בני יואל מאכט ליצנות פון רביה"ק זי"ע
די בני יואל האט ארויס געשיקט א בראשור אז זיי גייען מאכן א דינער די קומעדיגע וואכן אין ווילי, און זיי גייען דארט אויסראפלען נישט מער און נישט ווייניגער א העמד.... פון רביה"ק זי"ע.
עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי משוגע די חברה זענען, און מאכן ליצנות פון רביה"ק ווען יעדן מאנטאג און דארנערשטאג מאכן זיי גורלות אויף חפיצים פון רביה"ק זי"ע, טייל דערפון איז סתם אלטע בעקיטשעס וואס מען האט גוט שמוציג געמאכט און מען פארקויפט פארן עולם לאקשאן, אזוי ווי מען הערט אויף די טעיפ ווי ר' יוסף אשכנזי זאגט פאר זייין איידעם מאיר שפיטץ אז מען וועט נעמען גרינע הויזן און עס פארקויפן אז דאס איז די הויזן פון רביה"ק און מען וועט האבן א גרויסע ביזנעס.
די לצינות דערפון איז אז מען האט קיינמאל נישט מחשיב געווען אן אינערליכע מלביש פון א צדיק, און מען האט עס קיינמאל נישט געניצט און אוודאי נישט געמאכט א פראפעגאנדע דערפון, וואס ברענגט צו א ליצנות פון רביה"ק זי"ע.
די משוגעים גייען יעצט אויסראפלען א העמד, און נאכדעם אן אונטער העמד, זאקן, שיך וכו', מען מוז די משוגעים שוין אפשטעלען און זאלן אויפהערן מיט זייערע ליצנות און בזיונות נגד מרן רביה"ק זי"ע.
_________________
 |
|
|