זאליס דאנקן רבוש"ע - גנב געכאפט!
אין אלע זאלי צענטערן האט מען די וואך געפראוועט געהויבענע קידושים נאך דעם ווען עס איז צושפרייט געווארן די בשורה טובה אז א האלבע פארן זמן שב"ק האט מען געכאפט דעם גנב וואס האט זיך אריין געבראכן אינעם געגנבטן הויז פון ר' זלמן.
פרייטאג נאכמיטאג א האלבע שעה פארן זמן פלוצלונג הערט מען אויף ראסס סט. כאפץ אים אין מען זעהט ווי מענשטן לויפן נאך א גוי וואס האט זיך נארוואס אריינגעבראכן אינעם הויז פון ר' זלמן, און לויפט מיט א באקס אין די האנט.
ווער עס האט הענט אין פיס לויפט נאך, שומרים קומט צו פליען פון אלע זייטן, ענדליך לייגט מען א יד אויפן גנב ביי ליע און ראסס סט., מען כאפט אוועק די באקס פון אים און מען אטעמט אפ אז מען האט די גניבה.
די זאליס זענען זיכער וואס קען מען שוין גנב'נען פון ר' זלמן הויז זיכער א באקס דברי תורה... א באקס ספרים....
אבער דאס האבן זיי זיך שוין נישט פארגעשטעלט עס שטייט אפען באקס גרויס און ריזיג dell, א נייעם dell קאמפיאטער פארן ראבינער האט מען געגנבט!
די זאליס דארטן האבן איינגעפאקט פאר בושות און זיך געזאגט איינעם פארן צווייטען א שאד מען האט דעם גוי געכאפט נאך דערצו אזוי ברבים כחום היום, ווען ער אנטלויפט דערמיט און מען לויפט אים נישט נאך איז די בושות כאטשיג נישט דא.
יעצט איז א שמחה רבה ביי ר' זלמן נאך דעם וואס מען האט געראטעוועט זיין הייליגע קאמפיאטער, און וועט דאס קענען ניצן, און טאקע ליינען דא אויף הייד פארק!
מיר אלע הייד פארק ליינערס זאגן דא פאר אונזער חשובער גולש און מעמבער ר' זלמן, מיר טוען אויך דאנקן און לויבן אז מען האט געכאפט דעם גנב!
הגונב מן הגנב!
 |
|
|