געלונגענע בריוון אין אלגעמיינער ענטפערן אפ זאלי שקרים
צוויי געלונגענע בריוון אין אלגעמיינער ענטפערן אפ די נארישע ארטיקל וואס די זאליס האבן אריינגעשיקט פאריגע וואך:
דער אמת וועגן סאַטמאַר
חשובער רעדאַקטאָר:
לייענענדיק פאָריקע וואָך אין ''אַלגעמיינעם זשורנאַל'' אַן אַרטיקל פון משה גראָס וועגן דעם סאַטמאַרער רבי'ן, כ''ק אדמו''ר ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט''א, ווי אַזוי ''ער'' האָט שטיל געמאַכט די מחלוקת אין סאַטמאַר און אַזוי ווייטער, וואונדערט מיך זייער צו לייענען ''אַ לאַנגס און אַ ברייטס'' מיט אַזוי ווייניק אמת, און וואָס איז אַזוי ווייט פון דער ווירקלעכקייט.
איך וויל נישט אַריינגיין אין די איינצלהייטן, ווייל עס איז אַ טעמע וואָס קען נישט באַהאַנדלט ווערן אין אַ פּשוטן ''אי-מעיל''. איר מעגט אָבער וויסן, אַז ווען מ'לייגט אַריין ''מטעמים'' איבער אַ טעמע, איז כדאי צו פאָרשן אַביסל די אמתדיקע פּרטים איידער מען פאַרעפנטלעכט עס, און זיך מער אַריינלייגן צו דערגיין די טרוקענע פאַקטן. אַז נישט, קוקט מען אויס ווי אַ ''גוי וואָס לערנט ברטנורא''.
פאַקט נומער איינס: די חסידים פון סאַטמאַרער רבי'ן ר' זלמן לייב שליט''א זיינען נאָך אַלץ אויפן אינטערנעט דאָ און דאָרט, און שרייבן צוזאַמען כלערליי שקרים און רכילות אויפן צווייטן צד. נאָר וועגן דעם ''שיינעם איד'' האָבן זיי אויפגעלעזט דעם אָפיציעלן פאָרום, אָבער די מערסטע שרייבער שרייבן ווייטער מיט נייע ''ניקס'' אין די ''שכנותדיקע'' פאָרומס.
אַ ראיה איז, אַז אין זייער אָפיציעלער צייטונג ''דער איד'' זיינען פאַראַן שרייבער, וואָס שרייבן און העצן דירעקט און אומדירעקט מיט די שענדלעכסטע לשונות של גנאי קעגן דעם אַנדערן רבי'ן, זיין עלטערער ברודער, כ''ק אדמו''ר ר' אהרן טייטלבוים שליט''א. והא ראיה, אין זייער תלמוד תורה רעדן די מלמדים צו די קינדער זייער מיאוס קעגן די חסידים און קינדער פונעם צד שכנגד, און דאָרט געפינט ער נישט פאַר וויכטיק עס אָפּצושטעלן.
פּונקט נומער צוויי: כ''ק אדמו''ר ר' זלמן לייב שליט''א האָט זיך אָפיציעל באַזעצט אין הויז פון זיין פאָטער, כ''ק אדמו''ר ר' משה זצ''ל הרינו כפּרת משכבו, און האָט געירשנט זיין פאָטערס אַלע חפצים, ווי למשל, תפילין, ספרים, און נאָך. דערמיט איגנאָרירט ער גרויסע שאלות אין הלכות ירושה. באַזונדערס איז עס אַ גרויסע שאלה צי מ'מעג מאַכן אַ ברכה ווען מען צינדט חנוכה-ליכט אין אַ גע'גנב'עטער מנורה, אָדער קידוש אין אַ גע'גנב'עטן בעכער. על כל פּנים, איר רעדט גאָרנישט פון דער גרויסער גניבה און גזילה, וואָס לכל הדעות אַז דער עלטערער ברודער האָט רעכטן פאַרן טאַטנ'ס חפצים, צי ער איז יאָ אָדער נישט באַליבט. אפילו אויב ר' אהרן שליט''א איז נישט דער ''רבי'', איז ער דאָך אַ זון.
איז ווייטער אַ חידוש, אַז אַזאַ גרויסער ''שלום-זוכער'', ווי איר באַצייכנט רבי זלמן לייב שליט''א, איז גאָר חשוד חלילה אויף הלכות גניבה ווען עס קומט צו אייגענע אינטערעסן. היתכן איר שרייבט גאָרנישט, אַז רבי זלמן לייב שליט''א איז חשוד אַז ער דאַוונט אין געגנבעטע תפילין, ער זיצט אין אַ געגנבעט הויז און פירט טיש אויף אַ געגנבעט בענקל.
און פאַקט נומער דריי, וועל איך אייך מגלה-סוד זיין די איין-איינציקע סיבה פאַרוואָס ר' זלמן לייב שליט''א האָט אַזוי פאַרפירט קעגן דעם אינטערנעט ''סייט'' מיטן נאָמען ''הייד פּאַרק''. דאָס איז אויסדריקלעך דערפאַר, ווייל דאָרט האָבן זיינע שונאים געפונען אַן אָרט וואו אים צו באַשמוצן. בקיצור, ער און זיינע חסידים האָבן עס געעפנט מיט איין-איינציקער כוונה, צו טרעטן אויפן צד שכנגד, אָבער אַרויסגעשטעלט האָט זיך, אַז ער איז דאָרט געוואָרן באַשמוצט לעיני השמש אויף גאָר אַ מיאוסן אופן. ווי יעדער ווייסט, איז ער נישט דער גרעסטער תלמיד חכם, און דאָרט האָט מען אַלעס אויסגעליפערט קעגן אים, און צוליב דעם האָט ער נישט געהאַט קיין ברירה, נאָר זיך צו בעטן צו זיינע חסידים, ''הערט אויף, ווייל עס ווערט נתגלה קלוני ברבים''.
אַלזאָ, וויל איך נאָר קלאָר מאַכן, איידער איר מאַכט אַ צימעס מיט אַ קלינגענדיקן ''קעפּל'' אויף דער ערשטער זייט פון ''אַלגעמיינעם זשורנאַל'', איבער דעם כלומרשטן גרויסן ''קרעדיט'' וואָס ער פאַרדינט פאַר ''איינשטילן די מחלוקת אין סאַטמאַר'', איז דער ענין ווייט נישט ווי איר שטעלט עס אַהער.
ביטע נישט צו פאַרעפנטלעכן מיין נאָמען פאַרן ציבור, ווייל איך האָב מורא. איך האָב נאָר געוואָלט מעורר זיין אַיבער אַן ענין וואָס איך בין גראַדע באַקאַנט דערין.
אַ לייענער פון ''אַלגעמיינעם זשורנאַל''
(זיין נאָמען איז אין רעדאַקציע).
***
דעם אמת וועגן רבי זלמן לייב'ס ראָלע אין די אינטערנעץ-שלאַכטן
חשוב'ער רעדאַקטאָר:
איך האָב אין פאָריקן נומער געלייענט מיט אינטערעס ווי משה גראָס דערקלערט אז כ''ק אדמו''ר רבי זלמן לייב טייטעלבוים שליט''א האָט ''מינימיזירט די קריגעריי אין סאַטמאַר''. דער אַרטיקל דערציילט, אַז רבי זלמן לייב האָט דירעקטירט זיינע נאָכפאָלגערס צו פאַרמאַכן אַ געוויסן אינטערנעט-פאָרום, אויף וועלכן די פּרטים פון דער סאַטמאַרער מחלוקה זענען אויסגעשמועסט געווארן.
מיר קומט פאָר, אַז אַ קליינע אויסבעסערונג איז נויטיק. די מעשה דאָ איז געווען, אַז רבי זלמן לייב'ס נאָכפאָלגערס זענען אייגנטלעך געווען די וואָס האָבן אינציאַטירט דעם געדאַנק פון אַריבערפירן די מחלוקה אין ''סייבער-ספּעיס''. לשון-הרע'לעך זענען דאָרט אויסגעשמועסט געוואָרן פון פריער; האָבן אָבער די ''הויכע פענסטערס'' פון יענעם לאַגער באַצאָלט מענטשן צו פאַרטיידיקן זייער צד און פאַרשפּרייטן געשיכטעס דורך דעם נעמלעכן פאָרום.
פאַרשפּאַרט האָט זיך דער פאָרום ווען די פּראָבלעם פון באַשמוצן מענטשן איז אַרויס פון קאָנטראָל, און מענטשן האָבן אָנגעהויבן זוכן דעם שולדיקן. די סיסטעמאַטישקייט, פּראָפעסיאָנאַליזם, און כסדר'דיקע ''אינעווייניקסטע'' ידיעות האָבן קלאָר געוויזן דער פאָרום וואָס איז געגרינדעט געוואָרן פון רבי זלמן לייב'ס צד איז אַן אָפיציעלער ענין, געשטיצט פון גאַנץ אויבן.
איך וויל נישט אַוועקנעמען קרעדיט פון דעם רבי'ן. אָנערקענען אַן עוולה און זי פאַרריכטן איז זיכער אַ לייטישער אַקט און אַן אָנזאָג אויף אחריות. אָבער אַ ישר כוח קומט אים ליבערשט פאַרן מתקן זיין דעם קלקול ווי איידער פאַר ''מינימיזירן די קריגעריי''.
דאָס זעלבע וואָס נוגע די בילדער. רבי זלמן האָט ביז דער מחלוקה האָט אָנגעהויבן אויפקומען געוואוינט אין באָראָ פּאַרק און געהאַט אַ רעפּוטאַציע ווי אַ מער ''מאָדערנער'', ''באָראָ פּאַרקער'' בעצם. דערפאַר האָבן די נאָענטע מענטשן זיינע פאַרשטאַנען אַלס אַ גוטע מאַנעוורע פאַר אים זיך דווקא צו אויסדריקן קעגן דער בילדער-דערשיינונג - הגם אין סאַטמאַר וואָלט עס געדאַרפט זיין אַ זעלבספאַרשטענדלעכע זאַך.
מיט דרך ארץ,
שמואל סאַפּיר
ברוקלין, ניו יאָרק
_________________
כאפטס אריין א וואדקע
|