זאליס קענען קיין די"ת נישט געווינען!!!
צום הונדערטסטן מאל שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר, אז די זאליס קענען בשום אופן נישט געווינען ביי קיין נארמאלן געזעצטן בי"ד כשר!!! דאס איז די איינציגע סיבה פארוואס רמ"מ טירנויער האט פלוצלונג פון איין מינוט אויף די צווייטע געטוישט זיין שטעלונג מן הקצה אל הקצה, און אנגעדרייט מיט אלע כוחות אז מ'זאל מאכן וואלן אין די מאנטריאלער קהילה. דאס איז געקומען דורך א באפעל פון די שישקעס אין ניו יארק וואס האבן זיך ערנסט דערשראקן אז זיי גייען זיך טרעפן פנים אל פנים מיט זייער ערגסטן קאשמאר: א "עכטע" דין תורה ביי א כשר'ן בית דין בישראל!!! זיי האבן געמאכט א חשבון, אז עס לוינט זיי ענדערש צו שטעלן אין קאן די גאנצע מאנטריאלער קהילה - וואו עס זענען דא ערנסטע שאנסן אז סאטמאר זאל געווינען מיט א לענדסלייד - ווי איידער צו אנקומען 'חלילה וחס' צו א געהעריגע דין תורה, וואו זיי זענען זיכערע פארלירער!!!
|