בית פורומים כל העולם כולו

שוידערליכע פלענער אויף קווינס ישיבה אויפגעדעקט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2007 04:45 לינק ישיר 
שוידערליכע פלענער אויף קווינס ישיבה אויפגעדעקט!



ווי באקאנט איז די וואך געפלויגן יש"כ פון 82 ווי א הונט, ווי שוין אפגעהאנדעלט אין א באזונדערען אשכול, אבער ווי שאקירענד איז צו הערן אז עס איז אנטדעקט געווארן זיינע וויסטע פלענער וואס ער האט געפלאנט איינצופירען אין קווינס ישיבה אויפן אייגענע האנט, אויב וואלט ער נאך געווען דער עומד בראש.

 

דער שוטה האט נאך - ווי דער גרעסטער טיפש - אלעס אויספירלעך באריכטעט און באשריבען אין זיין אייגענעם שטארק-באליבטען "פנימי אויסגאבע" פאר עלטערן פון בחורים פון קווינס ישיבה מיטן נאמען "הקשר", וואס מאנכע גלייכען עס ענדערש אנצוריפען "השקר...", ווי עס פאסט.

 

די נייע "הקשר/השקר" איז שוין געלעגן אין פאסט אפיס גרייט אפגעשיקט צו ווערן פאר אלע עלטערן פון די בחורים, אבער עווענטוהעל איז געלונגען פאר די הנהלת הישיבה אראפצוגיין אין פאסט אפיס און עס אפצוהאלטען בעוד מועד, ממש אין די לעצטע מינוטן פארן אפגעשיקט ווערן פאר אלע זאליס.

 

אבער ווי נישט ווי האט זיך דאך פארווארפן עטליכע אויסגאבעס דא און דארט, און דארט קען מען פונקטליך זעהן זיינע וויסטע פלענער וואס ער האט אנגעגרייט פארן צוקונפט פון קווינס ישיבה, זעלבסטפארשטענדליך בעיקר צוליב זיינע אייגענע אינטרעסן.

 

די פלאן זיינע דארטן לויטעט ווי פאלגענד: איינצופירן א סאפיסקירטע "טורן סטייל" מאשין ביים צווייטען טויער פון די נייע מתיבתא "ברך משה" אין קווינס אלץ א עלעקטראנישער שומר הפתח, און צוגאב וועט אויפגעשטעלט ווערן דערנעבן א קליינער בודקע פאר דעים מענטשליכען שומר הפתח [עס צוגלייכענדיג א שטייגער ווי הרה"ח ר' אברהם שאהנוואלד אין סאנדז סטריט], וועלכע וועט דארט קענען אבזערווירען יעדער וואס קומט און גייט, און אינדערויסן פונעם בודקע וועט זיין א צוים אויף רעדער, וואס דער שומר הפתח וועט אקטיוויזירען דורך אן עלעקטראנישע קנעפל, נאך די צוים אוף די גאנצע ברייט פון דעים דורכגאנג וועט זיין 5 טוירן-סטיילס, וואס די אלע דורכגייער וועלן אקטיווירען די דירייענדיגע טיר, דורך ארויפלייגען די האנט פלאך אויף א ספעציעלע גלאז, וואס וועט ליינען זייער פינגער אפדרוקען [גלייב מיר איך פארשטיי נישט ווי אזוי די טעכניק דערפון ארבעט, אבער עכ"פ אזוי איז ער מסביר דארט], יעדער וואס וועט ווערן ערווארטעט אין די בניני הישיבה וועט דארפן צולייגן די פינגער צו א מאשינקעלע, וואס וועט האבן אריינפראגראמירט אין זיך אלע פינגער אפדרוקען פון אלע מרביצי תורה, רמי"ם, משגיחים, מגידי שיעורים, איינגעשטעלטע און אלע ארבייטערס, און ווי פארשטענדליך די הויפט מחותנים די "בחורים" פון ישיבה וואס לשיטתו דארף עס צו ציילען איבער 650 [אין 10 יאר ארום!, כולי האי ואולי], און נאר אזוי וועט ערלויבט ווערן אריינצוגיין אינעווייניג.

 

א פרעמדער וואס וועט וועלן אריינגיין אין בנין הישיבה וועט ברויכן פארלאנגען פון פריער ספעציעלע ערלויבעניש, און דאן וועט מען אריינפראגראמירען זיינע פינגער אפדרוקען אינעם קאמפיוטער סיסטעם, אז נישט וועט מען מוזען צוגייין צום פענסטערל פונעם שומר הפתח און בעטן ספעציעלן ערלויבעניש אריינציגיין.

 

די מעלות וואס דאס דארף צו ברענגען, ווערט דארט באריכטעט אז אומגעוואונטשענע געסט וועלן נישט אריינגעלאזט ווערן, און אויך אז ווי באקאנט איז דאס א גרויסע שמירה און א שטארקע השגחה פאר די בחורים, ווייל עס וועט אלעס בלייבן אויף רעקארד ווען מען איז געקומען און ווען מען איז געגאנגען, און העיקר שכחתי: אז די אלע וואס וועלן נישט זיין רעגיסטרירט, וועלן פארשטייט זיך נישט אריינגעלאזט ווערן בשום אין אופן (נוסח יש"כ)

 

 

 

תוקן על ידי - trueonly2 - 19/01/2007 4:50:40



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-19/1/2007 06:27 לינק ישיר 

צייג מיר א COPY פון דעם



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/1/2007 16:29 לינק ישיר 

Rikers Island D'mesvite Birech Moishe? humm...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוידערליכע פלענער אויף קווינס ישיבה אויפגעדעקט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext