|
|
| נשלח ב-5/1/2007 02:25 |
|
| |
יעדער האט זיך שוין געוויצעלט דא אבער עדיין לא נושענו, א י ך ד א ר ף ד ע ם ב ו ך ווער קען ענטפערן צו דער זאך דא ?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2007 03:29 |
|
| |
נישט ממש לגנאי,
די מושג פון א קליין קינד אנצוקומען קיין האליוואד
איז אביסל א הויכע אמביציע , א געוואגטע רצון
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2007 04:55 |
|
| |
__________________________מודעה____________________________
איך דארף אויך דעם בוך
מאכט נישט קיין דיל מיט קאמענטאטער, פאר איר רעדט מיט מיר
קען זיין אז איך בין גרייט צי צאלן מער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
{איז עס א שאלה פין עני המהפך בחררה?.........איך ווייס נישט, אבער איך דארף עס אויך}
עצה טובה! פאר די היימישע בוק שרייבער אין פארקויפער, ווי למשל קינדער שפיל, וואגשאל וכדומה
נעמטס ענק איבער די ליין, דריקטס איבער אזעלכע היסטארישע ביכער אויף אידיש, עטץ וועטס עס אנזען אין אייער קעשענע
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2007 05:12 |
|
| |
טרענט לאט דארף דאך שוין צו וויסן וואס געשעט ווען מ'רעדט איבריג...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2007 18:01 |
|
| |
מלוה מלכה ביי אונז און איבער די וועלט איז דאס א נארמאלע אמביציע
--------------------------------- and that in it of itself is the biggest highlight of this book, because she is like millions of other children growing up, and her life so suddenly gets disrupted , and all the beauty and innocence of childhood, that is a g-d given gift to every child growing up, was robbed and taken away, and in the end..........died a sensless death amongst millions in an unruly cruel era
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2007 20:56 |
|
| |
מלוה מלכה געוואלדיג, איך שטיי טאקע אין שטוין, ווי קומט אזעלכע השגות צו א קליין קינד?..... אתמהה
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2007 19:00 |
|
| |
איך בין גראדע היבש נייגעריג צו זעהן וואס דארט שטייט, אבער Jnet האט ג'פסק'ט לחומרא.
אפשי ומה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי...
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 07/01/2007 19:06:00
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2007 00:33 |
|
| |
קלייןקאפ, אנאליזירער,
למעשה היינט צוטאג האב איך אויך די אמביציע אנצוקומען קיין האליוואד.
אבער איך האב באקומען די תאוה ביי די 25 יאר נישט ביי די דרייצן, דעמאלטס האב איך געוואלט אויסוואקסן די וועלטס גאון. נאר צייטן בייטן זיך און גארנישט קומט נישט צופיס.
איך ווייס נישט ווי שטארק אידיש אנא פראנק איז געווען אבער א גאון האט זי נישט געוואלט זיין. דאס איז דער חילוק
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2007 00:40 |
|
| |
איך בין דיר דן לכף זכות, מן הסתם ביזטו זיך טועה מיטן Holy Wall, אך... ווי דערלעבט מען שוין דערצו, ותחזנה ענינו...
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 08/01/2007 0:51:51
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2007 22:14 |
|
| |
היינט געלאנדעט אין מיין פאסט קעסטל.
און, טרענט, ס'איז מיר שוין העכסט פארשטענדליך פארוואס די היימישע פאבלישער קענען עס (און טארן עס) נישט איבערדרוקן...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 21:49 |
|
| |
ס'איז גראדע צום שטוינען פון אירע אנשויאונגען, איך וואלט זי ליבערשט אנגערופן א דענקערין, מסיים זייענדיג דעם טאגבוך האב איך זיך באגעגענט מיט אירע טעגליכע פראבלעמען (אידישע און גוי'שע) און ס'איז באמת מפליא צו זיין ווי אזא יונג קינד פון 13 יאר האט זיך אזוי טיף ארויס און דעם גאנצן ארום און ארום,
זייער (ווייטאגליך) אינטערסאנט איז וויאזוי דאס אידישקייט איז ביי איר, דהיינו אין איינע פון די טעג (ביי וועלכע דער דאטום איז דרך אגב ליידער פיל מאל אום שב"ק) ברענגט זי א שמועס מיט איר'ס א פריינט (נישט פריינדין...) ווי יענער האט מיט איר דעבאטירט איבער וואס זיי וועלן טון נאך די קריג,
יענער - וועלכער איז נעבאך פיל ווייטער פון אידישקייט ווי אנא - קרעכצט אונטער אויף זייערע ליידענישן אלעס ווייל זיי זענען אידן, בתוך הדברים ערקלערט ער אז ער זעט נישט פארוואס ער ברויך ליידן פארן זיין א איד ווען ער האט (ליידער) ממילא קיין שום שייכות דערצו און צו רעליגיע בכלל, דעריבער נאכן קריג קלערט ער איבערצולאזן דאס גאנצע געשעפט (רח"ל),
וויינט זי זיך אויס צום טאגבוך (זי רופט עס "קיטי", א שטייגער ווי HelloKiddy) זי קען נישט נישט פארשטיין הלמאי ער גרינגשעצט אזוי אין ג-ט, און - להבדיל בין טומאה לטהרה - אין קריסטנטום, ווייל זי איז בדעה אז פאר די טובה פון א מענטש איז יא ער זאל געהערן צו סיי וועלכע רעליגיע, אך וואס פאר א גוט געפיל האבן די וואס שטייען אין קירכע און בעטן זיך אויס אלעס גוטס ביי ג-ט (ס'ארא געפיל...)
ניטל האט מען זיך געטיילט מתנות מיט א בילד פונעם "הייליקן" (ימ"ש),
מאידך גיסא, אין איין אנדער געלעגענהייט דרוקט זי זיך אויס ווי שטאלץ זי איז צו זיין א איד (נישט האבנדיג דאס מינדעסטע באגריף דערין), שוין 2000 יאר וואס אידן זענען אונטערדרקט אין גלות און זי שפירט זיך העכסט גליקליך צו טיילן זייער גורל, שבת ביינאכט צינדט מען "שבת ליכט" (און דערנאך זעצט מען זיך שרייבן דעם טאגבוך...), און ווי אויך חנוכה ליכט איז א באגריף,
ובכן ווען איר ראמאנטישער האט זיך אפגעקילט פון איר, זעט זי דערין נישט אנדערש נאר פון אויבן וויל מען איר פרובן זי זאל זיך שטארקן צו בויען א פעסטן עתיד... (ס'קאסט א ביטער שמייכל),
איך וויל נישט מאריך זיין דערין, אי ווייל ס'איז נישט פון הדברים שהכתיבה יפה להם, און סיי ווייל אחרי מות קדושים, און כל שכן ווען לויט אלע דעות זענען זיי אומגעקומען עקיה"ש, ווי פארשטענדליך איז זי מיט אלע איר'ס גלייכן אמת'ע תינוקת שנשבו, וואס האבן קיינמאל געהערט אדער געזעהן עפעס אנדערש,
אבער עס גיט בלי שום ספק א מורא'דיגן בליק איבער וויאזוי דאס אידישקייט האט דאן ליידער אויסגעקוקט, (טאקע נישט אין ווארשע נאר אין אמסטערדאם), אפילו פון די וואס האבן שוין יא פרובירט עפעס זיך צו האלטן צו די אמונה, אין וואס פאר א צומישעניש זיי האבן געלעבט, נישט וויסנדיג קיין שום הבדלה צווישן אמונה בה' און להבדיל אלף אלפי הבדלות דעות כוזבות און כפירה ממש רח"ל,
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 28/01/2007 21:58:44
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 05:40 |
|
| |
קאמענטאטאר, געוואלדיג! איך וואלט הנאה געהאט צו הערן און ליינען נאך וועגן דעם (כאטש דו שרייבסט שוין זייער אסאך ביז יעצט, באמת א יישר כח). ובעיקר פון איר העלדישקייט וואס האט אזוי איבערגעדרייט א וועלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 20:53 |
|
| |
אויב דער עולם איז מסכים, וועט זי אהער קומען דא אין פארום אין איר ארגינעלן געשטאלט, און פארשטעלן פילע (פאסענדע) אויסצוגן פין איר אזוי בארימטן טאגבוך
|
|
|
|
|