118 נייטראל 98 ארונים 8 ליידיג 30 האבן נישט גשטימט
נשלח ב-29/1/2007 05:57
נייע ראשי הקהילה אין מאנטריאל:
1) ר' מרדכי קאהן שליט"א 2) ר' שלמה יעקב שפיצער 3) ר' מענדל שווארץ 4) ר' שלום מענדל וואלטער 5) ר' ישראל פרידמאן 6) ר' סיני ראטה 7) ר' חיים שלמה רייך
עלו והצליחו!!!!!!!!!!
נשלח ב-29/1/2007 06:31
דאס מיינט 4 אהרונים
ר' שלמה יעקב שפיצער
ר' ישראל פרידמאן
ר' סיני ראטה
ר' חיים שלמה רייך
צוויי זאליס
ר' מרדכי קאהן
ר' שלום מענדל וואלטער
סתם שונא
ר' מענדל שווארץ
נשלח ב-29/1/2007 06:35
שור, וואס זענען געווען די נעמען אויף די אנדערע ליסטע
_________________
נשלח ב-29/1/2007 06:38
ר' חיים שלמה רייך איז אזא ארוני ווי איך בין א מילכיגער.
נעם דיך עס אריין אין קאפ אריין: אין די קהילה וועט מער נישט געטון ווערן קיין שום זאך וואס זאל קענען צוברעכן די קהילה, ענקערע חלומות זענען פארטיג!!!!!!!!
ווער סוועט רודערן אדער וועלן אונטערברענגען די קהילה, וועט מען קלאר שטעלן אויפן פלאץ, אזויווי מהאט אלעמאל געטון אין יעדע קהילה, און בפרט אין סאטמאר.
קרישקעלך
1) ווען נאך 11 מענטשן וואס האבן געשטימט מיט די נייטראלע ליסט וואלטן ווען געשטימט מיט די אהרונים וואלטן די אהרוים געווינען.
ד.מ. ווען די 4 אהרונים אויף די נייטראלע ליסט אליין וואלטן געשטימט מיט די אהרונים וואלט נאך אויסגעפעלט בלויז 7 מענטשן.
2) אז די אהרונים האבן א שטארקע רוב.
נאר די אהרונים דזשיהאד האבן נישט רוב.
3) די זאליס זענען זיכערע פאלירערס פון זיי האט קיינער נישט גערעדט און נישטמאל א ליסטע האבן זיי געהאט.
4) מרדכי קאהן וואס האט געהאט געלייגט די מיידל שולע אויף זיין נאמען האט עס צוריק געשריבען אויף קהל פאר די וואלן.
5) און צוויי יאר ארום איז דא נאכמאל וואלן.
6) די אהרונים ליסט האט געמיינט אז די קהלה אין מאנטריאל ווערט צוטיילט און די זאליס און אלע שונאים דארפן זיך גיין.
7) די נייטראלע ליסט האט געמיינט אז עס בלייבט אזוי ווי עס איז אין יעדער קען זיין אין די קהלה.
נשלח ב-29/1/2007 06:49
לולא איך וועל מיך נישט ארום טאנען מיט דיר וועגן ר' חיים שלמה רייך די זאגסט דיינס אין יעדער ווייסט און די פאקט איז פארקערט.
אדרבה זאג מיר וואס איז ער א זאלי אדער אהרוני?
איין זאך איז זיכער!
די מיט דיינע זאליס האבן שוין פארלוירען נישט יעצט נאר ווען מען האט געמאכט די ליסטע.
נשלח ב-29/1/2007 06:52
נאך א וויכטיגע זאך איז.
אז אין קרית יואל ווי די שונאים האבן א גרויסע באזע, איז דא וואלן יעדע צוויי יאר אין די אהרונים זענען א שטארקע רוב.
אין וויליאמסבורג זאגן די אהרונים אז זיי זענען א רוב.
נאר די זאליס טוען אלעס אויף די וועלט אז עס זאל קיין וואלן נישט זיין, ווייל אז יא איז ר' זלמן היסטאריע.
נשלח ב-29/1/2007 07:18
שור
פארוואס האבען די זאלונים נישט ארויס געשטעלט א זאלונישע ליסט
עד כדי כך אז זיי מיזען זיך פרייען מיט א אהרונישע ליסט אבי די דזיהאד ארונים זענען נישט אריין געקימען
איז עס דיר נישט א סופרייז אז די דזיהאד ארונים האבען אנגעצוגען כמעט א געווינס ווען א גרויסע חלק פין אהרונים האבען דווקא נישט געוועלט פאר זיי , וייל זיי האלטען אז אזוי וועט זיין מנוחה אין אז ר מרדכי קאהן וועט נישט אויפהערען זיין געלט שטיצע ווי ער האט געסטראשעט.
נשלח ב-29/1/2007 07:33
ווען איך זע ווי פרייליך די ארונים זענען, ביז זיי האבן געמוזט שיקן זייערע אקסן שטויסן אויף היידפארק, ווייס איך פונקטליך ווער סהאט געווינען, און אויך וואו ר' חיים שלמה (וועם איך קען פערזענליך) באלאנגט.
נאר אגב, איך בין גערן גרייט מיט מיין גאנצע הארץ אז מאנטריאל זאל דינען אלס ביישפיל פאר די משוגענע ארונים פון איבעראל, הלואי זאלן איבעראל די נארמאלע ארונים זיך אפטיילן פון די משוגעים, איך גאראנטיר ענק אז ענק וועלן פלוצלונג "געוואר" ווערן אז די זאליס זענען נארמאלע מענטשן מיט וועמען מקען פארהאנדלען. פארשטייט זיך בתנאי אז מרוקט אין די זייט די עקסטרעמע משוגעים.
אפשר וועט עס זיין א גוטע לעסען פאר רעב ארון אליינס אז ער זאל זיך שוין ענדליך אפלאזן פון די יונגע צוהיצטע מענטשן וואס נעמען אים ארום. אויב יא, וועט דאס זיין די גרעסטע געווינס פון די היינט נאכטיגע וואלן!!!!
מיט גרויס שטאלץ און צופרידנהייט טו איך דא באגריסן דעם געווינס פון די סאטמארע ליסטע!
מזל טוב מאנטריאל! מזל טוב סאטמאר!
ווידעראמאל האט מען אונז געוויזן אז אונזערע הייליגע רביס שלאפן נישט אין הימל. זיי מאכן זיכער אז קיין שום חלק פון סאטמאר זאל ח"ו נישט קומען אונטער די שליטה פון די אהרונים.
פארגעסט נישט איין זאך: די יעצטיגע וואלן אין מאנטריאל האט געדארפט זיין די ערשטע טעסט זינט די פטירה פון רבינו זי"ע נישט מער געדאכט, ווער ס'האט דעם עולם. די אהרונים האבן איינגעריסן וועלטן, זיי האבן פארפירט און געלארעמט. מען האט גענוצט טאטעס און שווערס, ברודערס און שוועסטערס וואס וואוינען אין אנדערע פלעצער אויף די וועלט, צו בעטן און ווארענען זייערע קרובים אין מאנטריאל אז מען זאל וואוטן פאר די אהרונישע ליסט. אויך האבן זיי גענוצט אלע סארט טעראר שטיקלעך צו אפהאלטן סאטמארע חסידים פון קומען שטימען.
אבער ב"ה אז די סטרא אחרא האט פארלוירן. די אהרונים האבן פארלוירן די ערשטע און קריטישע טעסט! די ערשטע וואלן וועלכע האבן געדארפט ווייזן ווער ס'האט דעם עולם.
לויט דעם קומט אויס אז ס'איז נישטא קיין זאליס אויף די וועלט, נאר אהרונים און מעסיגע אהרונים...
תוקן על ידי אידעלע ב- 29/01/2007 8:57:24
נשלח ב-29/1/2007 13:51
אוודאי איז דא זאליס דארט נאר נישט געניג אפילו צי האבען א אייגענע ליסט
ווען עס וואלט געווען א ליסט פין אהרונים אין זאלונים וואלט די רעזאלט געווען
בערך אזוי
אהרונים 140
זאלונים 80
מען געדענקט נאך די וואלען פין עטליכע יאר צירוק ווי די אהרונים האבען געווינען ביג טיים ווי מען האט נישט מפרסם געווען די רעזאלטאטען למען השלום
דאס וואס די שרייבסט אז "מען האט גענוצט טאטעס און שווערס, ברודערס און שוועסטערס וואס וואוינען אין אנדערע פלעצער אויף די וועלט, צו בעטן און ווארענען זייערע קרובים אין מאנטריאל אז מען זאל וואוטן פאר די אהרונישע ליסט. אויך האבן זיי גענוצט אלע סארט טעראר שטיקלעך צו אפהאלטן סאטמארע חסידים פון קומען שטימען."
האסט פארלוירען אין הער אויף צי וויינען ווי א סאל לאזער אין וויש דיר אפ דיין נאז
נשלח ב-29/1/2007 15:10
לולא. די קענסט חיים שלמה פונקט ווי איך קען דיין עלטער באבעס קאץ
ווייל ער הייסט נישטאמאל חיים שלמה ער הייסט חיים שמואל
ביזדערווייל האב איך נישט געהאט די געלעגענהייט צו פראווען אז די ביסט א שקרן, יעצט האסטו עס מיר געגעבן מיט א גאלדענעם טאץ
נשלח ב-29/1/2007 15:54
ס'איז דא א פשוטע פראבע צו זעהן ווער עס האט געווינען, אויב וועט מנחם ליבערמאן אדער איצי פערלמוטער עולה זיין שבת דאן האבן די אהרונים געווינען, און אויב נישט, דאס מיינט, אויב וועלן די זאלונים זיי שטערן און נישט לאזן עולה זיין דאן האבן די זאלונים געווינען, כפי ידיעתי איז דאס געווען די איינציגע אישוי ביי די וואלן.
נשלח ב-29/1/2007 19:32
היינט צופרי ווען העסקן החשוב ר' מנחם ליבערמאן ני"ו האט עולה געווען לתורה אינעם גרויסען ביהמ"ד, האט דער צוהיצטער משה פריעדמאן אים אנגעהויבען צו באשרייען מיט יאמערליכע קולות, גלייך איז די ציבור אים באפאלען און ארויסגעפירט משה פריעדמאן פון ביהמ"ד מיט בזיונות.
דערנאך איז ר' מרדכי קאהן צוגעגאנגען צו משה פריעדמאן און אים געזאגט די האסט נישט וואס צו שרייען דא, די ביסט מער נישט אין קהל, און די קענסט נישט שרייען אויף ר' מנחם, ער האט קלאר געוויזען אז ער פארטרעט כאטשיג האלב פונעם ציבור, און אונז דארף מיר זיך צושטעלען צו אים, אז די ווילסט עפעס זאלסטו ארויף קומען צו קהל, די זאלסט נשיט טאן קיין אייגענע אקציעס.