בית פורומים כל העולם כולו

ריח"מ פר"מ אין פרישן פלאנטער - אריזאנע ווייץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2007 01:20 לינק ישיר 
ריח"מ פר"מ אין פרישן פלאנטער - אריזאנע ווייץ

באמת האב איך נישט געוואלט שרייבן דערוועגן בעפאר עס ווערט רעלעוואנט, אבער אזוי ווי אין אן אנדערן אשכול האט עמיצער ארויפגעברענגט די טעמע, וויל איך יא דערציילן וואס דא גייט פאר.

ווי באקאנט איז ליידער אנטשטאנען א גרויסן שינוי לרעה אינעם מצב הבריאות פון הגריח"מ פר"מ שליט"א, מלפנים דומ"ץ סאטמאר וויליאמסבורג. אויסערליך איז גארנישט אנצוזען, אבער אינערליך איז ער ל"ע שטארק נישט בקו. דאס איז ארויסגעקומען אין דער עפנטליכקייט, מיט א שטארקן בזיון, ווען די נטו"ק האט פארשפרייט א טעיפ וואו ער ווערט לחוכא ולטלולא בנוגע זיין יא/נישט אונטערשרייבן דעם וואנזיניגן ווילדן בריוו אקעגן די נטו"ק, יעצט האלט זיך אינמיטן אנטוויקלען א פרישע פרשה, וואס אויב די באטרעפנדע אינטערעסן וועלן עס נישט באצייטנס אפשטעלן וועט ארויסקומען דערפון שרעקליכע בזיונות אקעגן די אויבנדערמאנטע שברי לוחות, וד"ל.

עס האנדלט זיך אין אן אונטערשריפט וואס אברהם לויפער האט ארויסגעשווינדלט פון הגריח"מ קעגן די אריזאנע ווייץ.

כידוע איז אין די לעצטע יארן אויפגעקומען א שטארקע שערוריא איבער די ווייץ וואס מען האט גענוצט ביז היינט צום באקן די מצות, און לויט מערערע בארימטע פוסקים איז דא ערנסטע חששות בנוגע די דאזיגע ווייץ און די צייט ווען מען שניידט עס אראפ. אברהם לויפער האט צוליב פערזענליכע אינטערעסן זיך אריינגעלייגט אין די לענג און די ברייט מתיר צו זיין די היגע ווייץ, ביז צום ארויסגעבן אן אייגענעם ספר אקעגן די ווייץ. אנדערע רבנים זענען ארויסגעקומען גאר שארף קעגן אים און זיינע נארישע פלפולים של הבל אויף וועלכן סמך ער וויל כשר'ן די יעצטיגע ווייץ און נאך גאר אסר'ן דאס ברענגען ווייץ פון אריזאנע.

פאריאר האט שוין דוד ראזענבערג אראפגעשיקט א גאנצע דעלעגאציע קיין אריזאנע, צווישן זיי אויך הגרז"ל פילאף שליט"א, אבער מעשה שטן האט פונקט דאן זיך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן וואס האט געמאכט אוממעגליך צו נוצן די דארטיגע ווייץ אויף יענעם יאר.

למעשה האט כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א ואתו עמו נאך אויסגערופענע רבנים זיך אריינגעלייגט מיט אלע כוחות ביז עס איז געלונגען אויף היי יאר צום ערשטן מאל צו פארשאפן גרויסע קוואנטומען פון די אריזאנע ווייץ, און אין קרית יואל'ער מצה בעקעריי וועט מען היי יאר בע"ה נוצן נאר די דאזיגע ווייץ. אויך אין פאפא-צעלימער בעקעריי האט מען באשלאסן צו נוצן אויסשליסליך נאר די אריזאנע ווייץ.

איז אברהם לויפער געגאנגען צו הגריח"מ פר"מ און פון אים באקומען א בריוו אקעגן די דאזיגע ווייץ אז מ'טאר עס נישט נוצן. זיין פלאן איז געווען עס צו האלטן בסוד ביז נאך פורים, און דאן ארויסקומען אין די גאס מיט א באמבע אז גריח"מ איז קעגן די מצות.

ווי נאר די פאפא'ער ראה"ק זענען דערפון געוואויר געווארן איז ארויפגעגאנגען א גאנצע דעלעגאציע פון די פאפא'ער און צעלימער ראשי הקהילה, דוכט זיך אז אויך דער פאפא'ער דיין איז דארט געווען, און נאכן אויסשמועסן דעם ענין מיט הגריח"מ האט ער זיי קלאר געזאגט אז מ'קען רואיג נוצן די ווייץ אן קיין פקפוק, אדרבא, ס'איז נאך פיל מער מהודר ווי די היגע ווייץ !

אויך דעם סמך האט מען טאקע אפגעמאכט אז אין פאפא-צעלים מצה בעקעריי וועט מען נוצן נאר די ווייץ.

יעצט איז אברהם לויפער ווייזט אויס געגאנגען צום אודוואריער רב און באקומען פון אים א בריוו אויפן סמך פון הגריח"מ'ס בריוו (דערמאנט אביסל דעם שפיל צווישן בעלזער רבי'ן זי"ע און טשעבינער רב זצ"ל אויפן בריוו פאר די בחירות).

די פאפא'ער ראה"ק זענען גרייט ארויסצוקומען מיט אן ערקלערונג אז זיי האבן זעלבסט געהערט פון הגריח"מ פר"מ אז די ווייץ איז כשר וישר בלי שום פקפוק בכלל. פארשטייט זיך אז דער צער און בזיונות וועט זיין תלוי בקולר פון לויפער וחביריו, וועלכע זענען גרייט אז כלל ישראל זאל עסן א חשש חמץ אבי זיי זאלן אויספירן זייערע פלענער.

מאנכע זאגן אז דאס קומט אים אלס עונש פארן מבזה זיין אויפן מיאוס'טן אויפן דעם רשכבה"ג, רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, מיט אט דעם זעלבן פראבלעם, וכאשר עשה כן ייעשה לו. אבער נישט זייענדיג אין הימל קענען מיר זעלבסטפארשטענדליך נישט מאכן קיין הימלישע חשבונות.

(נ.ב.
עס האט געהאט געהייסן אז די וויליאמסבורגער זאלי מצה בעקעריי וועט קומענדיגעס יאר אויך נוצן די דאזיגע ווייץ. קען זיין אז יעצט וועט עס ווערן א אהרוני/זאלי פאליטיק, דאן וועט דוד ראזענבערג אויך גרייט זיין אריינצולייגן זיך און א גרויס טייל כלל ישראל אין חששות פון חמץ, אבי נישט צו מחזק זיין ח"ו די אהרונים...)


_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2007 01:45 לינק ישיר 

דאס זעלבע האט שוין אברהם לויפער געטאן ביי די אתרוגים פאר זיינע קאמפעטישאן.

אבער צום סוף האט יעדער ארויס געהאט די זאך קלאר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2007 02:31 לינק ישיר 

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:

 

די אינטערשריפט איז נישט מעגליך צו זיין ארויסגעשווינדעלט, ווען הרב אברהם לויפער האט זיך געדארפט ארומ'טענה'ען די וואך מיטן ראב"ד שליט"א איבער א שעה אין א צי, באוועגענדיג איבער די נויט פון שרייבן א בריוו אין דעים פאל.

 

קודם כל איז וויכטיג קלאר צו שטעלן אז די היי יעריגע שערוריא האט כמעט גארנישט מיט די פאראיעריגע, עס איז א פרישע נושא, וועגן טל וואס איז מחמיץ במחובר ווען די חטים איז שוין נתייבש לגמרי וא"צ לקרקע, דהיינו ביי נומער 7, אזוי ווי מען האט דארט געשניטען היי יאר.

 

לא זו אף זו, ביי די פאראיעריגע שערוריא האבן אויך רובא דרובא רבנים ודיינים העומדים לשרת על מדין זיך צוגעשטעלט צו הרב אברהמ'ן שליט"א, פסק'ענעדיג אז די ווייץ וואס מען האט געשניטען אין די דעגרי פון 14-16 און העכער האבן א גרויסע חשש חימוץ, [און וואו עס ה אט זיך ארויסגעשטעלט אז מה' יצא הדבר אז די אלע ווייץ זענען פארשימעלט געווארן פאראיאר מרוב ליחות] קוקט נאר נאך אין ספר "האשל ברמה-קצירת החטים" חלק א וואס איז ערשינען פאראיאר באשיינט מיט איבער 10 בריוון און הסכמות פון גדולים פון אלע שיכטען און קרייזען וואס לויבען אויס ר' אברהם'ן וואס האט אהערגעשטעלט אזא הערלכיע בירור הלכה.

 

און אפילו כ"ק אדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר וואס האט ביז לעצטענס פארפירט צו נוצען פון די אריזאנע ווייצלעך, האט שוין אויך צוריקגעצויגען דערפון פארגאנגענע וואך [קען זיין אז די וואך האט ער שוין צוריקגעטוישט זיין מיינונג? ווער ווייסט], און אין קרית יואל מצה בעקעריי גייט מען בעזהשי"ת "נישט" נוצען היי יאר די אריזאנע ווייץ פאר שמורה מצות אויף פסח, ובפרט אז הרב רבי געציל בערקאוויטש וואס האט מען מתחילה נישט געפרעגט קיין מיינונג [אפשר איז זיין מיינונג "אויך" קיין מיינונג?], האט זיך דערנאך מתנגד געווען בכל התוקף אקעגן די אריזאנע וויץ.

 

די שלאקס רעגן וואס איז געפאלען פאראיאר איז נישט געווען קיין מעשה שטן חלילה, אדרבא דאס איז געווען א השגחה פרטית און א הוראה מן השמים כדי מען זאל נישט נכשל ווערן מיט ווייץ וואס האט אויף זיך א חשש חימוץ, און די באשעפער האט באוויזען אז אפילו אין אריזאנע וואס די גוי'אישע חוקרים טענה'ען אז אפילו קיין טל איז נישט דא דארטן אין די זוממער חדשים בשעת'ן שניט [פארקערט להבדיל אא"ה מדעת חכמינו ז"ל אין מסכת תענית אז "טל לא מיעצר לעולם" בשום מקום ובשום זמן, אף לא ללילה אחד (ע"ש בתוס' ובמהרש"א)], האט די באשעפער צוגעפירט אז עס זאל זיך אראפלאזען א "שלאקס רעגן", צו ווייזען אז די ווייץ טויג נישט לכתחילה צו נוצען אויף שמורה מצות אויף יום טוב פסח.

 

הרב אברהם לויפער האלט גארנישט קיין סוד פון די בריוו, אדרבא ואדרבא ער האט דאס ארומגעשיקט צו אלע רבנים היושבים על מדין, צוזאמען מיטן כפירה'דיגן בריוו פון הרב ברוידא וואס כל השומע תצילנה אזניו, דברים שאסור לשומען, כ"ש לאומרן, וכ"ש לכותבן ולהדפיסן. [איז מעגליך אז די התחברות פון די קרית יואלע חסידים מיט די דאזיגע מענטשן (יושב ראש יובל הששים), גייט שוין אזוי ווייט אז מען ברויך שוין אויך אננעמן זייערע הוראות?]

 

בכלל וואספארא מער הידור איז שייך ביי די אריזאנע ווייץ מער פון די ווייץ וואס מען האט גענוצט אלע יארן אצל אבותינו ורבותינו זי"ע???

 

הרב אברהם לויפער האט שוין א שיינע צאל בריווען פון אסאך גדולי דורינו, און בקרוב ממש גייט ערשיינען די ספר "האשל ברמה-קצירת החטים" חלק ב, ויסכר פי דוברי שקר הדוברים על צדיק עתק ובוז.

 

און אפשר געבסטו  צו פארשטיין ווי אזוי ביסטו מוציא לעז אז אלע יארן האט מען געגעסן מצות מיט א חשש חימוץ, און וואספארא פלענער וויל דא הרב אברהם לויפער אויספירען, און וואספארא אינטערסן האט ער אין דעים, אויב נישט לשם שמים, אז מען זאל זיך נישט אוועקרירען פון מסורת אבות, און אפשר אויך אביסל כבוד צו זיין א מחבר ספר???

 

און וואס מיינט דאס אז "די פאפא'ער ראה"ק זענען גרייט ארויסצוקומען מיט אן ערקלערונג אז זיי האבן זעלבסט געהערט פון הגריח"מ פר"מ אז די ווייץ איז כשר וישר בלי שום פקפוק בכלל.", אויב שרייסטו אז עס א זיוף, לאמיר זעהן א ריכטיגע בריוו פון הרב ישראל חיים מנשה פארקערט, שרייענדגי אז מען האט מזייף געווען זיין חתימה???

 

בקיצור, תבנא לדינא

אויף די אריזאנע ווייץ איז דא א שטארקע חשש חימוץ, ווי עס ווערט אויספירלעך ערקלערט אין ספר "האשל ברמה – קצירת החטים" חלק ב, און מען טאר זיך נישט אוועקרירען קיין זיז כל שהוא ממסורת אבות, פון ווי עס האבן זיך געפירט אבותינו ורבותינו נשמתם בגנזי מרומים, און קיין שום פאליטיק און זייטיגע נגיעות וועט נישט קענען שולט זיין אויף כלל ישראל, וואס וויל גיין בדרך הישר, ויאכלו ענוים די ווייץ וואס מען האט געגעסן אלע יארען ביז היינט וישבעו, ובזכות זה נזכה לאכול מן הזבחים ומן הפסחים נאך היי יאר אין ירושלים עיה"ש בביאת משיח בב"א.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/1/2007 03:37 לינק ישיר 

אקעי, את אשר יגורנו בא.

אברהם לויפער'ס געלט און אינטערעסן הייבן זיך שוין אן צו דערקענען, און ווי ס'איז געווען פארצוזען וועט ער עס פרובירן צו פארוואנדלען אין אהרוני/זאלי פאליטיק, ווייל נאר אזוי האט ער אפשר שאנסן פאר א האלבן סוקסעס.

איך וועל במכוון נישט אריינגיין אין הלכה'דיגע נקודות, נישט נאר איז עס פאר קיינעם נישט אינטערעסאנט דא, נאר עס איז אויך פאר קיינעם נישט אינטערעסאנט וואס היידפארק שרייבער האבן צו זאגן בעניני הלכה.

וואס עס איז יא מערקווירדיג, אז ר' זלמן לייב פילאפף, וועמען קיינער וועט נישט חושד זיין אין אהרוניזם חלילה, אדער אין "משנה זיין" פון מסורת אבות, ער שרייט חי וקים אז מ'זאל ענדערש נוצן ווייץ פון אריזאנע. אראדער רב שליט"א, אויך ווייט נישט נחשד אין אהרוניזם, און איינער פון די גרעסטע קעמפער קעגן דעם עירוב, איז אויך פון די גרעסטע פייערדיגע שטיצער פאר די אריזאנע ווייץ, און אזוי אויך נאך צענדליגער פון די גדולי הרבנים אין ניו יארק, שוין אפגערעדט פון הגאון הרב ברוידא, וואס ווי איך הער איז ער שוין געווארן דא א כופר רח"ל (אויב איז ער נאר נחשד אלס אהרוני איז עס שוין גענוג צו באקומען דעם טיטל...) - אויף וועמען איך מוז אויך מודה זיין אז בדרך כלל איז ער אן עקסטרעמער מחמיר - איז אויך פייער פאר די אריזאנע ווייץ.

פונקט דער אודוואריער רב - כבודו במקומו מונח, דער פייערדיגער קעמפער פארן עירוב ביזן אבסורד, און פערצופאל אויך אברהם לויפער'ס קאזין, פונקט אים ברענט די שינוי פון מסורת אבות... [און אגב, אויב איז ריח"מ פוסק הדור, וויאזוי האט ער געוואגט מתיר צו זיין דעם עירוב קעגן דעם דעת פונעם פוסק הדור...?!]. ביזן גיין אזוי ווייט צו אסר'ן די ווייץ, א זאך וואס אפילו זיין גראב"ד האט נישט געוואגט צו טון, סיי לשיטת אברהם לויפער'ס בריוו, און סיי לשיטת וואס ער האט געזאגט פאר די פאפא'ער און צעלימער ראשי הקהילה אז די ווייץ איז כשר בלי שום פקפוק.

וואס איז קלאר אז ס'איז נישטא קיין שום שינוי אין מסורה בנוגע עסן די אריזאנע ווייץ. אויב עפעס איז דא חששות אויף דעם וועג וואס מען האט געטוישט אין די לעצטע יארן ביים שניידן די ווייץ, זינט די ערפינדונג פון די קאמביינען. און כאטש ס'איז זייער שווער צו זאגן דערויף אן איסור, בפרט ווען מיר אלע האבן דאך געגעסן פונעם דאזיגן ווייץ די כזיתים מצה, אבער דאס איז קלאר אז ס'איז פיל מער אויסגעהאלטן צו נוצן די אריזאנע ווייץ וואו ס'זענען נישטא די אלע חששות [אויסער די פריש געבאקענע לויפער-חששות, און דער נארישער מסורה פראבלעם].

[באמת מוז איך מודה זיין אז אויף הגריח"מ איז נישט אזוי שווער די קשיא, ער איז אן אלט באקאנטער פליפ-פלאפער, אויב צב"ש ער וואלט געוואוסט אז די רעבעצין אלטא פיגא ע"ה האט געגעסן פון די מצות, וואלט ער באלד געטוישט זיין מיינונג אפילו ער וואלט באמת געהאלטן לאיסור...

למעשה אבער ביי די מעשה איז ביודעי ומכירי קאמינא, אז ער האט געזאגט פארקערטע מיינונגען און נישט אלס פליפ-פלאפ, ער האט פשוט נישט געדענקט פון איינס ביז דאס אנדערע. איך האף נאר אז די באטרעפנדע וועלן האבן שכל און נישט גורם זיין קיין ערנסטע בזיונות פאר די שברי לוחות, וכנ"ל וד"ל]

נ.ב.

טעות לעולם חוזר.

אין קרית יואל וועט מען נישט נוצן נאר די דאזיגע ווייץ. ס'וועט אויך זיין צו באקומען די געהעריגע ווייץ ווי יעדעס יאר, וואס וועט מסתמא אויך זיין עטוואס ביליגער. אבער אידן מדקדקים בכשרות, ובראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א, וועלן נוצן בלויז מצות פון די ווייץ וואס קומט פון אריזאנע, געבאקן אין די מהודר'דיגע מצה בעקעריי פון קהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל.

אין דעם איז זיכער נישטא קיין שום שינוי... If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2007 04:05 לינק ישיר 

געגאנגען טייערע: את אשר אהבה נפשי בקשתי וגם מצאתי זעהענדיג דיין תגובה אן קיין מורא [פון "את אשר יגורתי בא"].

 

איך דארף נאך מברר זיין וואס דו זאגסט איבער הרב זלמן לייב פילאפף שליט"א, וואס ווילאנג איך זעה נישט קיין בריוו פון אים, אדער הערן א קלא דלא פסיק אז ער איז דאס מתיר, ברויך איך נישט אננעמען וואס א היידפארק שרייבער האט צו פארקויפען.

 

דו האסט נאכנישט געענטפערט וואספארא אינטערסן ר' אברהם לויפער האט דא אין די גאנצע פרשה, חוץ קאפ וויי און יגיעה עצומה מברר צו זיין די הלכה, און אביסל כבוד אין די זייט צו הייסן א מחבר ספר. חוץ קנאה און שנאה זעה איך נישט קיין שום אינטערעסן, אדרבא גיי יא אריין אין חלק ההלכה און פרעג אים אפ, און זיי אויך א מחבר ספר!!!

 

אויך אפשר אנטפלעקטסטו ווער עס זענען די "אזוי אויך נאך צענדליגער פון די גדולי הרבנים אין ניו יארק, שוין אפגערעדט פון הגאון הרב ברוידא... אויך פייער פאר די אריזאנע ווייץ".

 

וואס איך ווייס איז אז הרב יואל מארגענשטערן שליט"א שארמאשער רב האט אויך אפגעשריבען א לענגערע בריוו אקעגן די ווייץ ווי ער שרייבט אז חדש אסור מן התורה, און מען טאר נישט משנה זיין "וא"כ בוודאי לכתחילה צריכים להחמיר שלא ליטול למצת מצוה מאותן החטים שקצרו באריזאנא אחר שנתייבשו לגמרי והיה מספר הליחות בערך 7 כיון שא"צ לקרקע יש לחוש שמא נתחמצו קצת ע"י הטל".

 

אויך הרב יעקב יצחק ניימאן בעלזא רב פון מאנטריאל לרפו"ש האט קודם [דינסטאג דברים תשס"ו] געשריבען א בריוו אז "עכ"פ אין שום חשש על חטים אלו בע"ה", אבער "אבל קבלו עליהם בע"ה ששוב לא ישנו ממנהג הישן לקצור בגראד כמו שכתבנו למעלה לקיים מנהגן של חכמי ישראל שקבעו כן" [דהיינו" 12-13], אבער נאכדעים [דאנערשטאג הנ"ל] האט ער געשריבען א פרישע בריוו ווי ער שרייבט אז מען דארף יא חושש זיין אויף טל אפילו אין אריזאנא כדברי חכימינו ז"ל. אויך שרייבט ער אז זיין ידיד האט גערעדט מיט די מינעסטעריום דארטן אנבלאנגט דעים ענין, און זיי האבן געזאגט אז עס גייט יא טל, נאר נישט אזוי סך ווי אין אנדערע פלעצער.

 

ועוד, די קאמביין מאשין איז נישט אזא נייע ערפינדונג, און צודערצו זענען אלע רבנים מומחים מעיד אז מען האט געשניטען אין געגענט פון 12-14 דעגרי, און דו וואס טענה'ן אנדערש טענה'ן עכ"פ נישט אז מען האט געשניטען "ווייניגער" ווי דאס, אדרבא זיי שרייען אז מען האט געשניטען ביי א העכערע דעגרי, נאר די קאמביין מאשין דארף עס זיין טרוקענער, אבער עכ"פ אפילו זיי זענען מודה אז ביי 7 דעגרי האט מען "קיינמאל" נישט געשניטען.

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/1/2007 20:47 לינק ישיר 

קודם האט עס זיך אנגעהויבן מיט א הלכה שאלה . צו די טל אין אריזאנא איז מחמיץ. נאכדעם איז דאס אריינגעפירט געווארן דורך ר' אברהם לויפער אין א פאליטיק צווישן מהר"א און רז"ל. ווייל קרית יואל האט גענומען אריזאנא וועלען די וויליאמסבורגע דאס אסרן בכל תוקף אפילו מיט פאלשע בריעף.

זיי האבען די שחיטה אין קרית יואל אויך געוואלט אריינדרייען אין זייער נארישען פאליטיק. אבער אזוי וויא רז"ל האט בכלל נישט קיין שחיטה 82בוטשער  קויפט סתם אין וויינלאנד . און דער עולם ווייסט דאך אז די קרית יואל שחיטה איז פון די מהודרסטיגע שחיטות  ממילא האבען זיי געמאכט א שווייג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2007 21:21 לינק ישיר 

די שיטה פון וומסער דיין איז:
שרייב < צוריקצו > און דאן שמעק און דריי מיט נאז און אזוי ווייטער
אלע זיינע איסורים מיט התירים האט די סימפטאמען
עירוב-בדיקת ספ"ת-בדיקת-סקול דיסטריקט-שטריימל פלאסטיק- מקוה-בשר בהמה/ניקור- ועוד
ער איז נישט א פוסק בכלל און דערפאר טראגט זיינע זאכן אזא פנים

און אברהם לויפער מיינט אז היינט איז מ"ג ווען מען האט אליין געדריקט שווארץ אויף ווייס "מתי שוא" און עולם גולם האט געגלייבט
מיכלס צייטן איז אווער און אפילו ער הייסט ביי זיך דאראגער רב דארפן די חסידים אויך מסכים זיין אז ער איז דאראג
און אויך א רב
פון פיש אויף שבת ביז א רב איז נישט אזוי נאענט

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2007 23:21 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס איר האט זיך אנגעכאפט אינעם בריוו פון ריח"מ פר"מ. ער שרייבט ממש גארנישט, ער שרייבט נאר אזויפיל אז מ'דארף יא חושש זיין פאר טל, און דערפאר זאל מען שניידן נאך חצות.

אדרבא, אויב איינער האט דעם בריוו זאל ער עס דא ארויפלייגן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2007 23:27 לינק ישיר 

די בריוו פון אדואווריער רב איז א פאלשע בריוו.

אברהם לויפער פעלשט בריוו, און דער טיפש שרייבט נאך אויף זיך : הגה"צ אבדק"ק דאראג"

רח"ל... ער איז גארנישט בעסער פונעם בראדער שיכור




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2007 01:53 לינק ישיר 

ווער איז דער אברהם לויפער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2007 02:10 לינק ישיר 

http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%91%D7%A8%D7%94%D7%9D_%D7%9C%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%A2%D7%A8



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-18/1/2007 02:25 לינק ישיר 

איך בין אינגאנצן נישט געשאקט צו זען דא די דברי הבל וחוצפה פון די אהרונימלעך. אז מען האט א רבי'ן א גאסן-יונג, אויף וועמען דער ירושלימ'ער רב זי"ע האט שוין מעיד געווען אז ער איז א שוטה, רשע וגס רוח, זענען די חסידים אויך גאסן-יונגען, וואס רעדן אויף ערליכע אידן מיט אזא פרעכהייט.

יעצט פאנגטס אן מיר צו באטיטולען מיט אלע ענקערע ניבול פה אויסדרוקן. איך בין כאטש נישט קיין רב, וועט די עבירה נישט זיין אזוי גרויס.

_________________

איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2007 19:32 לינק ישיר 

אידעלע אויב ביסטו א חסיד פון ר' משה ארי', דאן ביטע פארשעם אים נישט

איך רעד נישט פון דעם חלק, אז לויט דיר איז דער מנהיג העדה געווען א פאלנער היפאקריט פון די העכסטע מדרגה, דהיינו אז ווען ער האר באגעגנט דעם היינטיגן סאטמארע רבין שליט"א, האט ער איז מכבד געווען אויפן שענסטן אויפן, און אפילו נאך די לעצטן טאג אין שפיטאל

נאר פשוט, פארוואס זאלסטו זאגן אויף אים זאכן, וואס מאכן אים אויסזעהן ווי איינער וואס פארשטייט נישט קיין חילוק פון א ערליכן מנהיג [רבינו שליט"א] צו א פורים רב, [רז"ל]





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2007 20:43 לינק ישיר 

די זעלבע בהמות וואס האבן פארקויפט די לאשקן אפען ירושלימער רב ביז יעצט אויף רביה"ק ברך משה, פארקויפן עס יעצט ווייטער.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2007 17:38 לינק ישיר 

העבר,
ווי האט אידעלע געשריבן עפעס וועגן רבי משה ארי' ז"ל?,
ער שרייבט אין נאמען פון ירושלימער רב וואס ווי באקאנט רופן
זיי דעם ראסס סטריטער רבי ר' יח"מ פריעדמאן ירושלימער רב
על שם החלומות הידועים, און פון עם גלייב איך יא אז ער האט דאס געזאגט
און מסתמה האט ער שוין צוריק געצויגן, און דאן האט ער נאכאמאל געזאגט,
און ווייטער צוריק געצויגן, וחוזר חלילה, כדרכו בקודש, (פון א איד וואס וועפט אינגרויסן).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2007 19:00 לינק ישיר 

נעבעך נעבעך דער צדיק ירושלים'ער רב זצוק''ל וואס מען הענגט אהן אין זיין נאמען כל מיני בוקי סרוקי וועגן פאליטיק מען האט נישט מורא אז ער איז שוין אין עולם האמת און ער וועט זיך אפרעכענען מיט די אלע וואס זיי מישן אריין זיין הייליגען נאמען און די מחלוקת פון די קדושה מיטן ס''א .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ריח"מ פר"מ אין פרישן פלאנטער - אריזאנע ווייץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext