בית פורומים כל העולם כולו

זיי ווערן פאַרהאַסט און אויסגעשפּיגן ביים רוב פון די חרדישע קרייזן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/1/2007 23:32 לינק ישיר 
זיי ווערן פאַרהאַסט און אויסגעשפּיגן ביים רוב פון די חרדישע קרייזן

אין איראַן האָט מען אים אַרומגענומען; אין באָראָ פּאַרק האָט מען אים פאַרטריבן
יצחק בערסאָן
 
נאָך שטורמישע פּראָטעסטן האָט די פּאָליציי משלח געווען ר' משה ארי' פרידמאַן, פאָרשטייער פון פון ניטורי קרתא אין ווין, פון דעם פּלאַזאַ האָטעל אין באָראָ פּאַרק.

 ר' משה ארי' פרידמאַן, אַ מיטגליד פון דער ''נטורי קרתא'' באַוועגונג, וועלכער האָט זיך פאָריקן חודש באַטייליקט אין דער שענדלעכער קאָנפערענץ אין איראַן אָפּצולייקענען די שואה, אין שפּיץ פון דעם איראַנער הערשער, מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד,איז סוף פאָריקע וואָך פאַרטריבן געוואָרן בבושת פּנים פון אַ האָטעל אין ברוקלין, וואו ער האָט זיך אויפגעהאַלטן צוזאַמען מיט זיין פרוי און פיר קינדער.

דאָס איז געווען דער לעצטער אויסברוך פון פּראָטעסטן קעגן די מיטגלידער פון דער דאָזיקער גרופּע אידן, פאַרשטעלט ווי גאָר פרומע חרדים, וועלכע האָבן זיך געקושט און געהאַלדזט מיט דעם העסלעכן הערשער פון איראַן, אַ ספּעקטאַקל וואָס איז פאָטאָגראַפירט געוואָרן און צעפּויקט געוואָרן אויף דער וועלט דורך דער טעלעוויזיע, און וואָס די נטורי-קרתאניקעס באַטראַכטן פאַר אַ קאָלאַסאַלן קידוש-השם.

דאָס חרדישע אידנטום האָט רעאַגירט מיט טיפער אויפרעגונג קעגן די מעשי-נבלה פון די דאָזיקע כאָפּטע קנאים, וואָס שטעלן זיך פאָר ווי די פאַרטרעטער פון פרומען אידנטום. די נטורי-קרתאניקעס שטיצן דעם איראַנער פּרעזידענט, וועלכער האָט גערופן אָפּצואווישן ישראל און פאַרניכטן מיליאָנען אידן און וועלכער טענהט אַז די שואה האָט קיינמאָל נישט פּאַסירט. זיי אַרגומענטירן אַז דער פירער פון איראַן איז נישט קיין שונא ישראל, בלויז אַ קעגנער פון ציוניזם.

דער גרעסטער טייל פון חרדישן אידנטום האָט שאַרף פאַרדאַמט די אומפאַראַנטוואָרטלעכע עלעמענטן, וועלכע שטיצן עפנטלעך שונאי ישראל, באַליידיקן מלמה-געליטענע און פאַרמיאוסן דאָס פּנים פונעם אָרטאָדאָקסישע אידנטום אין דער גאַנצער וועלט. אין חרדישע געגנטן זענען פאָרגעקומען פּראָטעסטן קעגן די נטורי-קרתאניקעס.  צוויי וואָכן צוריק זונטיק אין אָוונט, האָבן וויזשניצער חסידים און אידן פון נאָך פאַרשידענע קרייזן זיך פאַרזאַמלט קעגן דעם הויז פון ר' משה בער בעק, אַן אָנגעזעענע פירנדע פיגור פון דער דאָזיקער סעקטע, וועלכער וואוינט אין מאָנסי, און האַסטיק פּראָטעסטירט קעגן זיינע שטיצע און סימפּאַטיקער פון דער נטורי קרתא באַוועגונג.

פרידמאַן איז פאָריקע וואָך מיטוואָך אַריינגעקומען אין דעם ''פּלאַזאַ'' האָטעל אין דעם פרומען אידישן ישוב אין באָראָ פּאַרק, איינשרייבנדיק זיך אונטער זיין פרויס מיידלשן נאָמען, האָבן די אויפזעער פון דעם האָטעל דערציילט. פרייטיק, האָבן מענטשן אין דער געגנט דערקענט דעם נטורי-קרתאניק, און ערב שבת נאָכמיטאָג, האָט זיך אַ קליינע גרופּע מענטשן פאַרזאַמלט אינדרויסן פונעם האָטעל אויף זיבן-און-פערציקסטער גאַס און פּראָטעסטירט קעגן דעם אומגעוואונטשענעם גאַסט.

ווען די אָנגעשטעלטע אין דעם האָטעל האָבן זיך דערוואוסט אַז פרידמאַן האַלט זיך דאָרט אויף, האָט אַ מענעדזשער אַלאַרמירט די ניו-יאָרקער פּאָליציי און געבעטן אים אַרויסצואוואַרפן פון דעם האָטעל. די פּאָליציי האָט אָבער געזאָגט אַז מ'קען אים לעגאַל נישט אַרויסטרייבן.

אַ באַאַמטער פון דעם האָטעל האָט דערציילט, ''מיר האָבן אים געהייסן אַרויסגיין. מיר זענען אָרטאָדאָקסישע אידן און ווילן נישט האָבן אַזאַ מענטש אין אונזער האָטעל.''

טייל געסט האָבן פאַרלאָזט דעם האָטעל, דערוויסנדיק זיך אַז פרידמאַן האַלט זיך דאָרט אויף. אַנדערע זענען בכלל נישט אָנגעקומען, האָבן די האָטעל-פאַרוואַלטער דערציילט. די אַרבעטער אין דעם האָטעל האָבן אויפגעהאָנגען אַ שילד אויף דער טיר, דערקלערנדיק אַז דער האָטעל איז ''נישט פאַראַנטוואָרטלעך פאַר קיין שום געסט וואָס האַלטן זיך אויף אין פּאַרק האַוז.''

די נייעס האָט זיך ביסלעכווייז פאַרשפּרייט צווישן אידן אין באָראָ פּאַרק אַז פרידמאַן שטייט איין אין דעם האָטעל, און עטלעכע הונדערטער דעמאָנסטראַנטן זענען אַרויסגעקומען פּראָטעסטירן פרייטיק-צו-נאַכט קעגן דעם האָטעל, רופנדיק אַרויסצוטרייבן פון דאָרטן דעם נטורי-קרתאניק.

''איך גלויב אַז קיין שום מענטש וואָס האָט איבערגעלעבט דעם האָלאָקאָוסט וואָלט נישט געוואָלט האָבן דעם פּאַרשוין אין זיין באַזיץ,'' האָט דער האָטעל-באַאַמטער געזאָגט. ''ס'האַנדלט זיך אין אַן אידעאָלאָגיע וועגן דעם, וואָס ס'איז ריכטיק און וואָס ס'איז פאַלש, און דאָס איז פאַלש. ס'האָט גאָרנישט מיט ציוניזם, ס'איז נאָר פּשוט אומריכטיק.''

אויפן וועבסייט פון ידיעות אחרונות, האָבן זיך מאָנטיק פאַרשפּרייט קלאַנגען אַז פרידמאַנ'ס פרוי האָט אים פאַרלאָזט און אַנטלאָפן פון זייער וואוינאָרט אין ווין צו איר פאַמיליע אין ברוקלין, און אַז זי האָט געבעטן רבנים אין ברוקלין איר העלפן זי גטן פון איר מאַן. לויט'ן האָטעל-שטאַב, האָט זיך אָבער פרידמאַן אויפגעהאַלטן אין דעם האָטעל צוזאַמען מיט זיין פרוי און קינדער.

מוצאי-שבת, ווען זיין רעזערוואַציע איז אָפּגעלאָפן, האָט די פּאָליציי ענדלעך משלח געווען פרידמאַנען פון דעם האָטעל. אַ גרופּע פּראָטעסטירער פון דער רעכטער ''ציוניסטישער פאַרטיידיקונג אָרגאַניזאַציע'' איז דערלויבט געוואָרן אַריינצוקומען אין דעם האָטעל שפּעט מוצאי-שבת ביינאַכט, זיכער צו מאַכן אַז פרידמאַן און זיין פאַמיליע האָבן זיך אָפּגעטראָגן.

אידן אין באָראָ פּאַרק זענען דערשיטערט געוואָרן צו הערן אַז פרידמאַן געפינט זיך אין זייער געגנט, האָט דערציילט זאב ברענער, דער פּרעזידענט און עקזעקוטיוו-פּראָדוצירער פון דעם ''טאָלקליין קאָמוניקיישאָן נעטוואָרק'', אַ אידישע ראַדיאָ און טעלעוויזיע קוואַל.

ברענער האָט געזאָגט אַז ''ס'איז עפּעס פאַלש דאָרט, וואָס דאַרף ווערן אַדרעסירט, און די אולטראַ-אָרטאָדאָקסן דאַרפן דאָס באַהאַנדלען. די נטורי-קרתא טרעפט שוץ אין דער אָרטאָדאָקסישער קהילה, און די קהילה האָט זיך געזוימט מיטן אָנערקענען וואָס זיי פּרעזענטירן.''

וואָס ברענער ווייסט אפשר נישט איז אַז נטורי-קרתא איז אַ נישטיקע מינדערהייט, אַ הייפל משוגעים, אָנגעטאָן ''באיצטלא דרבנן'', וואָס האָבן נישט קיין אָרט צווישן דעם פרומען אידנטום. זיי ווערן פאַרהאַסט און אויסגעשפּיגן ביים רוב פון די חרדישע קרייזן, איינשליסנדיק די מערסטע טיילן פון דער שאַרפער אַנטי-ציוניסטישער קהילה פון סאַטמאַר, און אַ כל-שכן פון אַלע אַנדערע חסידישע און ליטווישע קהילות. די מערסטע פרומע אידן שטיצן נישט די פּאַסקודנע מעשים פון די דאָזיקע אידישע איסלאַמיסטן.

.
Posted on January 17, 2007



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2007 23:32 לינק ישיר 

http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=2868



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זיי ווערן פאַרהאַסט און אויסגעשפּיגן ביים רוב פון די חרדישע קרייזן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext