בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

משפירי שפירי בני מחוזא, ומקריין בני גיהנ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/12/2006 19:39 לינק ישיר 
משפירי שפירי בני מחוזא, ומקריין בני גיהנ

די גמרא אין ראש השנה דף יז (דף היומי פון פארגאנגענעם וואך פרייטאג) רעדט ארום איבער די רשעים וואס שטייען נישט אויף צו תחיית המתים און עס איז נישטא קיין עק צו זייער פיין און ליידן אויף יענער וועלט, וואס גיהנם כלה והן אינן כלין, און רבא לייגט דארט צו אז די פעשליכע חברה פון בני מוחזא גייען פארשווארצט ווערן אין גיהנם. 

עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן און ארומרעדן איבער די גמרא אבער איך וועל זיך באציען איבער א שטיקל מהרש"א וואס שרייבט דערויף די ווערטער: כפל את הלשון משפירי שפירי כיון שהיו מענגים את עצמם ביותר בתאוות העולם הזה, ותחת יופים שיש להם בעולם הזה, יושחרו פניהם לעולם הבא בגיהנם.

מיר חסידישע אידן זענען געוואוינט אפטמאל צו הערן דעם אויסדרוק: אין אני אוכל להנאת גופי אלא שיהא גופי בריא וחזק לעבודת הבורא יתברך שמו (נ"א: אין אני אוכל אלא להנאת גופי...) און ווילן דערמיט ארויסברענגען אז מען עסט בלויז כדי צו האבן כח צו דינען דעם בורא אויפן ריכטיגן אופן.

אנדערע האבן גאר אינזין מיטן עסן צו קלייבן ניצוצות וואס דעריבער עסן זיי גאר געשמאקע עסן, ווייל אין אמת'ן, צו זיין געזונט איז גענוג מיט פשוטע ברויט און וואסער, איז פארוואס מאכט ער זיך אזעלכע פעטע סעודות? נאר, כמובא ליגן די ניצוצות הק' אינעם טעם פון די עסן, ווי באקאנט די מעשה מיט איינע פון די חסידישע רביים (קדושת לוי?) וואס האט ארויסגעשלעפט די זיסקייט פונעם ציקערל בעתן טרונקן די קאווע.

פון די אנדערע זייט געפונען מיר פילע מקורות בחז"ל וואס רעדן דווקא פון הנאה האבן פון באשעפערס וועלט און אים לויבן דערפאר.

בארימט איז דער ירשלמי (קידושין פ"ד הי"ב): רבי חזקיה ר' כהן בשם רב, עתיד אדם ליתן דין וחשבון על כל שראת עינו ולא אכל.

אום חודש ניסן איז דא א ספעציעלע ברכה וואס מען מאכט ווען מען זעט די שפראצונג פון די ביימער: ...אשר ברא אילנות טובות 'להנות בני אדם'.

דער חבר אין כוזרי ענטפערט אפ דעם מלך הכוזרים וואס טענהט אז דאס אידישע פאלק וואס איז דער אויסדערוועלטסטער וואלט געברויכט זיין מער פרושים און נזירים ווי אין אנדערע פעלקער בזה"ל:

'ותורת משה לא העבידה אותנו בפרישות... ואין כניעתך בימי התענית יותר קרובה אל האלהים משמחתך בימי השבתות והמועדים' (כוזרי מאמר שני, סעיפים מ"ה, נ(.




 

 

 




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > משפירי שפירי בני מחוזא, ומקריין בני גיהנ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext