וואס טוט מען ניטול?
געוואלד וואס טוט מען אזא לאנגע נאכט און נאך ניטול אויך
דעם שינה בשבת תענוג האמיר דאך אלע מקיים געווען ווי א זומער שבת נאכמיטאג מיט אפענע פענסטער אדער עירקאנדישאן אבער דעם מוצאי שבת האט זיך אנגעריקט ווי א פשוטע ווינטער שבת אום זעקס אזייגער, האב איך א לאנגע נאכט אבער נישט וואס צו טיען,
איך האב א געוואלדיגע יצר הרע צו פארהערן די קינדערלעך דעם ואני,
אבער סאיז ניטול איך בין מיך מתגבר,
איך האב א געוואלדיגע יצר הרע צו הערן א שובבים טעיפ
אבער סאיז ניטול איך בין מיך מתגבר,
איך האב א געוואלדיגע יצר הרע צו לערנען א פיר פינף שעה רצופות,
אבער געוואלד סאיז ניטל, מען טאר נישט לערנען
שוין גוט לערנען נישט ! אבער וואס יא???
אפשר וואלט דער עולם מיטגעטיילט עצות וואס צו טיהן ניטל,
|
|