נידערמאן באשטעטיגט קענט עוו. זוהמה!
עס איז נישט דא קיין ווערטער דעראויף, פון די נידערטרעכטיקייט וואס א איד קען טאן קעגען א גאנצע שטאט פון אידן!
ווי יעדער זעהט גייט פאר שוין איבער א יאר צייט אויף קענט עוו. קאנסטראקשען מען פארדרייט דארט די גאסן און מען ארבעט, דער עולם גולם האט געמייינט אז פשוט מען מאכט איבער די גאס און מען לייגט נייע קוילן און פארטיג.
לעצטענס איז די געדולט פונעם עולם וואס וואוינט דארט אין די געגענט געפלאצט, נאכדעם וואס מען ארבעט דארט שוין איבער א יאר און מען ווערט נישט פארטיג, די לעצטע וואכן האבן זיי ארויף געלייגט סיינס נאו פארקינג עני טיים אויף גאנץ קענט עוו., מען קען שוין נישט מער קיינמאל נישט פארקן צופרי ביינאכט אויף קענט עוו.
עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אינעם ענין זענען זיי געוואור געווארן אז משה דוד נידערמאן האט שוין פאר צוויי יאר צוריק באשטעטיגט "בשם די ווילי איינוואונערס" די קענט זוהמה ארבעט!
אזוי ווי נידערמאן איז א שותף לדבר עבירה אין די שפר בנינים און מאכט דארט אסאך געלט, אין זיי האבן אויך ערלעדיגט אז א שוף פארט דארטן יעדן טאג קיין מנהעטען, און די שיף קא באצאלט געלט פאר די שפר בעל בתים נידערמאן ושותפיו, האבן זיי ערלעדיגט אז מען גייט מאכן קענט עוו. א לעין פאר בייקס און אויך ברייטע סייט וואקס ווי די זוהמה ערלים זאלן קענען שפאצירן מיט די הינטן, ביז די שפר שיף.
און צוליב דעם וועט מען מער קיינמאל נישט קענען מער פארקן אויף קענט עוו. עס בלייבט א נאו פארקונג זאן לעולמי עד, און נידערמאן וועט קענען ווייטער שארן געלט!
די ווילי יהדות החרדית גרייט זיך יעצט אויף א שווערע מערכה כבידה דערקעגן.
הכונו למערכה אדירה!
 |
|
|