| נשלח ב-29/1/2007 18:29 |
|
| |
ריקאלל אויף "בודק" סטראבעריס
התאחדות הרבנים האט ארויסגעגעבן פאר שבת א כשרות אלערט און א ריקאלל, אויף פראוזן סטראבעריס פון די פירמע "בודק", ווייל עס איז געפינען געווארן דערין ווערים.
זיי גיבן אויך אן א קאוד נומער אין וועלכע ס'איז געפינען געווארן די שרצים, וואס איך ווייס נישט, און ס'איז מיר נישט אינטערעסאנט צו וויסן פונקטליך אויף וועלכע קאוד נומער דאס איז, ווייל ווי ווייט איך האב אינפארמאציע, ווערט אלע סטראבעריס געמאכט און געוואשן אויפ'ן זעלבן שטייגער מיט דעם זעלבן סיסטעם, דעריבער איז לכאורה אלעס ווי איינס און דאס זעלבע, דער ריקאלל איז נאר אויף די לאט נומער אין וועלכן מ'האט געטראפן די שרצים, אבער דאס דייט לכאורה אן אויף אלע בודק סטראבעריס.
אויב האט איינער קלארערע ידיעות אז איך האב א טעות אין דעם, זאל ביטע דא שרייבן, אדער צו מיר אין אישית.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 19:23 |
|
| |
און אז מ'רעדט שוין פון סטראבעריס, וועל איך שוין אינאיינוועגס אויפברענגען די "בראקאלי", וואס מ'האט דארט אויך געטראפן שרצים, נאר התאחדות הרבנים האט זיך נישט איבערצייגט דערין, האבן זיי נאכנישט געדרוקט קיין ריקאל נאר אויף איין לאט און קאוד נומער.
דערווייל איז געווען עטליכע צוזאמענטרעפן פון רבנים און עקספערטן, וועלכע האבן בודק געווען און געפינען שרצים אין בראקאלי פון עדן און בודק, דער בעל מכשיר פון "עדן" הגה"צ מנירבאטור שליט"א האט ארויסגעגעבן א שטילע ריקאל אויף "אלע" עדן בראקאלי, און די התאחדות וואס זענען די מכשירים אויף "בודק" האבן געמאכט א שטילן ריקאל "בלויז" אויף איין קאוד נומער.
על כן, איינער וואס וויל זיין רואיג אז ער פאקט זיך נישט אן מיט שקצים ורמשים, זאל שטיין אוועק פון אלע בראקאלי צוגלייך, אזוי וועט ער מיט די הילף פון השי"ת ניצול ווערן פון ווערים סיי מיט השגחה, און סיי ווערים אן השגחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 19:59 |
|
| |
ROCKLAND
איך וויס נישט ואס סאיז דיין אג'ענדע
1) בודק האט א הכשר פון הרב גיזינגער פון לעיקוואד. נישט פון באטורער, איך קען איהם נישט פערזענליך אבער ער האט א חזקת כשרות. און איןם אומן מרעה לאומנתיה, מען האט איהן שוין צענדלגע מאהל נאכגעקוקט.
2) איך פארלאז מיך נישט אויף התאחדות אפילו אויך א ביעתא בכותחא, ק"ו אויף תולעים. על פי הלכה האבן זיי שוין לאנג צוריק פארלוירן זייער חזקת כשרות.
3) דער פראבלעם מיט בראקאלי איז געוועהן פאר פיהר(!) יאהר צוריק, די סחורה איז שוין לאנג אראפ פון מארק. דער דעיט איז שוין עקספייערט צוויי יאהר
4) דער פראבלעם מיט די סטראבעריס יעצט איז נישט קיין דברי הכול, סאיז נישט קיין נראה לעין און לויט כמה פוסקים וגם בתוכם האיגרות משה איז נישטא קיין שום חשש, פון דעסטוועגן דאך האבן זיי עס צוריק גערופן, RECALLED ובעל נפש יחמיר לעצמו
5) עס איז פונקט אזא איסור לאסור את המותר ווי להתיר את האסור, עס קומט נאךצו איין ארור מכה רעהו בסתר.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 21:27 |
|
| |
דאס אז יעדע זאך האט ווערים איז א נייע זאך?
אין די צייטען פון די פריערדיגע פוסקים איז דאס נישט געווען?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 21:36 |
|
| |
איך פארצייל דא א פאקט משעה שהי', אז מ'האט געטראפן שרצים אין די סטראבעריס און אויך אין די בראקאלי, אויף דעם זענען עדות פיל רבנים און כשרות פערזענליכקייטן פון פארשידענע קרייזן וואס זענען אנוועזנד געווען ביי די בדיקות.
מען האט געטראפן אסאך שרצים אין בודק בראקאלי (יא, מיט די השגחה פון הרב גיסינגער) וואס בודק טענה'ט אז די בראקאלי איז שוין באלד דריי יאר אלט (נישט פיר), און מ'האט ליידער אויך געפינען גענוג שרצים אין אסאך פעקלעך בראקאלי וואס איז ווייניגער ווי א יאר אלט.
דו קענסט מפלפל זיין מיט ק"ן טעמים, אבער דאס איז דער מציאות וואס מ'האט פאקטיש געפונען.
אויב זאגסטו אז מ'האט אים נאכגעקוקט יארן, איך ווייס נישט ווער ס'האט וועם נאכגעקוקט, הלוואי זאלן זיין אזעלכע וואס גייען נאך און גיבן אכטונג איבער קאמפאניס, איבער זייער כשרות און די מכשירים, אויב וואלט געווען אזאנס, וואלט אונזער מצב הכשרות בעסער אויסגעקוקט.
און ס'איז וויכטיג צו צוגעבן, אז לפי דבריך, אז די בראקאלי איז שוין פיר (דריי) יאר אלט, וויאזוי איז דאס דורך דריי פיר יאר, אן קיין שום מודעה, ריקאל, אדער כשרות אלערט פון דעם געוואלדיגן בעל מכשיר וואס מ'קוקט אים אזוי נאך?
דריי יאר פארקויפט זיך שוין די ווערעמדיגע סחורה, און קיין ווארט האט מען פון קיינעם נישט געהערט, הערשט יעצט ווען חשוב'ע רבנים האבן זיך צונויפגענומען צו פארבעסערן כשרות און געמאכט בדיקות, האבן זיי געפונען שרצים וואס כלל ישראל עסט שוין דריי יאר רח"ל (לויט דיר עסט מען שוין די ווערים פיר יאר) מיט די חשוב'ע השגחות אינאיינעם, און קיינער האט קיין ווארט ביז יעצט נישט געזאגט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2007 00:01 |
|
| |
ראקלענד
דו דרייסט אויס פאקטן
מען האט געטראפען אין די בראקאלי פאר דריי יאהר און אראפ גענומען פון שעלף
לויט ווי איך פארשטיי, בשעת מען האט געטראפן איז עס שוין געוועהן נאך דעם דעיט
די אנדערע "מכשירים" וויללן זיך ריינוואשן פון זייערע טאג טעגליכע סקאנדאלן ווילן זיי זאגן אז בודק האט אויך
אויף סטראבעריס איז נישט זיכער אז סאיז תולעים, סנישט נראה לעין און אגרות משה איז מתיר. פון דעסטוועגן דאך האבן זיי עס ריקאלט.
ווער האט געטראפן יעצט תולעים אויף די בראקאלי?
זאג מיר נישט התאחדות. זיי האבן פארלורין זייער חזקת כשרות און זענען ביי מיר נישט נאמן אפילו אויף א ביעתא בכותחא
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2007 00:41 |
|
| |
איך דריי נישט קיין פאקטן, און דו דרייסט אויך נישט קיין פאקטן, נאר דו ווייסט סתם נישט וואס דו רעדסט.
אויף די בראקאלי האט מען "נישט געטראפן פאר דריי יאר צוריק", מ'האט עס געקויפט אין געשעפט מיט עטליכע וואכן צוריק, און געטראפן די שרצים פאר בלויז עטליכע וואכן צוריק, ווען מ'האט פארגעהאלטן בודק דערויף, האבן זיי געזאגט אז די בראקאלי איז שוין אלט באלד דריי יאר, און זיי האבן עס שוין נישט אין זייער באזיץ פאר באלד צוויי יאר.
דער פאקט איז געווען, אז ס'איז נאך געווען פון יענע לאט נומער אין די געשעפטן אין די פריזערס, און דארט האבן עס געקויפט די רבנים וואס האבן געטוהן די בדיקות, דאס מיינט אז פון דריי יאר צוריק (אויב איז אמת אז ס'איז טאקע פון דריי יאר צוריק), האט זיך פארקויפט די גאנצע צייט פון די ווערעמדיגע סחורה, און קיין ריקאל איז אין די דריי יאר נישט געווען.
אחר הדברים האלה, נאך די געפינסן דעם ווינטער, האט די או.יו. ארויסגעגעבן א ריקאל "בלויז אויף יענע לאט נומער", התאחדות און הרב גיסינגער האבן נישט געמאכט קיין שום ריקאל, זיי האבן זיך מוציא געווען מיט או.יו..
די רבנים און עקספערטן וואס טוען כסדר אין די בדיקות, און מ'גייט נאך אלעס עד הסוף, האבן זיך נישט אפגעשטעלט ביי דעם, נאר ווייטער בודק געווען אנדערע לאט נומערן, און דארט אויך געפינען שרצים, (אזעלכע שרצים וואס די איגרות משה איז נישט מתיר), און דערווייל איז נאך נישטא קיין איין "קול" און נישט קיין "ריקאל".
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2007 05:50 |
|
| |
דעס האט באטשי געשריבען אין א אנדערען אשכול. וועגען די בראקלי
עבד עברי
נלפענ"ד שמעכ"ת הרמה הוא שקרן וכזבן במקצת, ולכה"פ גונב דעת
דעס האט באטשי געשריבעו
די בראקאלי איז שוין נישטא צוויי יאהר אויפן מארק, וואס האבן זיי זיך יעצט דערמאנט
אדער לקיים מה שנאמר "מקץ שנתיים ימים ופרעה חולם"
אדער צו פאר רעדן דעם עולם די ציין פון זייער דורכפאל מיט די MAJESTIC פלוימען.
אויב דו ווילסט פון מיין בראקאלי קוגעל קען איך דיר אימעלען, אבער סנאך צו פריש פאר דיר, סדארף יישון א צוויי יאהר
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2007 05:56 |
|
| |
עבד עברי
אני על משמרתי אעמודה
בודק האט א חזקת כשרות עד שיוודע לך אחרת
און מיינט נישט היידפארק...
איך גיי יעצט מאכען דעם בראקאלי קוגעל
אגוט שבת
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2007 16:05 |
|
| |
|
Bodek Kosher Produce, Inc., Brooklyn, NY |
|
Issue:
|
Product bearing code #3193-ZK9 under OU, CRC, and Rav Shlomo Gissinger's certification is being reviewed for possible levels of insect infestation. Anyone in possession of this product code number is asked to call 212-613-8148, or email at [email protected]. Consumers should also be advised that this product was packed in 2002 and has not been distributed by Bodek to stores within two years. |
rockland
ילמדנו רבנו דו קענסט נישט לעזען קיין ענגליש אהן פינטעלעלך?
דאס האט מען געמאכט אין 2002 היינט האבן מיר 2007
שוין פינף יאהר זייט מען האט דאס פראדוצירט, און צוויי יאהר זייט מען האט דאס פארקויפט פאר די גראסעריס,
דו זאגסט מען האט דאס יענע וואך געקויפט?
אין איך מוז דאס מקבל זיין פאר א פאקט?
און נאך מעהר אז דאס איז א סימן אז זייער חזקה איז נתרע געווארען.?
איך זאג דיר יא וואס איז מן הסתם געשעהן, עמעציר - מחמת טעמים וואס ער אליין ווייסט, האט זיך גענומען נישטערן און זיכען אין בודק פראדוקטן, און דאס אלעס וואס ער האט געטראפן, פון הונדערטער אדער אפשר טויזנטער ראנס (RUNS), לפענ"ד איז דאס א הוכחה ברורה צו זייער קוואליטעט.
לגבי די בראקאלי, ווי אויך די סטראבעריס, זאג איך בנבואה אז דאס וועט סאחדות ושאר הפעיקערס גונז זיין ווי דער צנצנת המן, און ווען סוועט זיך מאכען א פראבלעם מיט זיי, וועלען זיי דאס אפיהר שארן.
MARK MY WORDS
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2007 23:06 |
|
| |
זעט אויס אז דו האסט דא א אגענדא, דו שטעלסט אן א פני תם, פון חזקת כשרות, הרב ברעסלויער האט נישט געהאט קיין חזקת כשרות? פינקל האט נישט געהאט קיין חזקת כשרות? אמאל האבן אלע געהאט חזקת כשרות, ביז מ'האט אונז געלערנט "אויפ'ן שווערן וועג" אז קיינער האט נישט קיין שום חזקה, נאר איינער וואס איז ידוע אז ער איז קראנט און פעסט.
לידיעתך האט הרב גיסינגער שוין לאנג פארלוירן דעם חזקת כשרות.. אפילו ביי דעם יעצטיגן ריקאל האט או.יו. געמאכט דעם אלערט, נישט התאחדות און נישט הרב גיסינגער.
און יעצט ביי די סטראבעריס האט נאר התאחדות געמאכט א אלערט, נישט גיסינגער און נישט או.יו.
די עצם פאקט אז מ'האט געטראפן אין בראקאלי (אפילו אין אלטע סחורה) שרצים, ווייזט דאס אז דער סיסטעם איז באנקראט, זיי האבן נישט דעם פארטל פון פארמיידן שרצים אריינצוקומען אין די בראקאלי, ווייל אויב יא, וואלט אין די סחורה פון "פיר יאר צוריק" אויך נישט געווען קיין ווערים.
די בראקאלי האט נישט געהאט קיין עקספירעישאן דעיט, (די פראוזן וועזשטעבלס האבן נישט קיין עקספירעישאן דעיט) און עס איז געקויפט געווארן אין עטליכע געשעפטן, דאס איז דער לעבעדיגער פאקט.
און איך בין דיר מודיע אז מ'האט אויך באקוקט אין פרישע סחורה מיט פארשידענע אנדערע לאט נומערן, און פון אנדערע זמנים, און ליידער האט מען דארט אויך געטראפן פון די שקצים ורמשים, אין די אנוועזנהייט פון רבנים דיינים ומומחים.
איך הער אז אין איין פאל איז אפילו אנוועזנד געווען איינער פון די מענעזשערס אדער בעלי בתים פון "בודק", און ער האט בעל כרחו געמוזט מודה זיין.
בנוגע די סטראבעריס, האט מען געפינען געהעריגע נראה לעין שרצים אין די צענדליגער, נישט אין איין פעקל, נאר אין עטליכע, און דו קענסט רואיג זיין, אז אויב האט הרב ג. פון התאחדות איינגעוויליגט צו מאכן א ריקאל, איז די פראבלעם געווען גרויס...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2007 23:11 |
|
| |
און אויב גלייב איך נישט אז די סחורה איז פון יאר 02, בין איך א שטיקל אפיקורס? די זאכן האבן נישט געהאט קיין דעיט, מ'קען פארקויפן וואס מ'וויל, מ'קען דאס קיינמאל נישט מברר זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2007 19:13 |
|
| |
ראקלענד
אנשטאטס צו שפילען פינג פאנג אהין און צוריק,
אויב דו ביזט אינטערסירט אינם אמת זיי מוחל און רוף אפ די בודק פירמע זיי זענען זעהר העפליך און גרייט אלעס צו ענטפערן
(718) 377-9454
זיי האבן אויך א וועב זייטל
bodek.com
לאז אינז וויסן צו ביזט קלוגער געווארן דארט
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2007 21:51 |
|
| |
טייערער באטשי היקר.
דו קענסט נישט פארשטיין איין זאך חאטשיג דו פארשטייסט אלעס. אז די בודק קאמפאני מיינט נאר סטריקלי בזינעס. און נישט כשרות. זיי מאכען זייערע פראדוקטן ביי א קאמפאני אין קאליפרניא. און אויך אין נאך א פלאץ. דער משגיח איז א יונגערמאנטשיקעל וואס האט קיינמאל נישט געלערנט דעם פאך פון בדיקת תולעים ביי יעדע פרי לויט וויאזוי עס איז . חוץ דעם איך קען דיך נישט אבער איך גלייב שטארק אז ווען דו(באטשי היקר והחשוב) זעסט וועין דעם יונגערמאן פון קאליפארניע וואס אויף עהם פארלאזט זיך גאנץ כלל ישראל . וואלסטו אויך אויפגעהערט צו עסן.
בפה מלא זאג איך דיר און אלע יודישע קינדער (מער קען איך דיר נישט לעת עתה ערקלערן) (עיין בתשובת רבי שלמה קלוגער בענין השוחט בבארדיטשוב שהאכיל נבילות וטריפות רח"ל ) אז שומר נפשו ירחק מהם ומהמונם. די השגחה איז ווערט ווייניגער וויא א פארפוילטן רעטעך. . מאך אליין אויף א פעקל און גיי צו עני מומחה וועסטו דיך פארעקלען. אז דו וועסט מער נישט קענען קוקען אויף די בודק זאכען סטראבעריס און בראקלי.
נישט די לאט נומבער אדעיר די לאט נומבער. דאס איז דאך די לאט נומבער פון בוד'ק דעס יאר בכלל. פונקט וויא ביי די לאט האט די מאשין וואס וואשט נישט אראפגענומען די ווערעם אזוי נעמם די וואש מאשין נישט אראפ פון די איבריגע לאטס. (טאמער עס איז דא נאך לאטס)
עכ"פ מיר האבען איין זאך זוכה געווען אז די מאכילי נו"ט וואס רופן זיך ליידער מכשירים. האבען שוין עכ"פ מודה במקצת געווען. איך וואלט דיר ארויסגעשריבען ברחל בתך הקטנה וואס זיי אפגעמאכט ביי גארטענ...פון בודק און ווען זיי זענען געווען קוקען און וואספארא מאשינען זיי נוצען צום וואשען. . נאר איינס פון די תקנת הפורום איז א מען טאר נישט באשמוצען רבנים . און די גאס מיינט אז ר"ה וו... איז א רב. . עכ"פ משום מראית עין וויל איך נישט עובר זיין אויף תקנת הפורום.
בפרט איך האב אונטערגעשריבען עלעקטראניקלי פארן מנהל פון היידפארק אז איך האלט נישט באשמוצען קיין רבנים.
אבער ווען עס זאל זיין מעגליך דיר מסביר זיין ווער זיי זענען. וואלטסטו וואס דו ביסט א חכם ממש נישט געקענט גלייבן וואס טייטש מצדיק רשע ומרשיע צדיק. פני הדור כפני הכלב. נישט כפני. נאר ליידער פני הכלב ממש. בילן הייסן זיי בילען וויא הונט אויף יודען יראים ושלימים. וואס זיי קומען נישט צו לקרסוליהם. און באותו רגע טוען זיי וויא פינקעל מאכילין נבילות וטריפות שקצים ורמשים לישראל. ווען איך וואלט נאר געקומען שרייבען אויפן היידפארק וועגען די איינע זאך וואלט שוין כדאי געווען דער גאנצער היידפארק.
נאך מער אפילו די גאנצע ענין פון היידפארק שרייבעריי וואלט נאר באשאפען געווארן. מען זאל קענען מציל זיין יודישע קינדער. סיי פון די רשעים מאכילי נבילות וטריפות אונטער א פארשטעלטן מאנטל פון רבנים מיט פאוער. און סיי פון די רשעים וואס צאפען יודיש בלוט. און הייסן יודען נאכשרייען נאך אנדערע יודען מיני זלזול . מיט א לבוש פון קנאות. בשעת זיי זענען אנגעשטאפט מיט ווערעם און מיט שאר מיני טריפות
וואס אז דער באשעפער וועט מיר געבען כח און געזונט וועל איך נאך מאריך זיין אין דעם ענין און אויפדעקען פאר די וועלט זייער אמתן פרצוף עס איז א סאף טיפער וויא דער עולם מיינט. איך קען דעם ענין פון בודק דורך און דורך. און דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל לא ללמד על עצמו יצא אלא על כל השגחה כולה ועל כל הבי"ד המיוחד יצא ומלאה הארץ דעה את השם.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2007 23:01 |
|
| |
עבדעברי
בודק ארבעט מיט א וואש סיסטעם, משטעלט אהן איינמאהן דעם סיסטעם, און שפעטער דארף מען נישט קיין זיין קיין גרויסער מומחה צו זעהן אויב אלץ קלאפט.
האסט מיך אבער משכנע געוועהן, איך גיי היינט נאכט אי"ה עפענעם א פעקל בראקאלי און זיכען שרצים מיט א פארגרעסערונגס גלאז.
|
|
|
|
|