מחאה קעגן "סקול דיסטריקט" בביהמ"ד הגדול דקיט"ל בקר"י
א העכסט אינטערסאנטע מחאה קעגן דעים פובליק "סקול דיסטריקט" אין מאנראו, איז פארגעקומען די וואך שבת אין גרויסן בית המדרש פון קהל "יטב לב" אין קרית יואל, ווען עמיצער האט זיך אויפגעשטעלט און אויסגעשריגען אז די פאבליק סקול איז אסור, און איז גלייך אנטרינען פון ארט, אדער מען האט אים ארויסגעפירט פון דארט.
ער איז א נערוון קראנקער מענטש, א געוועזענער איידים ביי מאיר יודל טענענבוים. ער דרייט זיך ארום מיט א טלית און האלט דרשות. פאריגע וואך האט ער זיך אויפגעשטעלט ביי זיין שווער'ס שול און געמאכט קולות אז מאיר יודל האט צוגענומען פון אים זיין ווייב.
די וואך איז ער געקומען אין גרויסן בית המדרש און ארויף אויפ'ן באלעמער מיט א טלית, און אויסגעקלאפט אויפ'ן באלעמער אינמיטן שטילע שמו"ע פון מנחה, אבער נאך פאר ער האט געקענט זאגן א ווארט האט אים אברהם יושע שמש געגעבן א כאפ ביים קארג און ארויסגעפירט אינדרויסן, וואו אן אמבולאנס האט אים אפגעווארט און מען האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל.
אויפ'ן וועג אין שפיטאל האט ער פארציילט אז ער האט געוואלט מוחה זיין קעגן דעם סקול דיסטריקט און אז ער פאסט שוין צוויי טעג זיך צוגרייטנדיג צו דעם הייליגן מאמענט.
_________________
נשלח ב-29/1/2007 01:56
אויב דאס איז די גאנצע וואס די ווייסט וועל איך צולייגן אביסל פרטים.
א איד וואס ליידט נעבעך אויף די נערווען, א איידעם ביי הרב מי"ט פון בני יואל וואס האט זיך סעפערעיטעט לעטצטענס, איז ארויף אויפן באלעמער ביי די שטילע שמו"ע פון מנחה אנגעטון מיט א טלית (וואס דאס טוט ער אן יעדע וואך פרייטיג צונאכטס זייט זיין ערשטע נערוון בראך) און אנגעהויבן צו קלאפן אויפן באלעמער מען האט אים שטיל געמאכט פאר ער האט אויסגעפירט עפעס (זעהט אויס אז דער TRUEONLY האט רוח הקודש און ווייסט וואס דער האט געוואלט אויסרופן) מען האט אים אראפגענומען פונעם באלעמער, און די הצלה האט אים אריינגענומען אין אמבולאנס, זעהנדיג אז ער איז אן אלטער פאציענט זייערע, האבן זיי געברענגט זיינע נערווען פילן, זיכער געמאכט אז ער נעמט עס איין ביז ער האט זיך בארואיגט.
איך האב נישט געהאלטן ביים דערציילן אלע פרטים ברבים, נעבעך א רחמנות אויפן יונגערמאן מיטן יונג ווייבל. אבער אזוי ווי די זאליס שפירן נישט אז יענעמס בלוט איז עפעס אויב מען קען עס נוצן. שפיר איך אויך נישט קיין פראבלעם דערמיט.
נשלח ב-29/1/2007 02:14
איך געדענק נאך ווען דער נערוון קראנקער י.ק. וואס איז היינט פון וועד הצניעות אין קרית יואל וואס פון ארץ ישראל האט אים די משמרת הצניעות פארטריבן, ער פלעגט אויך מוחה זיין אנקעגן די סקול דיסטריקט ביז דוד ע סגן ראש הקהל האט אים אויפגענומען און בני יואל האט אים אויך געטראסקעט צוליב זיינע מעשה נבלה
נשלח ב-29/1/2007 02:17
דער אשכול דרינגט אריין אין פריוואטע צרות און ליידן פון א איד, מנהלים אראפ דערמיט!!