| נשלח ב-21/1/2007 22:54 |
|
| |
הילף מיטן קויפן א קאמפיוטער
איך וויל קויפן א לעפטאפ קאמפיוטער איך בין אריין אין FOCUS ELECTRONICS האט ער מיר אנגעטראגן די לעפטאפ
וואס זאגן ענק אויף דעם?
http://www.pcuniverse.com/product.asp?pid=3655201&m_id=32
HP Compaq Business Notebook nc6400 Core Duo T2400 / 1.83 GHz
HP Compaq Business Notebook nc6400 - Core Duo T2400 / 1.83 GHz - Centrino Duo - RAM : 1 GB - HD : 60 GB - DVD±RW (+R DL) / DVD-RAM - Gigabit Ethernet - WLAN : 802.11a/b/g, Bluetooth 2.0 EDR - fingerprint, SmartCard - Win XP Pro - 14.1'' Widescreen TFT 1280 x 800 ( WXGA )
*-- Overview *
Overview:
The HP Compaq nc6400 Notebook PC delivers the optimal combination of connectivity, enhanced security, and performance in a widescreen form factor to keep you more secure, productive, and connected in and out of the office.
תוקן על ידי allnewspic ב- 22/01/2007 3:09:22
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2007 17:46 |
|
| |
הצלה: דו דארפסט אויך לאזן הערן וואס בערך ווילסטו טוהן מיט דעם קאמפיוטער? ווילסטו דאס פאר "העווי יוז"? דאס מיינט, ווי מלוה מלכה האט ערווענט, למשל גראפיקס, ווידיא עדיטינג, געימס, וכדומה? אדער ווילסטו טוהן לייכטערע זאכן, ווי טייפן אין ווארד, רעכענען אין עקסעל, נוצן א פינאנציעלע פראגראם ווי קוויקבוקס, גיין אויפן אינטערנעט און שיקן אי.מעיל? ס'ווענדט זיך זייער אסאך אין דעם, און דער חילוק אין פרייז קען זיין א גרויסער. אויך קען מען דורכדעם שאצן ווי גרויס דיין סקרין דארף זיין - צי א 14 אינטש איז גענוג אדער זאלסטו גיין גרעסער.
מלוה מלכה: כמעט אלע קאמפאניס האבן אן אויסוואל פון ATI אדער NVIDIA, ביידע זענען זייער קלאר און איינער האט זיך נישט וואס צו שעמען פון צווייטן. די עיקר מחלוקת איז נאר ווער עס האט די אויבערהאנט ביי די טייערע געימעס גרעפיקס באורדס. פאר א פשוט'ע מענטש איז נישט קיין חילוק. רוב מענטשן וועלן זיין צופרידן מיט א אריינגעבויטן אינטעל גראפיקס טשיפ, הגם איך (און נאך עקספערטן) רעקאמענדיר אז מען זאל יא צוצאלן פאר אן עקסטערן טשיפ. עס קומט אסאך מאל צוניץ, און מ'לייגט זיך נישט אן אינגאנצן אויף די סיסטעם מעמארי.
אויכעט, די "עקספערטן" זאגן אז DC2 איז נישט עפעס מורא'דיג בעסער ווי DC, אין דעסקטאפס זעהט מען מער א חילוק, אבער נישט אזוי ווייט אין לעפטאפס. בכל אופן רוב נייערע קאמפיוטערס קומען ממילא מיט די נייערע, נאר די געשעפטן וואס ווילן פטור ווערן פון די אלטע סחורה זיצן נאך מיט די DUAL CORE... ווי אויך די רעפורבישט מסתמא...
קאמענטאטער: די נומעריק קי-פעד קומען נאר אויף די גאר גרויסע מאדעלן, פון 17 אינטש סקרין וואס איז ריזיג גרויס. הצלה רעדט פון א קלענערע, ער זאל קענען טרעוולען דערמיט.
געזאגט: HP ווארענטיס זענען טאקע זייער פיין, אבער נישט בעסער ווי אנדערע. גראדע HP איז גערעיטעד די ערגסטע אין סערוויס ביי רוב סטאטיסטיקס. דעלל שטייט פיל העכער ווי זיי. און ביי דעלל, טאמער צאלסטו צו אפאר דאלער, דארפסטו נישט שיקן קיין "באקס", נאר א מענטש קומט אראפ צו דיר אינדערהיים דעם נעקסטן ביזנעס טאג, און פאררעכט דיר אלעס אויפן ארט.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2007 18:52 |
|
| |
ר' שמעק:
דאס וואס די שרייבסט אז HP איז גערעיטעד די ערגעסטע אין סערוויס איז טויזענט פערסענט גערעכט. זייער פאון סאפארט איז שרעקלעך, די רעדסט צו איינער אין באנגלאפאר וואס האט א דיקשענערי ביי די האנט און ליינט פון א צעטל א שורה פון קלאץ קשיות ווי: העוו יו טרייד טו מעיק ריסטארט קאמפיוטער? העוו יו טרייט טו אנפלאג עדעפטער ענד ריפלאג? (אויב די פארשטייסט נישט וואס איך שרייב דא עסטו מסתמא אויך נישט פארשטיין דעם חמור פון אינדיע)
דער עצה דערפאר איז צו האבען געדולד און ענטפערען אויף יעדען "העוו יו טרייד" מיט א לא, ביז זיי וועלען אטארייזען עס אריין צו שיקען. ווואס איך רוף הפלא'דיג איז ווי שנעל מען קען עס האבען אטארייזד אריין צו שיקען, און די סיסטעם ווי שנעל עס נעמט ביז די באקס קומט און ביז די באקומסט עס צוריק פאראכטען.
דעלס ווארענטי האב איך קיינמאל נישט פראבירט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2007 19:09 |
|
| |
איין נקודה שטערט מיר זייער מיט די היינטיגער לעפטפאס איז די סקרין.
אמאליגער לעפטאפס פלעגען קומען מיט א פיר עקעדיגען סקרין, 15 אדער 14 אינטשעס (איך האב גראדע א פערצען אינטשיגע און עס דינט מיר א מחיה). איך האב פראבירט לעצטענס צו קויפען א נייער לעפטאפ, עס איז מיר שלעכט געווארען. מען קען היינט כמעט נישט באקומען אז געהעריגען סקרין אלעס קומט היינט widescreen.
דעל און HP פארמאגען אינגאצען נישט דעם אלטען סארט סקרין. IBM לענאווא פארמאגט יא עטליכער מיט דעם סקרין, עס קאסט אבער דעם הויזען א לעפטאפ פון זיי.
Widescreen איז פערפעקט פאר די ווי די'ס, און טאקע נאר פאר די ווי די'ס. איך זעה נישט קיין שום תועלת מיט דעם ברייטען סקרין פאר עפעס אנדערש. איך נוץ מיין קאמפיוטער בעיקר אויף MS Word און Outlook Express (און פארשטייט זיך אבסעל פאר היידפארק...) דארט איז זיכער ענדערשער די אמאליגער סקרין'ס. אפילו פארן נעט קומט מיר אויס בעסער די פיר עקעדיגער סקרין'ס.
איך האב א שטיק צייט געהאט ביי מיר א 15.4 widescreen און חוץ די א"ד פראבלעמען איז עס שווערער ארום צו טראגען צוליב דאס ברייטקייט.
אלזא ווען די זוכסט א צו קויפען א לעפטאפ לייג צו קאפ צו דעם אויך, עס איז נאך מעגליך צו באקומען א Square סקרין, איך מייט אז חוץ IBM מאכט נאך acer אזאנע קאמפיוטערס.
אויך אויף Ebay קענסטו נאך קויפען אזאנע לעפטאפס, גענוצטע און נייע. פארשטייט זיך אויף Ebay זאלסטו זיך נישט ארום שפילען בפרט אויף א גרויסען טרענזעקשען נאר אויב די קענסט דיך גוט אויס.
 |
|
|
|
|
|