ביי שלש סעודות האט ער געהעריג קאמאנדעוועט אזוי געווענליך, געשטאנען אויף זיין מקום קבוע וכו'
נשלח ב-16/1/2007 06:30
אבי מרעדט פון אים
מזל טוב
נשלח ב-16/1/2007 07:54
hotwire
מאי שנא שבת אינדערפרי איז ער נישט געווען אויפ'ן באלעמער ביים ליינען, און מאי שנא ביי שלש סעודות איז ער יא געשטאנען אויף זיין מקום קבוע?
נשלח ב-16/1/2007 10:37
א גוטע קשיא, דאס דארפסטו איהם פרעגען
נשלח ב-16/1/2007 19:00
נישט אייביג קען מען גלייבן וואס זשוליאני שרייבט.
זשוליאני קען זיין א שטיקל בעל מגזם און אפשר א בעקער אויך.
אבער יעצט הער האט זשוליאני אינפארמאציע פון געבאגטע טעיפס ביים נועם המידות, וואס דארט הערט מען אז די רייבערייען צווישן שמואל קאמפאוט, ליפא קרויס, שלמה יודעל מאשקאוויטש און די אנדערע מלחכי פינכא רייסען זיך ארום מיט דעם לאנגען אז ער קען עס מער נישט דערטראגן.
דער מעכטיגער טעראריסט, וואס פון אלס בחור האט ער יעדן ציגעפיקסט האט נישט געגלייבט אז זיין "זלמן לייבעלע" וועט אים אזוי ווארפען איבערן דראנק, און וועט אים קלאר זאגן אז ער וועט בשום אופן נישט פארשיקן שמואל קאמפאוט, און אויב עס שמעקט נישט פראדעל קען ער גיין ווי אמשנעלסטן.
פרטים יבואו
נשלח ב-16/1/2007 19:20
ווער עס מיינט אז ס'איז בלויז די האנט-ארבעט פון שמואל קאמפאוט מיט ליפי קרויס
האט א גרויסן טעות.
דער נועם המידות שטייט אינטער פראדל'ס זריקה.
רז"ל האט קלאר געזאגט אז ווען ער גייט קיין אנטווערפען אויף שבת שירה, וויל ער נישט מ'זאל פארציילן פאר משה פרידמאן און ער זאל אויך נישט מיטקומען.
יעקב יצחק גאלד האט געזאגט אז ער האט שוין געווארענט דעם לאנגען עטליכע יאר צוריק, אז זיין מפלה וועט קומען פון דעם מענטש וואס הייסט זלמן לייב טייטלבוים.
משה האט געשריגן צו גאלד, ביסט משוגע געווארן. איך קען אים מאכן אויס אין איין רגע. גאלד האט אים אבער געזאגט וועסט זיך איבערצייגען אז ער איז א גענגסטער און א קרוק.
איך בין נאך אלץ נישט זיכער צי דער שוטה פרידמאן האט זיך שוין איבערצייגט....
נשלח ב-16/1/2007 19:22
איך האלט אז ס'איז א גרויסע חורבן פאר סאטמאר אז פרידמאן פארלאזט די זאליס, פרידמאן האט דאך אן אלטן היסטאריע פון פירן חסידות'ן אויף שיינע און הערליכע שינעס, ער ברענגט אריין א מורא'דיגע שלום ושלוה, איך האלט מ'דארף פעסט קאמפיינען אז זיי זאלן איהם האלטן.
פרידמאן, לאז דיך נישט! ווייז וואס די קענסט!
נשלח ב-16/1/2007 19:24
מיין אינפארמאציע איז אז
לעת אתה איז נישטא קיין שינו
זיי גייען עס טיען ציביסלעך אז ער זאל נישט האבען בושות