בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

האטעלען פאר פסח Kosher for Passover Hotels

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/1/2007 23:50 לינק ישיר 
האטעלען פאר פסח Kosher for Passover Hotels

האב זייער געוואלט וויסען אויב היימישע עולם גייט אין האטעל פסח. ביטע שרייבען פארוואס יא, פארוואס נישט וכדומה.

למשל. אויב זייער גרויסע משפחה מיט קליינע קינדער און די מאמע האט נישט אלסדיג כח און געזונט צו מאכען פסח און שטוב וכדומה, פשוט פאר סיבה פון וואקעישען, ועוד.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2007 08:59 לינק ישיר 

טייערער יוד

טאמער איינער וויל דוקא גיין אין א כשרן האטעל אויף פסח מאיזה סיבה שהיא

דארף ער וויסען א פאר זאכען יסודות

איינס אז דער גאנצער האטעל מיט די גאנצע קיטשען דארף זיין  פארדינגען נאר פאר יודען כשר לפסח. ווייל עס איז שוין עטליכע מאל פארגעקומען אז נאכן קאנטראקט האבען די בעה"ב געבראכן דעם אפמאך און א חלק פון די קאך איז געווען פאר די גויים חמצדיג. און עס איז געווען גאנצע איבערקערעניש מיט קאורט קעיסעס.
2  די האטעל זאל האבען איינס אבער צוויי משגיחים תמידים וואס פארשטייען צו כשרות בכל פרטיה ערליכע אידען וואס זענען אליין מדקדק בקלה כבחמורה און זיי זאלען באקומען זייער געהאלט נאר פונעם רב המכשיר נישט פון דעם וואס דינגט אפ דעם האטעל פאר פסח.
3  יעדער דארף זיין זיכער אז דער רב המכשיר איז אליין געווען דארטן אין האטעל און אלעס איבערגעקוקט אליין און אויסגעשטעלט א סדר פון וואס מען מעג נוצען און וואס נישט.
4  דריטענס ווער עס איז א מדקדק בכשרות זאל אליין אנרופן דעם רב המכשיר בעפאר ער באשטעלט רעזעוועשין אויף פסח . און אויספרעגען יעדען פרט ופרט.
5 טאמער דער רב המכשיר ענטפערט נישט קלאר מיט רויהיגקייט אויף יעדע זאך אדער ער זאגט אז ער ווייסט נישט . אדער ער זאגט אז ער האט נישט קיין צייט.  דעמאלס טאר מען זיך אויף עהם נישט פארלאזן.  ער איז סתם א געלט מאכער . זיין הכשר איז נישט קיין הכשר און אוודאי אוודאי נישט אויף פסח
6  ווערט געוואיר אויב די האטעל גייט נישט נוצען פסח געבראקטס. און וואס פאר א עופות זיי וועלן נוצען. און וואס פאר א בהמה פלייש פון וועלכע שחיטה. און דאס זעלבע אויב די מילך גייט זיין נאר חלב ישראל . און די ירקות גייט נבדק ווערען דורכן משגיח. אדער וועט האבען די הכשר פון די עדה החרדית וכדומה.
7  ווערט געוואיר ווער האט געכאשערט דעם האטעל . די קאך . און אויב די פארצולאן כלים איז נייע וכדומה.
8 ווערט געוואיר צו א גוי פון האטעל האט אויך די שליסעל פון קאך אדער די פרידזשעדערס . טאמער זיי האבען אויך א שליסל. טאר מען אין דעם האטעל נישט עסן.
9  די טישן וואס מען עסט חמץ און טריפות א גאנץ יאר דארפן זיין געכאשערט און איבערגעדעקט נארמאל
10 די יודען דארפן באקומען דעם גאנצען האטעל עכ"פ א גאנצע וואך פאר פסח . כדי אלעס זאל זיין צוגעגרייט כהוגן על צד היותר טוב.

11 יעצט נאך א פאר זאכען. אין יעדע צימער . טאר נישט זיין א באר . דאס הייסט א פרידזש מיט חמצדיגע געטראנקן וכדומה.
12 די סינק אין יעדע צימער דארף ווערן גוט גערייניגט מיט הייס וואסער . און עס איז גלייך מען זאל ארויף לייגען א שמאטע אדער א זייער אויף די סינק אין שטוב
13 די סינקס אין די גרויסע קיטשען זאלן האבען זייערס
14 אז מען ברענגט זיך נישט אליינס מצות . דארף מען פונקליך וויסן אז די מצות זאלן קומען פארזיגעלט אין די ארגינאלע שאכטלעך מיט א חותם
15 .דער סדר זאל זיין נישט בתערובת נאר משפחה ומשפחה בפני עצמן . אז נישט זאל חאטשיג זיין אנשים לבד והנשים לבד.
16 פארשטייט זיך אז די סווימינג פול זאל זיין מוקף מחיצה . און עס זאל זיין עקסטערע כמובן.
17 טאמער די שטובער האבען עלעקטראנישע שליסלעך . דארף מען אכטונג געבען וועגען שבת און יו"ט .
18 קיינער האט נישט קיין רשות אריינצוברענגען אין דיינינג רום און אוודאי נישט אין קיטשען קיין איייגענע מאכלים וויל די כלים קענען ווערן טריפה וד"ל
19 טאמער די אלע זאכען איז זיכער. דעמאלס "נרצה"  וועט דער אייבישטער העלפן אז מען וועט האבען סייעתא דשמיא און עס וועט זיין א כשרע פרייליכע פסח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2007 16:36 לינק ישיר 

 Thank you so much for your reply. I'm not sure if I understood all of it, but I did most of it.

You are right on target that the ENTIRE HOTEL SHOULD BE KOSHER FOR PASSOVER! Lots of kosher for Passover resorts don't rent out the entire hotel and needless to say this brings terrible מכשולת. 

Also, my family does not go to a Passover Resort. I believe you should stay at home for כשרות and חינוך purposes. Some of these Passover resorts are more heimish with  שיעור תורה and a warm Yom Tov atmosphere. Some are way not! However, some not so heimishe families may (note: may, this is my opinion, ask a תורה authority to pasken) be better off in a hotel because they don't even know the basics on how to make pesach at home. 

Thank you again Mr. עבד עברי for your input. I really wanted to know for marketing purposes on how to advertise Kosher Passover Resorts on our web site:

Passover 2007 Hotels & Vacations

I would really like to hear from more of you on this topic.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2007 16:51 לינק ישיר 

By the way… A few years ago a few hotels had major disasters on Passover!
 

One hotel in Upstate New York was shut down on Erev Pesach by the New York State Health Department. Guest were arriving late in the afternoon and had now where to go.

 

Another Hotel was short on food and staff. The patrons got so upset by the second days of pesach that they made a mini riot and broke into the kitchen and made churban.
 

Contry Yossi had a whole broadcast just on this issue. I don't remember much, but this I do remember when he said Parho was laughing in his grave all Pesach long…

_________________

http://www.koshertravelinfo.com




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2007 20:13 לינק ישיר 

די ווילסט מיר זאגען אז עס איז דא היינט חסידישע אינגעלייט וואס פארען אין האטעל אויף פסח?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2007 20:25 לינק ישיר 

Oh Yes... Maybe they are not Chasidish in their heart... But they are some families with "Shtreimlich" going to these Passover resorts for Pesach. I'm shocked too...

Of course, REAL heimish people don't go even "Litvakes" or Yeshivishe types.

_________________

http://www.koshertravelinfo.com




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2007 20:26 לינק ישיר 

טייערע יודען

איך פארשטיי אז עס איז ענק גרינגער צו שרייבען ענגליש. אבער די פורמס דא זענען יודישע פורומס. מיר איז אויך שווערער מצמצם צו זיין מיט ענגליש . 
מר. קאשער טו א טובה און שרייב עס איבער אויף יודיש . וועל איך דיר אי"ה מיטן אייבישטעןס הילף ענטפערן דיינע פראגעס
און מר. גורארי.  אמת לכתחילה גייען נישט חסידישע יונגעלייט אין האטעלען אויף פסח. אבער עס איז דא יונגעלייט וואס ביי זייערע עלטערן איז שווער צו זיין פסח מחמת כמה סיבות. און אויך האבען זיי נישט קיין פסחדיגע קיטשענס (קאך)
און נאך פארשידענע סיבות וואס עס קען אלץ זיין . ווייס איך קלאר אז עס איז דא גאנץ א שיינער עולם חסידישע יונגעלייט אפילו מיט שיך און זאקען וואס גייען אויף פסח אין האטעלען. אבער פארשטייט זיך אז יקירי ירושלים זענען נישט געגאנגען צו א סעודה נאר אז זיי האבען געוויסט מיט וועם זיי גייען. ווייל די סביבה איז משפיע אויף די מענטשען אוודאי אויף גאנץ פסח אין א האטעל דארף מען וויסן ווער נאך עס גייט אהין.
חוץ דעם מוז זיין אלע תנאים וואס איך האב געשריבען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2007 20:43 לינק ישיר 

 עבד עברי... זיי מוחל נישט ברוגז. איך קאן ענגליש בעסער שרייבען.

איך געוואלט שרייבען אז plenty חסידיש משפחות פארען אויף די פסח הטאעלען. פארשטייט זיך אז עכטע חסידיש אין "הארץ" פארט נישט... אבער פלענטי מיטען חסידיש לבוש פארען יא.

איך בין דן לכף זכות,  עס איז דא וואס די פרוי איז ל"ע נישט געזונט אין קאן פשוט נישט מאכען פסח. אבער דאס איז גרויסע בדיעבד. דאס איז געמאכט פארען אמעריקאנער Modern Orthodox נישט פאר היימישען עולם.

 עס איז א פאקט אז גאר א גרויסע עולם פארט אין פסח האטעלען אפילו פון פרומע ליטווישע און ישיבה'שען לאגער.

 עס איז דא פסח האטעל מיט גוט הכשר און גאנץ היימיש סביבה. אבער גרויס חלק איז שוואך גאנצע השקפה און יום טוב אטמעספער אפילו אויב הכשר און השגחה בסדר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2007 20:52 לינק ישיר 

 איך האב געשריבען אין ענגליש בערך אזוי:

איהר הינדרעט פראצענט גערעכט אז "גאנצע" האטעל ברויך כשר לפסח זיין. אסאך האטעלען דינגען נישט די גאנצע האטעל און עס איז געווהן אין פארגאנגענהייט גרויסע מכשולות.

מיין פאמיליע פארט נישט קיין פסח האטעלען צילוב חינוך און כשרות. אבער איז דא נישט אזוי "היימיש" משפחות וואס פאר זיי איז אפשר גוט פסח האטעלען ווייל ווייסען נישט צו מאכען פסח אין שטוב כהוגן. (אפשר בין איך נישט רעכט דא. צריך שאלת פוסק).

אויך געשריבען, ישר כח עבד עברי פאר דיין שרייבען. עס מיר וויכטיג צו וויסען דעת קהל פאר marketing purpose ווייל מיין קאמפאני promote די נסיעות

Kosher Travel Industries

 איך בעט נאכאמאהל ווער קען שרייבען מיינונג בנוגע כשר האטעלען פאר פסח. איך בין מכיר טובה פאראויס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2007 22:23 לינק ישיר 

יישר כח און זיי געבענטשט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > האטעלען פאר פסח Kosher for Passover Hotels
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext