יא איך בין שטאלץ! די "גאפלעך" זענען ביי אונז.
די מעשה גייט צוריק א צייט ביז שבת בראשית תשס"ה, די אזוי גערופענע "שווארצע שבת", ווען מהרב"ץ האלבערשטאם די כלומרש'טע בנו וממשיך דרכו של כ"ק הגה"ק רשכבה"ג יחיד בדורו במידתו של אהרן אדמו"ר המהר"ש זצ"ל ועכ"י, האט אונטערגענומען א קאמפיין צי טרעטן אויפ'ן כבוד פון זיין ברודער און פירען א טיש אין גרויסען בית המדרש, און אזוי ווי ער האט זיך אויסגעדריקט פאר דעם לאנג יעריגען גבאי הר"ר משה מאיר איינהארן ני"ו אז "דא זאל גיין בלוט אבער איך וועל נישט אפטרעטן" (עס האט איהם טאקע געקאסט אסאך בלוט יענעם שבת, ווען ער האט אונז אלע מיחד גיווען און געוויזען אז "יש תקוה"...), האט ער דעמאלט געשיקט א שליח מיוחד צי די "גאפלעך" אז ער בעט זייער זיי זאלען נישט קומען צום טיש און איהם פארשעהמען, פארשטייט זיך אז זיי האבען זיך נישט קיין סאך איבערגעקלערט און זיך אריבערגערוקט צו רבינו שליט"א וועלעכע האט זיי אויפגענומען בסבר פנים יפות מיט זיין יארען לאנג ערפארונג און חינוך בחורים, זינט דעמאלט האט רבינו שליט"א זיך מיט זיי אפגעגעבן יותר מכפי השגותינו, על כל פסיעה ופסיעה, זיי אפגעהאלטען פון טוהן כל ערליי זאכען הן מעניני באבוב והן מעניני פרטיים האלט די רבי שליט"א א שטרענגען קאנטראל אויף זיי, ממש פארקערט ווי מהרב"ץ און אנדערע טוען, און מיט דעם כח פון חיבה יתירה האט די רבי מצליח געווען זיי צו האלטען אין די ראמען (מיר אלע געדענקען נאך גוט ווי די רב זצ"ל פלעגט כסדר משריש זיין אין אונז "יענעמ'ס גשמיות איז דיין רוחניות, כל שכן יענעמ'ס רוחניות).
מיר האבן מקובל פון תלמידי הקדושת ציון זצ"ל, אז זיין עיקר כוחות האט ער אריינגעלייגט דייקא נאר אין בחורים, און יענע צייטען איז גיווען א מצב פון אין בית אשר אין שם מת פון די נסיונות הדור, און מיט געבן אזויפיל צייט קאפ און מח פאר בחורים האט רבינו הקדושת ציון זצ"ל זוכה גיווען אפצוראטעווען דעם גאליציאנ'ער יונגווארג פון די נסיונות הדור.
בימים ההם בזמן הזה, אין די דור השפל וואס עס הערשט אזא נסיון ביי די יונגווארג די בחורי חמד, אחד הוא בדורינו וואס נעמט די קוראזש און זאגט "דאס זענען מיינע בחורים און איך נעם דעם פולען אחריות אויף זיי", נישט אזויווי די אלע מנהיגי פארטייען ווסט טוען זיך גלייק אפשאקעלען פון זיי, און אוודאי נישט אזוי ווי מהרב"ץ האט געטוהן און זיי בידים אוועק גשטופט, אנדרעש איז רבינו שליט"א וואס שטעלט זיך און די לענג און די ברייט פאר יעדע נשמה וואס פאלט צו די נסיונות הדור (אזוי ווי די פריערדיגע רב זצ"ל פלעגט זאגען, ענדרעש זאלען זיי ביי מיר שיילען קארטאפעל און הענגן "סיינס" ווי איידער...).
בדידי הוא עובדא ווען איך בין אמאל אריין לבית נאוה קודש של רבינו שליט"א זיך מזכיר זיין אויף א גאר וויכטיגע ענין, זעה איך ווי עס ווארטען א גרויסען ציבור אין די רייע, און איך שטעל מיך צו און ווארט, אזוי איז אדורך צוויי שעה וואס קיינער איז נישט ארויסגעקומען פון רבי'נס שטוב און אזוי אויך איז קיינער נישט אריין, איך האב געקלערט אז זיכער איז דא א וויכטיגע אסיפה וואס מען קען נישט איבערייסען, צו פון די מוסדות אדער פון די וועד קרן הבנין אד"ג, למעשה אזוי ווי די צוויי שעה איז אריבער קומט ארויס נישט מער און נישט ווייניגער ווי א בחור.. א "גאפעל".. א געפיל פון התרגשות האט באגאסען מיין הארץ אז הודו לה' אז מיר האבען זוכה געווען צו אזא מנהיג הדור וואס טראגט די אחריות על כל דבר גדול וקטן, און לאזט נישט פארפאלען גיין קיין איין איינציגע נשמה (איר זאלט חלילה נישט געפרובט ווערן מיט אזא נסיון פון צער גידול בנים).
מיט שטאלץ טוה איך דא פראקלאמירן אז כ"ק רבינו שליט"א.......
טראגט די אחריות פון זיין גאנצע קהלה, מגדול ועד קטן
וועט נישט פארשווייגען א עוולה, מגדול ועד קטן
וועט נישט אויסרעכענען זיינע שריט לויט די קעמערע,
טוט אזוי ווי חז"ל זאגען שמאל דוחה מימין מקרבן,
און איבער אלעם אז כ"ק רבינו שליט"א וועט זיך אפגעבן מיט יעדען איינעם, און נישט לאזען קיין איין נשמה פארפאלען גיין.
יא! איך בין שטאלץ מיט אונזער.........
תלמוד תורה
תלמוד תורה מאנסי
ישיבה כרם שלמה
מתיבתא עץ חיים
כולל
כולל ערב ובוקר
כולל מאנסי
כולל ערב ובוקר מאנסי
מיידעל שולע מאנסי
רשת הכוללים בארץ ישראל
ישיבה בארץ ישראל
כולל ערב ובוקר וויליאמסבורג
כולל ערב ובוקר לאנדאן
יותר מעשרה בתי מדרשים לתורה ולתפלה
בית החיים דקהל שערי ציון ד'באבוב
חבורות אברכים באנטווערפן
חבורות אברכים בלעיקיוד
קופת חתנים, קרן הלבשה, קופת ושמחת בחגיך........
קופת מעות חיטים, ומתנת לאביונים
קרן אור החיים
תלמידיו של אברהם
חברותא
צעירי אברכים ד'באבוב
קעמפ שלוה
קעמפ כרם שלמה
קעמפ מתיבתא עץ חיים
און איבער אלעם "אז די גאפלעך זענען ביי אונז!!!"
דעריבער טוה איך דא צולייגען די לינק ווי מען זעט רבניו שליט"א איז שטארק מקפיד אויף אן עוולה וואס איינער פון זיי האבן געטון, און מיט א התלהבות דקדושה גיט ער איהם א פסק כדבעי'.
דער וואס האט ארויפגעלייגט די לינק מיינט אז ער שטעכט אונז מיט דעם קליפ, זאג איך איהם "איך בין שטאלץ", און בבקשה נעם עס נישט אראפ.
http://video.google.com/videoplay?docid=-2270966916524599430&pr=goog-sl