82 זאלי גנבים לאזן נישט נאך
די זאלי גנבים וואס האבן גע'גנב'ט די מוסדות הק' אין ווילי פון אונז, און זענען מסרבים לדין פון גיין צו דין תורה, שיקן כסדר בריוון מיט שטערענגע ווארנוגען אז מען וועט רח"ל פארשניטען ווערן פון אלע וועלטן אז מען באצאלט נישט פאר זיי די באלאנס פון די שכר לימוד וואס מען איז שולדיג.
א נייע בריוו איז די וואך אנגעקומען ווי זיי שרייבן "אז הירא דבר ה' וועט טאן וואס יושר פארלאנגט צו באצאלען די חוב וואס איז א חיוב גמור זיי צו באצאלען".
די גנבים פארשטייען נישט אז הירא דבר ה' דארף גיין צו דין תורה, און אז מען טאר זיי נישט געבן קיין פעני, און ווער עס שטיצט די גנבים און רויבערס האט א חלק און זייער גניבה און השתמטות לדין!
און אז הירא דבר ה' ניצט נישט הקדש געלט פאר טעראריסטישע צוועקן, און נישט אויסצוהאלטען ר' זלמן און זיינע בנים, און אויך נישט פאר קארטס כדי נישט צו גיין צו גיין דין תורה.
די דייני דקהלתינו הק' שליט"א האבן שוין לאנג גע'פסק'נט אז מען טאר זיי נישט באצאלען די חוב, ווילאנג זיי שטעלן זיך נישט צו קיין דין תורה.
|
|