וואס איז פארשטיי נישט
די זאליס ווייסן דאך די אמת, אז די בילדינג איז עטליכע מייל פון די צענטער פון וויליאמסבורג, עס איז א חורבה, עס גייט בלייבן א חורבה, די שטח איז קנאפע 500 סקווער פיס, די עף עי אר איז 2.0 ממילא קען מען נישט בויען מער ווי 1000 סקווער פיס
נו, וואס איז די שמחה אזוי גרויס
און נאכמער, ווען סאטמאר וועט אי"ה אין די נאנטע טעג [סוף פעברואר] אפקויפן די בילדינג וואס איז מער ווי 25000 סקווער פיס א שטאק, 60 פראצענט דערפון 6.5 שטאק און 40 פראצענט 5.4 שטאק, און עס איז ווייט עוועניו קארנער פען, איז צענטער צווישן אלט און ניי וויליאמסבורג, מען גייט עס איבערבויען פון אינווייניג און עס מאכן שיין פון דרויסן, עס גייט האבן איבער 100 קלאסן מיט איבער 2500 אינגלעך קע"ה, עטליכע גרויסע חתונה זאלן, מיט נאך פילע קליינע זאלן, און עס וועט זיין פון די שיינע בנינים אין די הייליגע סאטמארע אימפעריע,
וואס וועלן די זאליס דעמאלטס זאגן,
וועלן זיי נאכאמאל ארויף לייגן דעם בילד, אדער וועלן צוריק אנהייבן די ניגון אז "די בילדינג איז עטליכע מייל פון די צענטער פון וויליאמסבורג, עס איז א
חורבה, עס גייט בלייבן א חורבה, די שטח איז קנאפע 500 סקווער פיס, די עף
עי אר איז 2.0 ממילא קען מען נישט בויען מער ווי 1000 סקווער פיס"
בע"ה וועט מען נישט לאנג דארפן ווארטן, צו הערן וואס די אפגעריסענע זאליס וועלן זינגן
 |
|
|