעלבע . עס זאל נישט זיך נישט טרעפען אפילו  איין רב ביי גאנצען כלל ישראל וואס זאל מיטהאלטן מיט די פאר 6 חברה. . אברהם אבינו עליו השלום ביי סדום האט ניטאמאל געוואלט בעטן אויף ווייניגער וויא צעהן צדיקים . וווייל עס וועט גארנישט העלפן. נאר די 6 מכלומערשטע דאס וועט אונדז העלפן. דאס וועט אונדז ראטעעווען.  עס איז דאך דאס גרעסטע ליצנות.

מען דארף נישט מאכען קיין פראטטעסט. זיי זענען שוין ממילא מופרך מעיקרא . ואנו אין לנו רק התורה הזאת שקיבלנו. מרבותינו הקדושים מוסדי דור ודור מיט די בתי דינים ורבנים בדור הזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 02:06 לינק ישיר 

אינטערעסאנט , אז "יעצט" איז יעדער גרייט ארויס צו קומען קעגן די באנדיטען, ווי זענט "עטץ" גיווען ביז יעצט? זייער פארגאנגענע חברים'שאפט מיט איראן איז אייך יא אנגענומען? וועלעכע "מוסדות" האבען אויפ'גיהאדעוועט די פירות? אין וועלעכע "בתי מדרשים" זענען זיי ביז יעצט גיווען "וועלקאם" ווען זיי האבען "לוחם" גיווען קעגן די "ציונים" איז ענק גוט גיווען, דעמאלטס פארוואס אנטלויפען ענק ווען זיי האבען אנגימאכט ?...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2006 02:34 לינק ישיר 

עבדברי

דיינע ווערטער

"וואס באציעהן זיך אויפן פסק אמת פון  כ"ק אדונינו מורינו ורבינו המלך הקדוש רשכבה"ג .זי"ע .  וואס דער נאסאדער רב זי"ע האט אויסגערופן  ביים אסיפה . פארן גאון הגאונים דעם שימלויער רב זי"ע הי"ד אז דער וואס זאגט איין ווארט קעגען רבין (דעמאלס געווען קראלער רב) זאל זיין יהיה מי שיהיה . זאל זיין אפילו כגובה ארזים גבהו.  סיי וואס ער זאגט. אפילו כיוון לדעת תורה. איז ער ברור ואמת . א "אפיקורס גמור" . "

WOW!!!!

שאלתי ובקשתי

סאיז געוועהן נאך איינער אזוי ווי ער אין דברי הימים פון דעם יידישען פאלק וואס זיינע חסידים האבן אזוי געהאלטן? (חוץ שבתי צבי?)

ביטע ווייז אהן.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 02:34 לינק ישיר 

טייערע עבד עברי:
איך זעה אז דו ביסט ONE סייד טרעקט. וואו מען רעדט נאר פון עפעס א נושא, קריכסט איר אלס אן צום עירוב אין וומ"ס?. וואס גייט פאר מיט אייך? (מאכט נישט קיין טעות, דער גאנצער עירוב איז נישט מיין נושא, ס'גייט מיר אן ווי דאס פאריעריגע שניי, אבער פליז, פליז, פון וואס מען רעדט נאר מוז דאס אריינקומען?).

און צום עצם פראטעסט:
ס'קומט פשוט צו לאכן. יארן, יארן, וואס די סאטמארע מאכן פראטעסטן קעגן מדינת ישראל און אירע רשעות'דיגע גזירות וועלעכע איז געווענדליך באגלייט מיט 'רציחות' ממש, און קיין איינער פון די אלע וואס וועלן זיך באטייליגן אין דעם אזוי גערופענעם פראטעסט האבן נאך קיינמאל נישט געפילט פאר וויכטיג זיך צו באטייליגן און אנטייל נעמען דערין, פלוצלינג קריכן זיי אלע ארויס פון די מייז לעכער...

און נאך אזאך, יארן צוריק, ווען דער סאטמארער רבי זצ"ל האט אנגעהויבן מיט זיינע פראטעסטן אין די אמעריקאנע גאסן קעגן מדינת ישראל, האבן די אלע, וועלכע קומען פון די קרייזן, געשריגן און פארפירט אויף דעם סאטמארער רבי'ן, היתכן ער גייט ארויס שרייען אין די גאסן אנטקעגן אידן?. פלוצלינג איז אלעס מותר געווארן... (און ווידער דאס זעלביגע, איך נעם נישט קיין שטעלונג אין דעם עצם נסיעה קיין איראן, ווייל עס גייט מיך נישט אן, פאר יא פאר נישט, טוה וואס דו ווילסט. אבער דער פראטעסט קאסט מיר פשוט א לאך).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 05:17 לינק ישיר 

   

'Stupidity' in attending Holocaust-denying summit

By JOSEPH GESTETNER
(Original publication: December 22, 2006)

The attendance of a few ultra-Orthodox Jews at the recent Holocaust-denying summit in Iran brought anger to some and raised the eyebrows of others. In the ultra-Orthodox Jewish community in New York and elsewhere, the acts of these six were met with fuming rage and unprecedented dissent.

Let me set the stage here: I am an ultra-Orthodox/Hasidic Jew. I spend a large portion of my time in the anti-Zionist circles of the Orthodox Jewish community. In fact, I write current event/political columns for a weekly publication whose editorial board is staunchly anti-Zionist and regularly attacks the existence of the State of Israel and its actions. I personally, however, am not anti-Zionist nor am I pro-Israel. I am a Jew first, American second and, politically speaking, conservative third. Nevertheless, since I belong in the ultra-Orthodox Jewish community, I frequently participate in, or listen to, debates that take place between the pro- and anti-Zionist factions of our community. Never, never ever, have I seen such outrage among the anti-Zionists crowd against those few who went to Iran and participated in the infamous summit.

For years, the anti-Zionists in our community have frequently and openly distanced themselves from, and protested against, the State of Israel. The anti-Zionists' opposition to the "Jewish State" is based on a religious belief that Jews in exile should not rise against their oppressors. Instead, they should wait for Messiah. Unfortunately, the extreme-minded element of the Jewish anti-Israel movement took it to the next level. As shown in photos, some of the six who were last week in Iran, have participated in pro-Arab/Palestinian rallies and met with the blood-thirsty terrorist Yasser Arafat. Recently, one of the radicals even hugged the anti-Semitic president of Iran. These acts were never welcomed in the mainstream of the anti-Zionist movement and were sometimes condemned by responsible leaders and editorial writers of the Orthodox Jewish community.

Last week's step by these six was over the top to say less than the least. The words disgusting and outrageous do not accurately describe the strong feelings that even anti-Zionists of the Jewish community have toward these six for their stupidity. In an unusual manner, the anti-Zionist editorial writers switched gears and unleashed the power of their pens against these six for the psychotic act of participating in a Holocaust-denying summit led by a Jew-hating clown.

Editorial writers, rabbinical leaders and the average Yossi and Moshe of the Jewish community ask the obvious: How is it possible that Jews whose families were torn, tortured, robbed and killed through Hitler's Nazi machine can participate in a summit of this type? Where is the conscious of the great suffering? Where is the respect for the Holocaust survivors who schlep around with un-healing pains of those dark years? No ideological agenda, no well-explained point of view, can speak more than the photos that made the pages of newspapers worldwide.

Although I personally know a few of these six and had prayed with them in one synagogue, I have to wonder if they can be identified as Jews. Certainly, this rhetoric is harsh. But I am honest to God that I am merely echoing the sentiment that has surrounded the anti-Zionist faction of the ultra-Orthodox Jewish community. The issue of remembering the Holocaust should not be associated with one's opposition or support of the State of Israel especially in the context of last week's summit.

I am not speaking for the Orthodox Jewish community; nor did the infamous six speak for any Jew but themselves. May God continue to heal the pain of those who survived the Holocaust and other atrocities. Amen.

The writer, a Spring Valley resident, is a political columnist at Der Blatt, a Yiddish language publication, and a freelance journalist for publications that circulate in the ultra-Orthodox Jewish community.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 21:56 לינק ישיר 

ווי א היפאקריט קען מען זיין, ווען דער 'עבד כנעני' שרייבט אין זעלבן טאג אין זעלבן אשכול צוויי דברים הסותרים זה את זה, "די נטורי קרתא האבן געמאכט דעם חילול ה', ווייל מטעם וואס זיי זענען געגאנגן קיין אירן, איז ארויס געקומען מחאות והכחשות פון גאנץ כלל ישראל אקייגן אירן", זענען דאך נטורי קרתא אוף דאס שולדיג, (זיי זענען די גורמים..)

אביסל שפעטער, שרייבט ער ווי געפערלאך און חילול ה' אס איז, ווען מ'שרייט אוף די עירוב אידן און מ'מאכט אוף זיי הפגנות, דארט איז שוין ניט שולדיג דער גורם... נאר די שרייער ומפגינים... (דא קוקט מען שוין ניט אוף קיין גורמים...)

העתקת לשונו כצורתו:

אבער אזוי וויא זיי זעהן אז נאר 6 מענטשען זענען זיך אנגעקומען. און כלל ישראל שרייט געוואאלד מיט צעטלעך און מיט צייטונגען און מיט פראטעסטן . אז די 6 אידען פארטרעטן קיינעם נישט. זעהןו דאך די אראבער אז ח"ו גאנץ כלל ישראל איז קעגען זיי




אבער גיין מאכען הפגנות. מיט מעשי אלימות וחילול ה' . אין וויליאמסבורג ביי די הייזער פון ".......ס טאטע"  ווייל זיין זון האט געמאכט א עירוב עפ"י פסק פון רבנים.


און מחלל זיין קדושת ישראל מענער און בחורים זאלען נאכשרייען פרויען און מיידלעך בריש גלי אויף די גאס. איז א סאך ערגער

ס'איז כדאי צו קוקן גלייך אין זיינע תגובות צו זען אוואו קרום א מענטש קען זיין.

דאס מיינט, א פשוטע היפאקריט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 22:33 לינק ישיר 

טייערער באטשי די ווערטער וואס זענען דערמאנט געווארן אויבען "אז דער וואס איז מחולק אויפן סאטמארער רבין זי"ע איז א אפיקורס" . דאס איז נישט "מיינע ווערטער"  דאס איז געזאגט געווארן באש קודש פונעם היילגען נאסאדער רב הגה"ק  רבי אברהם יושע פריינד זי"ע . וואס ער האט נאך געקענט צדיקים "שרפי מעלה" ער האט נאך געווייקט אין צאנז ביים הייליגען דברי חיים זי"ע חוץ דעם איז ער אליין געווען א גאון און א פוסק א פייערדיגער איד . פוק חזי מאן גברא רבא קמסהיד על רבינו זי"ע גברא רבא אמר מילתא לא תחיכו עליה.

צווייטענס וואס דו שרייבסט שאלתי ובקשתי . צו עס איז געווען אין "דברי הימים" פון יודישען פאלק אזוי מין בחינה.

ידידי אהובי. איך קען דא נישט אויסרעכענען דעם דברי הימים פון אידישען פאלק ווייל יכלו הניירות והם לא יוכלו. ראה הקב"ה בצדיקים שהם מועטים עמד ושתלן בכל דור ודור. עס איז נישט דא א דור וואס עס איז ליידיג אהן צדיקים.
נאר פטור בלא כלום אי אפשר וועל איך געבען א פאר דוגמאות (סעמפלס)  איך מיין דא ח"ו נישט צופארגלייכן . ווייל ווער קען דען פארגלייכען. אבער פאר א דוגמא איז עס גוט.
אויפן הייליגן רמב"ם און רמ"א האבען  "חכמי ישראל" געזאגט "ממשה עד משה לא קם כמשה" פון משה רבינו רבן של ישראל אדון כל הנביאים וואס די תורה אליין זאגט אויף עהם עדות. און דער ר"ן שרייבט אז ער איז עצמותו של תורה . חז"ל זאגען שכינה מדברת מתוך גרונו. עיין רמב"ם בפיהמ"ש בחלק אודות גדולתו של מרע"ה מובחר היצורים.  . אבער אויפן רמב"ם זאגען זיי אויך אזוי.
   און נאך א שאלה זאג מיר טייערער !! פון משה רבינו ע"ה ביזן רמב"ם לא קם כמוהו און וואס איז מיט די אלע תנאים אמוראים און נביאים און שופטים. געוואלד .דאס זעלבע אויפן רמ"א .

אויפן הייליגען אר"י הקדוש זי"ע שרייבן די תלמידים "החולק עליו כחולק על השכינה. (די גמרא זאגט דאס אויף יעדען תלמיד "החולק על רבו כחולק על השכינה" ) . דער הייליגער קאמארנער זי"ע שרייבט אין שלחן הטהור סימן ר"ס "מרן האריז"ל ששקול כשבעים סנהדרין של משה רבינו "ויותר" . נאכדעם שרייבט ער אז "מה ששמע לא מפי מלאך ולא מפי שרף אלא מפי הקב"ה בעצמו"


אויפן הייליגן בעש"ט זי"ע שרייבט רבי רב מענדעלע וויטעבסקער זי"ע אינעם אגרת הקודש "אחד היה הבעש"ט ומהקדמונים לא קם כמוהו"
אין שלה"ט סימן מ"ו שטייט וזל"ק  " אויפן בעש"ט זי"ע  " רבינו הקדוש אור ישראל גדול מרבן שמו תלמיד אחיהו השילוני (הנביא) שלמד עמו דבר קטן הויות דאביי ורבא ודבר גדול מעשה מרכבה וכל גנזי בראשית רבינו אשר החיה נפשינו וגאל אותנו מכל טעות ורשת היצר והקליפות נגה והאיר עינינו אור נפשינו איש א-קים קדוש רבינו הרב ישראל בן אליעזר אשר עשה אותות ומופתים לעיני כל ישראל וקדושתו וחסידותו ודביקותו בא-קיו ושפלת רוחו וענוותנותו ממש כמשה רבינו לא נראה ולא נשמע כמוהו מימות רבי שמעון בן יוחאי וכו'.
אויפן הייליגען רוזינער זי"ע שטייט פון אפטער רב זי"ע אז ער איז פונקט אזוי גרויס וויא די אבות (אין קורין אבות אלא לשלשה) און עס שטייט אז ווען נישט ער וואלט נישט געווען קיין כף רגל פון שום איד.
און מען וואלט געדארפט זאגען אין שמו"ע אויך א-קי ישראל.
די תלמידי הגר"א שרייבען אויפן גר"א גרעסער וויא אויף די ראשונים.
האלטן דען נישט די ליובאוויטשער אז זייער רבי דער זיבעטער איז גרעסער וויא אלע פריערדיגע.

און בכלל האסטו שוין אמאל געהערט אין "דברי הימים" פון אידען אז א רבי זאל באשאפן א הלכה "יש מאין" א זאך וואס ווערט נישט געברענגט נישט אין שו"ע און נישט אין רמב"ם. און עס מאכען פונקט אזוי הארב אדער הארבער וויא די ג' חמורות .(עבו"ז ג"ע שפ"ד) אז עס איז ממש ביהרג ואל יעבור . און טאמער איינער איז מסופק דערין איז ער א אפיקורס. ר"ל. און טויזעטער אידען האלטן מיט .
און פארגעס נישט . בשעתוווען דאס איז געפאסקענט געווארן  איז געווען נאך גדולי ארץ ווויא הגאון ר"מ פיינשטיין ז"ל אדער דער חזון איש ז"ל וכדומה. און קיינער איז נישט ארויסגעקומען דערקעגען "בכתב" . זיי וואלטן געדארפט שרייבען אז עס הויבט זיך נישט אהן . עס איז נישט אזא הארבע זאך . היתכן זיי האבען געלאזט די זאך לויפן אויף דעם נוסח.
 און בכלל  קוק אריין אין "עולמו של אבא" דף שז וויא ער שרייבט אז סאטמארע חסידים זענען גרייט אויסצופירן זייער רבינס באפעל מיט מסירת נפש.  נאך שרייבט ער דארט וז"ל  " אין עוד חסידים בעולם שהיו קשורים עם הרבי שלהם כמו חסידי סאטמאר .תמיד נשארו האחרונים בשדה הקרב עד שניצחו את יריביהם. הם היו גבורים וקנאים כשהיה מדובר במחלוקה שהיא לשם שמים."

כבר היה לעולמים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2006 22:40 לינק ישיר 

צו לחיים אידען.

אלע פראטעסטן וואס מען איז געגאנגן . איז געווען.זאכען וואס האט נישט געדינט די אינטערעסן פון די אמעריקאנער רעגירונג. אבער יעצט ווילן זיי אויך גיין ווייל דאס איז די אינטערעסן פון אמעריקא צו ווייזען אז אונדז זענען מיר מיט די זעלבע מיינונג וואס אמעריקא איז קעגען איראן. און אונדז זענען מיר נישט גורס די פאר חברה וואס . זענען מקיים הגם לכבוש את המלכה עמי בבית דא אין אמעריקא.

ממילא זאגען זיי אז די פראטעסט איז נישט קיין חילול השם.
די פראטעסט קעגען די עירוב מאכערס . איז אויך קעגען דיע אמעריקאנער רעגירונג. וואס געט יעדען"רעליגיעזע פרייהייט" יעדער האט א רעכט צו דינען דעם באשעפער כרצונו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2006 19:23 לינק ישיר 

או יאמר, אז די וואס אבן געמאכט די עירוב, וילן ווייזן אז זיי זענען בעל הבית

און די וואס שרייען ווילן ווייזן אז זיי זענען בעל הבית...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > גרויסע הפגנה געפלאנט אקעגען נטורי קרתא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext