בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

טשוקאלאד הכשרים? TORINO און SCHMERLING

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/1/2007 19:18 לינק ישיר 
טשוקאלאד הכשרים? TORINO און SCHMERLING

צו ווייסט איינער עפעס אינפארמאציע וועגן דעם בי"ד הגדול פון ציריך, אויף די שמערלינגס טשאקאלאד , לפענ"ד זעהט דאס אויס ווי אזא מין יעקישע או יו.

אויך צו ווייסט איינער פרטים וועגן הרב וועסטהיים? פון TORINO

מיט אשטיק צייט צוריק האט זיך געטוהן מיט קאשערן די מאשינען מיט טשאקאלאד? כהאב נישט מיט געהאלטן, אבער יעצט האב איך געלייענט אז טשאקאלאד האט אין זיך שטארקע געזונט קוואליפיקאציעס. בין איך אויפן מארק.

די ארץ ישראלדיגע טשאקאלאד, זענען מיט צוקער, משא"כ זיי האבען SUGARLESS וואס איך זיך יעצט



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2007 20:43 לינק ישיר 

טייערער באטשי פון די מלכים פון היידפארפארק נ"י.  איך האב שטארק הנאה אז דו אינטערסירסט דיך אין כשרות. פון די טשאקלעט. . איך האב שוין אמאל געשריבען . אז אלע טשאקלעט קאמפאניס סיי די וואס האבען צוויי עקסטערע פייפליינס פאר מילכיג עקסטערע און פאר פארעווע עקסטערע . און אוודאי די וואס האבען נישט.  . קיין שום פלאץ ווערט נישט געכאשערט די פייפס מיט וואסער כהלכה. איך האב שוין אמאל געשריבען דא אין פארק באריכות . און עס איז נישט היתר בהיתר. ווייל מילכיג טשאקלעט אין אמעריקא און אין שווייץ איז חלב עכו"ם . ספק חלב טריפה. וד"ל.
די איינציגע טשאקלעט איז די טשאקלעט פון גליק אין ארץ ישראל מיט די הכשר פון די עדה אדער עלית וכדומה.
אנטשולדיג מיר טייערער ווייל איך שרייב יעצט מוראדיג בחפזון.  טשאקלעט איז זייער געזונט עס האט פארשידענע זאכן . וואס איך וועל דיר אויך זאגען אז טאמער דו ווייסט נאך נישט אהן מיר.
ובל"נ אי"ה אעבור פרשתא דא עוד הפעם. נאר לכבודך הרמה . האב איך געשריבען א פאר שורות בקיצור.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2007 22:10 לינק ישיר 

גאר קראנט האב איך געהערט אז די טשאקלאדע פון שווייץ, אויף וואס הרב ווייסמאנדל גיט אן השגחה, כ'מיין אז ס'הויבט זיך אן די נאמען מיט אן A איז זייער גוט אין כשרות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2007 22:57 לינק ישיר 

עבדעברי

דברים כדרבונות

איך האף אז דו וועסט אונטער בעטן דיינע מאמרים אין מציאות הטשוקאלאד, מיט מראי מקומות,
אזוי ווי דו ברענגסט דיך ראיות צו דיינע תורה'דיגע מימרות.

אינטערסאנט איז אז עלית אין ארץ ישראל האט איין עדה הכשר אויף כמעט אלעס, חוץ  אויף די SUGARLESS האבן זיי נאר איין OUD חלב ישראל. שטעל מיל פאהר סהאט צו טוהן מיט מילך פאודער, פארוואס אבער האבן זיי נישט קיין פארעווע SUGARLESS?

התאחדות

וועלכע פירמע מיינסטו?

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2007 23:01 לינק ישיר 

א שוויצארע פירמא, כ'וועל פרובירן נאכזוכן דעם נאמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2007 23:47 לינק ישיר 

איך בין נאך אלץ מוראידיג פארנומען. אבער לכבוד באטשי ווייל דו ווילסט וויסען וועל איך דיר אונטערבעטן די מציאות הדברים. אבער איך קען עס נישט טון אין פובליק ווייל עס קען פירן צו גילו פארשידענע עניינים . און פארשידענע נעמען. וואס מען טאר נישט טון על פי חוקי הפורום. אפשר וועל איך עס דיר שרייבען באישי. אבער דו וועסט נישט טארן ארויסגעבען די נעמען פון די קאמפאניס מיט זייערע פרעצודער ווייל עס איז קאנפידענטעל עפ"י חוקי יונייטעד סטעיטס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2007 00:50 לינק ישיר 

alprose



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > טשוקאלאד הכשרים? TORINO און SCHMERLING
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext