בית פורומים כל העולם כולו

הרבנית שפיץ טראסקעט ארויס קידושא רבא'ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/1/2007 00:11 לינק ישיר 
הרבנית שפיץ טראסקעט ארויס קידושא רבא'ס

די חשובע רביצין חיה שרה שפיץ, וואס איז באקאנט מיט איר גוטסקייט און איידלקייט איבער דער גארער וועלט
האט דעם ערב שבת קודש געהייסן פאר אירע שלעגער, אנצוכאפן דעם גאנצען קידוש וואס דער בירך משה מיענקיס גרייט אן, פאר יעדן שבת קודש בייטאג קידושא רבא (לייען טעימא קלה) און דעם גאנצן קידוש, אלע קעיק, הערינג, שאוועלעך, טשאלענט, קושקע מיט קוגעלעך מיט די  טעפ האט מען אריינגעטראסקעט אין גארבעדזש

די צדיקת הרבנית שפיץ האט גלייכצייטיג געווארענט איר שוואגער דעם בירך משה רבי, אז אויב וועט מען אריינברענגען קידוש שבת, וועט מען טוישן אלע שלעסער, און מ'וועט זיי מער נישט אריינלאזן.

דעם טעם האט זי געזאגט, איז נישט חלילה צוליב שלעכקייט... נישט ווייל עס איז א באמישע זאך. נישט ווייל ס'איז א שטיק פרעס, נאר ווייל עס שטערט פאר די אלטע רביצין, מרת פעסיל לאה שתליט"א... (ביטע לאכט נישט)...

די צעשסאסענע יענקי קאמפאני / זאליס, זענען היפש דערביטערט - אבער טאן דערצו, קענען זיי נישט קיין סאך.

דא איז די בירך משה טאוועלע אראפגעבראכן געווארן, דא דערנידערט מען זיי געפערליך ביי די זאלי קאמפאני, און  יעצט האט מען שוין קיין קידוש אויך נישט...

געוואלד ! וויפיל איז דער שיעור !



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הרבנית שפיץ טראסקעט ארויס קידושא רבא'ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext