נאך די מעשה פון די נבילה וטריפה וואס פינקל האט אזוי מיאוס אפגעטוהן
פאר כלל ישראל בכלל, און בפרט פאר די מאנסיער איינוואוינער, האט די וועלט
געטרייסלט ווי ביי אן ערדציטערניש.
אין מאנסי זענען געווען אידן וואס האבן וואכן לאנג נישט געקענט
ארייננעמען א שטיקל פלייש אין מויל אריין, אין די גאנצע לאנד האבן פיל
מענטשן זיך געמאכט קבלות אויף וועלכע שחיטה מ'מוז דוקא מקפיד זיין,
וועמענס השגחה מ'קען זיך פארלאזן, און וועלכע השגחה מ'דארף לאזן פאר'ן
גוי, אויך
האט זיך דער עולם גענומען בעסער נאכפרעגן אויף הכשרים, די תמימות און
"אמונה פשוטה" אין יעדן הכשר וואס האט אידישע בוכשטאבן האט אויסגעוועפט, די טעלעפאנען פון די בעלי מכשירים האט גענומען פעסט קלונגען מטיט שאלות און קשיות, דער עולם איז געווארן קלוג און געלערנט, און ס'האט זיך אנגעהויבן א היפשע
מהפכה אין עולם הכשרות.
דאס האט אנגעהאלטן אזוי עטליכע וואכן... דערנאך איז געקומען די
פארכטיגע ראש השנה און יום כיפור, ווען דער עולם, בפרט די באטראפענע און
דורכגעפאלענע האבן מיט פארווייטאגטע צובראכענע הערצער זיך אויסגעוויינט
צום רבוש"ע דער חנון המרבה לסלוח, און דערנאך איז געקומען דער הייליגער
סוכות, די תשובה מאהבה... און ביי פיל איז געקומען דער געפיל פון זדונות
נעשו לו כזכיות, און מ'האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן אין גרויסן מוחל זיין די עבירות,
אזוי אז ביז עטליכע וואכן נאך סוכות איז שוין כמעט נישט געווען צו
דערקענען אז דא איז מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק פארגעקומען אזא
לאנגיעריגער מכשול.
דער עולם האט צוביסלעך אנגעהויבן צוריק איינקויפן פלייש אין די
סופערמארקעטס, די שרעקליכע עוולה פון ריפעקעזשינג אויף כל מיני מעדנים
ומטעמים, אריינגערעכנט פלייש און פליישיגע פראדוקטן איז פארביי געפלויגן,
און א גרויסער עולם, אפילו פון די אדורכגעפאלענע, האלטן בערך דארט ווי
פריער.
א טייל האבן נאך עטליכע פארשריפטן וואס מ'האלט יא שטרענג איין, און טייל געשעפטן האבן א געהעריגע השגחה אויף די ריפעקעזשינג, אבער
"רוב עולם" טוט היינט בערך דאס ווי פריער, די גרעסטע ראי' דערצו קען יעדער
זען אין די פאליצעס פון די סופער געשעפטן און גראסעריס, און ביים
"טשעק-אוט" וואו די קונדן שטייען אין די שורה צו צאלן זייער ארדער.
גייט היינט אריין אין די גרעסערע געשעפטן, צי איז דאס מאנסי,
וויליאמסבורג, בארא פארק אדער פלעטבוש, זענען די געשעפטן פול מיט
איבערגעפאקטע פראדוקטן פון פלייש, פיש, מזונות, ביז טשאקאלאד, קענדיס, און
אנדערע זיסווארג.
אין איין גראסערי געשעפט האב איך געפרעגט דעם אייגנטימער, צו ער קען
מיר אפשר ערקלערן פארוואס ער מוז דוקא פארקויפן ריפעקעזשט פראדוקטן נאך
אזא מיאוסע ערפארונג וואס כלל ישראל האט דא געהאט.
ווי ערשטוינט בין איך געווארן ווען ער האט מיר געענטפערט אז די קונדן
זענען די וואס פארלאנגען דאס, קיין איינציגער קונה האט אים נאכנישט
געפרעגט פארוואס ער טוט ריפעקעזשן, און ער מוז צושטעלן וואס דער קונה
פארלאנגט!
אין אנדערע ווערטער, קען היינט יעדער סוחר - אויב ער וויל ח"ו - ווערן נאך א פינקל, אן קיין שום פראבלעם אדער הארץ קלאפעניש...
יעצט
זענען מיר שוין ערפארן, מיר זענען עס דורך אויף א גראבן און ביטערן
פארנעם, מיר ווייסן שוין אז מיר דארפן זיך בעסער צו היטן, אלא מאי, וואס
איז פשט פון דעם מצב ההפקירות אין די געשעפטן אין אידישן מארק?
צו ווארטן מיר חלילה פאר נאך א גוטן קיצל?
נשלח ב-15/1/2007 18:57
זיי נישט אזוי שווארץ
רוב עולם האט זיך זיין גדר
א טייל קויפן נאר ביים שלאכט הויז אדער קליינע פריוואטע שחיטות
אדער ביי באגלייבטע בוטשערס
ווי מאנסי גלאט וואס מען ווייסט אז דארט איז דא די בעסטע און כשרות
עס איז אפן יעדער קען זעהן אלע מאל
צו די וואס פארלזן זיך אויף סאטמאר קויפן נאר ביי קאנטינענטל
מען האט איינגעפירט גרויסע חומרות
צו ביי אלל פרעש ווי עס האט א שטרענגע השגחה
און טאקע ביי הצלחה איז דא TRAY געפאקט גלייך פון פאבריק
למשל הצלחה האט טאקע נאר
"פרי פעקעזשט" פלייש פון די אלע קאמפעניס, אריגינאל געפאקט מיט די חותם
פון די בוטשערס, דאס איז מיט א דרגה מער ווי ריפעקעזשד מיט א השגחה, (ווי
עס איז אויך געווען ביי פינקל...)
איך האב נישט דוקא געמיינט
מאנסי, איך רעד פון אלע אנדערע שטעט, גיי אליין און זע מיט דיינע אויגן
וואס טוט זיך, מאנסי איז אין א געוויסע חלק טאקע די שטערקסטע מיט תיקונים,
ווייל דא איז דאך ליידער געשען וואס איז געשען, און אויך ווייל די חשובע
רבנים האלטן נאך א שטיקל אפענעם אויג, פלעטבוש, וויליאמסבורג אין ב"פ איז
פיל שוואכער ווי מאנסי, דארט איז אויך דא מיט השגחות, אבער עס ווענדט זיך
וועמענס השגחה, און וויאזוי די השגחה גייט צו... ס'איז דא געציילטע וואס
איז א ברכה צו מאכן ווי שיין און שטרענג די השגחה איז, און ס'איז דא
אזעלכע וואס די נאמען פון בעל מכשיר שטונקט שוין ביז ארויס... און
פארשטייט זיך אז אין די פלעצער פארט א ווילדער באן אינגאנצן ארויס פון
קאנטראל..
אויסער דעם רעד איך נישט דוקא פון פלייש, הוא הדין
קענדיס און טשאקאלאדן ועוד ועוד, וואס ווערן פארקויפט אין אלע גראסעריען,
דער בעל מכשיר איז דער מעקסיקאנער אדער רוסישער גוי, ער באשליסט וואסערע
לעבל צו לייגן און וועמענס השגחה צו שרייבן דערויף, און דעם ערל דארף מען
געטרויען מיט אונזער כשרות, ס'איז א ביטערער פאקט, און דאס גייט אן אין
רוב געשעפטן.
טייל געשעפטן וואס האבן בכלל א השגחה, איז דא וואס
גיבן זיך בכלל נישט אפ אויף די "קלייניגקייטן", זיי קוקן נאר אויף פלייש
וכדומה (אויב איז דארט בכלל דא א הכשר, און וואסערע סארט הכשר..)
האסט
אנגערירט מאנסי, וועל איך דיר געבן א משל וואס האט פאסירט טאקע דא אין
מאנסי, א געוויסער סופערמאקעט מיט א "שטרענגע" השגחה, האט מען דעם ווינטער
עטליכע מאל געפאקט אז ער האט געהאט געלעבלט פרשידענע פראדוקטן מיט א
געוויסן לעבל, און שיין ארויפגעלייגט די נאמען פון יענעם כשרות
ארגאניזאציע, בשעת ווען יענער קאמפעני האט ניטאמאל געמאכט די סארט מאכל...
דאס האט דער גוי מחליט געווען אז עס גייט באקומען למשל דעם נאמען "פאשקעס"
מיט איר בעל מכשיר בשעת פאשקעס מאכט בכלל נישט די סארט זאך, אזוי איז
געווען מיט עטליכע פראדוקטן פון פארשידענע קאמפעניס, וועמענס פראדוקטן איז
עס יא געווען? דאס ווייסט אפשר דער גוי..
אין די שטאט איז דאס פיל ערגער, ווייל רוב גראסערי סטארס האבן בכלל נישט קיין הכשר, און כמעט אלע טוען איבערפאקן אין גרויסן.
דאס איז די איינציגסטע
וועג מצליח צו זיין, דער קאסטומער האט די אויבערהאנט, סיי אויף די בעלי
בתים, סיי אויף די קאמפעניס, און אויך אויף די בעלי מכשירים.חשובער בעל גאוה, איך פרוביר נישט מאכן שווארץ, איך פרוביר צו זיין רעאליסטיש.
למשל הצלחה האט טאקע נאר
"פרי פעקעזשט" פלייש פון די אלע קאמפעניס, אריגינאל געפאקט מיט די חותם
פון די בוטשערס, דאס איז מיט א דרגה מער ווי ריפעקעזשד מיט א השגחה, (ווי
עס איז אויך געווען ביי פינקל...)
איך האב נישט דוקא געמיינט
מאנסי, איך רעד פון אלע אנדערע שטעט, גיי אליין און זע מיט דיינע אויגן
וואס טוט זיך, מאנסי איז אין א געוויסע חלק טאקע די שטערקסטע מיט תיקונים,
ווייל דא איז דאך ליידער געשען וואס איז געשען, און אויך ווייל די חשובע
רבנים האלטן נאך א שטיקל אפענעם אויג, פלעטבוש, וויליאמסבורג אין ב"פ איז
פיל שוואכער ווי מאנסי, דארט איז אויך דא מיט השגחות, אבער עס ווענדט זיך
וועמענס השגחה, און וויאזוי די השגחה גייט צו... ס'איז דא געציילטע וואס
איז א ברכה צו מאכן ווי שיין און שטרענג די השגחה איז, און ס'איז דא
אזעלכע וואס די נאמען פון בעל מכשיר שטונקט שוין ביז ארויס... און
פארשטייט זיך אז אין די פלעצער פארט א ווילדער באן אינגאנצן ארויס פון
קאנטראל..
אויסער דעם רעד איך נישט דוקא פון פלייש, הוא הדין
קענדיס און טשאקאלאדן ועוד ועוד, וואס ווערן פארקויפט אין אלע גראסעריען,
דער בעל מכשיר איז דער מעקסיקאנער אדער רוסישער גוי, ער באשליסט וואסערע
לעבל צו לייגן און וועמענס השגחה צו שרייבן דערויף, און דעם ערל דארף מען
געטרויען מיט אונזער כשרות, ס'איז א ביטערער פאקט, און דאס גייט אן אין
רוב געשעפטן.
טייל געשעפטן וואס האבן בכלל א השגחה, איז דא וואס
גיבן זיך בכלל נישט אפ אויף די "קלייניגקייטן", זיי קוקן נאר אויף פלייש
וכדומה (אויב איז דארט בכלל דא א הכשר, און וואסערע סארט הכשר..)
האסט
אנגערירט מאנסי, וועל איך דיר געבן א משל וואס האט פאסירט טאקע דא אין
מאנסי, א געוויסער סופערמאקעט מיט א "שטרענגע" השגחה, האט מען דעם ווינטער
עטליכע מאל געפאקט אז ער האט געהאט געלעבלט פרשידענע פראדוקטן מיט א
געוויסן לעבל, און שיין ארויפגעלייגט די נאמען פון יענעם כשרות
ארגאניזאציע, בשעת ווען יענער קאמפעני האט ניטאמאל געמאכט די סארט מאכל...
דאס האט דער גוי מחליט געווען אז עס גייט באקומען למשל דעם נאמען "פאשקעס"
מיט איר בעל מכשיר בשעת פאשקעס מאכט בכלל נישט די סארט זאך, אזוי איז
געווען מיט עטליכע פראדוקטן פון פארשידענע קאמפעניס, וועמענס פראדוקטן איז
עס יא געווען? דאס ווייסט אפשר דער גוי..
אין די שטאט איז דאס פיל ערגער, ווייל רוב גראסערי סטארס האבן בכלל נישט קיין הכשר, און כמעט אלע טוען איבערפאקן אין גרויסן.
פאר א פאר יאר צוריק ווען א פאר יודען האבען פארפירט היתכן!! אז מען קויפט אין געשעפטן זאכן וואס ווערן געפאקט דורך גויים. רויע און געקאכטע מאכלים.דעמאלס האט נאך די סטאר נישט געהאט קיין שום הכשר. האט ער אהנגערופן עטליכע בעלי מכשירים. ער האט נאר געוואלט נעמען א בעל המכשיר וואס דארף נישט קיין משגיח וד"ל. און עד היום האט ער נישט קיין משגיח.
עס איז דא א מהודרדיג פלאץ אין וויליאמסבורג וויא מען שחט דארטן אליין די עופות עס איז געווען אדוועטייזט אויפן קול מבשר מיט א גרויסע רעקלאמע מיט א אינטערויוו. יעדער מדקדק במצוות ובכשרות קען אהינקומען זעהן אליין וויאזוי מען שחט זיין אייגענעם עוף און ער קען דארט זיין ביים כשר מאכן. אבער אין דעם זעלבן געשעפט ווערט אויך פארקויפט סתם טשיקן מיט אנדערע הכשרים פון פארשידענע שחיטות. און עס איז נישטא א משגיח אז די עופות זאלען זיך נישט אויסמישן. און טאמער איינער שטייט נישט דארטן א גאנצע צייט . האלט ער פונקט וויא פריער.
נאך א פראבלעם . דער רב המכשיר קומט דארט נישט יעדען טאג. און קיין משגיח האט ער נישט אפילו אויף די אייגענע שחיטה. און אוודאי נישט אויף די בשר בהמה וואס איז סתם מיעל מארט..
און למשל די וואך וואס צענדליגער עופות זענען טריפה אויף די לונגען (אבעבועות בריאה) וואס איז טריפה מדאורייתא. און סוף כל סוף באלאנגט די בוטשער צו א פרייועט בעה"ב און אז קיינער שטייט נישט דארט. איז זייער שווער אוועקצוווארפן צענדליגע טשיקענס . עס איז א געוואלדיגער שאדען דער נסיון איז געוואלדיג.
ווען מען פרעגט דעם רב המכשיר ווער איז משגיח אויף די היימישע שחיטה (פאר דעם וואס קומט נישט אליין צו די שחיטה און מליחה) ענטפערט ער אז איינער פון די ארבעטער איז משגיח.
קודם כל אן ארבעטער ארבעט וויא א פערד ער קען נישט טון צוויי שליחותער סיי ארבעטין און סיי זיין משגיח.
צווייטענס. דער ארבעטער איז דאך איינגעשטעלט ביים בעה"ב און ער איז איינגעשטעלט מיט זיין פרנסה. דער רב המכשיר צאלט עהם נישט קיין געהאלט . ער האט נישט מיטן רב המכשיר גארנישט נאר מיטן בעה"ב.
פאר א פאר וואכן צוריק האט מען טאקע דארטן אוועקגעווארפן צענדליגע טשיקענס נישט וועגען די טריפה שאלה. נאר ווייל דער שוחט וואס איז ערליך האט באמערקט א פגימה אין סכין (חלף) נאך צענדליגע עופות.
דאס איז שוין די בעסטע.
אין א אנדערען געשעפט אויף ליע עווע. ווערט געקאכט צענדליגער מאכלים אלע מינים פליישען
יעדען פאר שבת איז דארטן געפאקט אין די ליין צו קויפן מאכלי שבת למהדרין. די געשעפט איז וויא אלע מיעל מארט געשעפטן אונטער די השגחה פונעם באטורער רב שליט"א . אבער אלע מאכלים שטייט אויפגעשריבען היימיש. און זיי ווערן דארטן געמאכט און געקאכט אין דעם געשעפט אהנע שום משגיח פון קיינעם אין די וועלט. און טויזענטער אידען מהדרין מן המהדרין פארלאזען זיך אויף אלע מאכלים סתם אהנע שום משגיח.. עס קומט נישט אמאל א יוצא ונכנס.
די היימישע בעקערי . סיי מיט די התאחדות און סיי פון א צווייטען רב אין וויליאמסבורג וואס דארטן ווערן געמאכט חוץ די מזונות צענדליגע מינים מאכלים .האט ביז די פארפירעכצער נישט געהאט קיין שום יוד דארטן אלעס איז געמאכט געווארן "היימיש" דורך פולישע און רוסישע גויטעס מיט גויים. און קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט.
היינט ב"ה ווען די קאסטומערס האבען געפענט זייערע אויגן און מויל צו פארפירן האבען די צוויי פלעצער אין וויליאמסבורג אויפגענומען א יוד זאל אויך דארט זיין חוץ די גויים און גויטעס.
עס פלעגט פשוט זיין א "עקל" א חוץ כשרות צו זעהן אז ווען מען גייט קויפן איז נישטא צו וועם צו רעדען מען זעהט נאר א גויטע דרייט זיך דארטן ארום מיט אלע געקאכטע מאכלים און מזונות
און ווען מען איז אריין דארטן וויא מען באקט היימיש האט מען אויך נאר געזעהן גויים און גויטעס דרייען זיך ארום א גאנצע צייט אהן קיין איין יוד .. דער בעה"ב איז זיך געזיצען אין דערהיים אדער אפילו אין ביהמ"ד און געקולעצט אדער געלערנט . און די געלט איז עהם אריינגעפלאסען דורך פולישע גויים און גויטעס. וואס אידען מדקדקין האבען געקויפט אלס עכט היימיש.
נשלח ב-16/1/2007 18:44
איך מיין אין פלעטבוש איז נישט דא אזא הפקרות ווייל די קהילה גיט אכטונג דאס זאך נישט זיין.
אבער אין באראפארק איז ממש א שרעק.
נשלח ב-16/1/2007 20:30
כל הגדול מחבירו יצרו גדול ממנו. וועגען דעם איז אין וויליאמסבורג ערגער.
נשלח ב-16/1/2007 23:18
The way I see it out of my focus, BP is the one of the worst, fact being that somes stores don't even have a Hecsher at all, and some do have low grade hechshairim
and let's not talk about these restaurants and dinings around town, with the hechshers of such .... hashgochos as Rav A.R. or Rav Sh.D.K. etc......
נשלח ב-17/1/2007 21:38
טשאפלין האט געזאגט זייער א וויכטיגע זאך
איך מיין אז דעס איז די גרעסטע חורבן, יעדע שמויגער געבט זיך השגחות אפילו ער ווייס גארנישט וואס טוט זיך מיט אים, מאדאך דעי וואס ווייסען יא דארפען א גרויסע ישועה, זיכער דעי וואס ווייסן נישט זאלען גיין אין בי ענד עיטש ארבעטן און נישט אנשטאפן די עולם מיט פראבלעמען
נשלח ב-18/1/2007 01:35
שיויתי
אמאל האט מען געמיינט אז דאס איז דער פראבלעם.
היינט ליידער ווייסט מען אז די צרות האבען די געמאכט ביי די וואס שטעלען זיך אהער אלטץ מומחים.
נשלח ב-18/1/2007 02:51
מנחת אלעזר איז דאך ליידער גערעכט. אזוי וויא רב נחום זאגט אויפן ליין. אז ביי די הכשרים פון התאחדות הרבנים האט מען שוין משתיק געווען טויזענט מיני זאכען וואס זענען געווען טריפה מדאורייתא אדער מדרבנן. אבער אויף די יחידים וויא הרב שמואל בערגער מישקאלצער רב אדער אודוואריער דיין האט מען נאך ב"ה קיינמאל נישט געחאפט ביי טריפות.
אלע פראבלעמען קומען פאר ביי די גרויסע וואס זיי האבען ביג פאוער (גרויסן כח) צופארדעקען זייערע במזידיגע פארברעכענס. אבער די קלענערע האבען מורא פון די גרויסע וואטשדאגס. וואס טאמער עס וועט זיך טרעפען ביי זיי אפילו א קלייניקייט וואלטן די גרויסע איבערגעקערט די וועלט וועלט וד"ל
נשלח ב-18/1/2007 18:26
דעס איז טאקע ליידער א פראבלעם אז די גרויסע טרייען צו פארדעקען, און נישט אלעמאל געלונגט עס... אבער סאיז א פלעינע חוזק צו זאגען אז וועגען דעם זאל מען נוצען די גארבידזש השגחות, ווייל זיי כאפט מען נישט....
דעס איז אפשר אמת אז מזוכט זיי נישט אזוי צו כאפען, ווייל א נארמאלע מענטש וועט נישט טאטשען א זאך מיט יענע מיני השגחות, אבער כאפט מען זיי דען נישט?
קודם כל מ'כאפט זיי יא, מהאלט אין איין כאפען ביג טיים, איך בין נישט אזוי באקאנט אינווייניג אין די השגחה ביזנעס און קאראפציע, אבער מהערט גענוג און נאך מעשיות וועגען דעי אלע פוסטע השגחות, וואס גייען אפילו נישט אראפ צו טשעקען צו זייער נאמען שטייט נאך אויף די סטארס.. לאמיר זיך נישט פאפען, ווייל אונז וועלען אליין דערפון ליידן אויב אונז וועלען זיך פאפען
נשלח ב-19/1/2007 01:18
Eved ivry, come on
are you kidding? or you simply want to push me to spread out on the table the whole garbage and loshon hora on these phony hashgochos, we are absolutely no nuts! each and every right minded person in town knows exactly what to expect at a facility under (over) these phony hashgochos, mentioned above, walk in to any of these "glatt" eateries, and be convinced by yourself first hand
don't forget to post your report in hydepark
נשלח ב-19/1/2007 05:05
ידידי היקרים. כמעט אלע חתונה זאלען אין וויליאמסבורג . זענען אונטער די השגחה פון מישקאלצער רב הרב שמואל בערגער שליט"א און אלע חסידישע אידען . אפילו די וואס לייענען נישט און שרייבען נישט אויפן היידפארק עסען פון זיין השגחה.
אפילו די זאלען וואס זענען מכלומערשט אונטער סאטמארע השגחה. נעמען אלע קעיקס און בילקעס פון הרב שמואל בערגער שליט"א
די קאנטינעטאל זאל וואס מאכט אלע רעבישע חתונה פון צדיקי און גאוני הדור. אפילו פרומע ליטוואקעס . אלעס איז נאר אויסשליסליך אונטער די השגחה פון מישקאלצער רב.
די נאכטמאלס זומער פון פאפא איז אויך אונטער די השגחה פון מישקאלצער רב.
עטס קענטס ווייטער עסן הודו מיט כוש פארעווע מילכעיגס און פליישיגס. מיט די הכשרים פון די בארא פארק סטארס.
און עטס מאכטס חוזק פון רבבות עמך בית ישראל צדיקים וחסידים וואס פירן זיך בקדושה וטהרה אויף דעם זאגט די גמרא אין חולין למה נקרא שמה "ראה" שעומד בבל ורואה נבילות בארץ ישראל. פארוואס הייסט דער עוף טמא "ראה" שעומד בבל ער שטייט מיט זיין קאפ און גוף אין "בבל" אין אלע בבלישע תאוות . ורואה נבילות בארץ ישראל . און ער זעהט נאר נבילות אויף די ערליכע אידען בקדושת ארץ ישראל.
נשלח ב-19/1/2007 18:51
כמעט אלע חתונה זאלען אין וויליאמסבורג . זענען אונטער די השגחה פון מישקאלצער רב הרב שמואל בערגער שליט"א...
אפשר קענסטו זאגען וועלכע בעקערי איז אונטער הרב בערגערס השגחה אז דו זאגסט אז אלע עסען זיינע בילקעלעך און קעיק
זאלסטו וויסען אז די סאטמערע זאלען נוצען פראנצאז און גערטעל וואס איז ביידע התאחדות און קאנטינענעטעל נעמט אויך ביי התאחדות בעקעריס גערטעל און סאנדערס
ווען מרעדט דארף מען האבען דעקונג
נשלח ב-19/1/2007 19:56
I didn't mention Berger, I was talking about those who give hashgocho (i mean = get paid to let their names being used), on the entire BP, and it ain't worth nothing, zilch.
and if you don't get whom i'm aiming at, I have no problem to give their full names