| נשלח ב-4/2/2007 21:23 |
|
| |
איז סעקשן 8 א גיטע זאך פארן ציבור??
אין א אנדערע פארום דעבאטירט "מקווה איד" וואס עס וועט געשען אויב סעקשן 8 וועט זיך פלוצים סאפען, ער האט דארט דריי אפציעס וואס ער טראכט אז עס קען געשען , אבער די סך הכל לויט אים איז, אז עס וועט געשען א קאטעסראפע
איך וויל זיך קריגען מיט אים, איך האלט, איז אין די קורצע צייט וועט עס טאקע אויסזען ווי עס איז שרעקליך
אבער אויפן לענגערין טערמין, זעט עס אויס איינע פין די בעסטע זאכען וואס עס קען געשען פאר כלל ישראל, ווי לאנג מיר זענענן אין גלות,
די גיטע זאכען וואס עס קען ארויסקימען דערפין, איז פיל מער אין ברייטער, ווי די שלעכטע זייט, עס קען זייער זייער א גרויסע טובה
וואס איז אייער מיינוג????
|
|
|
|
| נשלח ב-4/2/2007 23:00 |
|
| |
מעדיקעיד האט געהויבן פרייזן פון די דאקטוירים פאד סטעמפס האט אויפגעהויבן די פרייזן פון גראסערי סעקשן 8 האט געהויבן די רענט און הייזער ווען מען וואלט ווען געסטאפט מיט די אלע דריי זאכן וואלט עס געווען פאר אזנז די גרעסטער טובה מילא מעדיקעיד און פאד סטעמפס וואס יעדער קען דאס באקומען, נא, א האלבע צרה, אבער סעקשאן 8 וואס נישט יעדעם געלונגט עס צו באקומען, און די וואס פארדינען נישט שיין מיטשען זיך, ווען מען וואלט דאס געקענט סטאפן וואלט עס געווען א טובה פאר יעדעם
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2007 19:43 |
|
| |
מילא סעקשאן 8, אבער וואס האט מעדיקעיד מיט די פרייזען וואס דקטורים נעמען?
אדרבה מעדיקעיד גיט די דאקטורים א קדחת.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2007 20:09 |
|
| |
דער פראגראם הנקרא בלשוננו, דער אכטער, איז שולדיג וואס פילע מאחינו בני ישראל צאלן אזעלכע געשוואלענע פרייזן פאר רענט. אבער עס גלייבט זיך נישט אז עס זאל בטל ווערן אזוי שנעל. העכסטנס, וועלן זיי מאכן שוועריגקייטן און נאכגיין די וואס באקומען דאס, אז אלעס וואס מען געט איין זאל זיין ריכטיג.
עס איז אינטערעסאנט צו הערן פון די מבינים דא מיט וואס עס וועט בעסער זיין פאר כלל ישראל אז עס וועט בטל ווערן דער פראגראם. אויסער אז רענט פרייזן וועלן נישט שטייגן אזוי ווי ביז יעצט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2007 21:54 |
|
| |
Maybe the good deal of it will be, that we're gonna start moving, and this 'gezeira' will start pushing us out side the walls of the ghettos, ...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2007 00:08 |
|
| |
הרב קאפלאן
ליידער איז אינדרויסען פון געטא נישט ביליגער.
פעטער שמואל טיילט דארט אויך זיינע השפעות.
_________________
ציוניסטען מזרחיסטען אגודיסטען
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2007 00:31 |
|
| |
אפשר מיינט ער אזוי וועט מען זיכען אנדערע געגענט ווי סאיז ביליגער ווי יעצט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2007 02:17 |
|
| |
Who ever said, that you have to live forever in your mothers backyard?, whether it's BP, Willi, or Flatbush?
maybe it's time to use our sense, pick ourselves up, and move out to the suburbs, upstate, or to different nearby states..
this mshugaas of sticking to the pot holes, high pollution, honking and constant sounds of sirens peppered with the skyrocketing real estate prices, when you have the option of the opposite for a quarter the price
a goy has no problem to move to new jersey or vermont
what's going on with us?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2007 04:00 |
|
| |
,
עס איז שווער אין די ראמען פין א עפענטליכע פארום אויסצישמיעסן די חסרונות פין דער סעקשן 8, יעדער פארשטייט פארוואס,
איך וועל עס פראבירן מסביר צי זיין בקיצור, תן לחכם ויחכם עוד, עס איז מיר גראדע א חידוש, אז "דיפלעמאט" זאל עס נישט פארשטיין
די מציאות איז, אז רענט פאר א ציגעגענליכע דירה {אדער אפילו א נישט ציגעגענליכע דירה...} קאסט מער וויפיל 95 פראצענט
מענטשן פין אונזער קאמינוטי קען זיך ערלויבען, די זעלבע איז מיט קויפן א דירה, עס שטייט זייער ווייט פין די יכולות פין 95 פראצענט פינעם ציבור
ווען איך שרייב "ציבור" מיין איך אפילו די וואס מאכען א יאר א פערטל מיליאן דאלער, וואס פינאציעל איז ווייט פין אויסגעהאלטן אז זיי זאלן זיך קויפן אכט הינדערט זיבן הינדערט טויזענט דארלארדיגע דירות, בפרט ווען מען נעמט אין חשבון, די טייערע לעבענס סטאנדערט, וואס מיר האבן ב"ה, די גאווערמענט { טעקסעס.} וואס פארגעסט נישט פין די אידן ב"ה, { שרייבענדיג די שירות, האב איך טאקע געהערט אויף די נייעס סטאנציעס, אז אלע דעמאקרטישע ליבעראלע קאנדידאטען, האבן מיט א זעלטענע אחדות, געזאגט, אז זיי גייען העכערן שטייערן פאר די רייכע וואס מאכען העכער צוויי הינדערט טויזענט דאלער א יאר, זיי גייען נישט העכערן, זיי גייען נאר צוריק דרייען בוש'ס שטייער שניטען, שומי שמים!! יסכר פיהם,, אויף אזוינע געדאנקען} אזוי אויך חוץ טעקס, אין אנדערע גרעסערע הוצאות האבן די אלע אידן וואס מאכען גרויס געלט ארום זיך אסאך אסאך מער הוצאות
איז אזוי! דער ארימאן,אפילו דער וואס מאכט א וואך ביז טויזענט דאלער, קען זיך זיכער נישט ערלויבען 2800 א חודש, מארגעטיש/רענט, פאר דער בעל בתישע אינגערמאן איז עס אויך היבש טייט
כולי עלמא מודה, אז אויב עס וואלט נישט געווען קיין סעקשן 8 וואלט עס נישט געקאס אזויפיל, ווייל............ מען וואלט עס נישט "געקענט" באצאלן, עס וואלט נישט געווען בדרך הטבע
דא איז אריינגעקימען די רייכע פעטער, ער האט געגעבן פאר די 40 פראצענט ארמעלייט סעקשן 8
אזוי אז דער בילדער/אינוועסטער זאל קענענן בעטען טייערע פרייזן, ווייל ער האט א גיטע באזע אויף וועם זיך צי רעכענענן,
די אלע וואס נעמען סעקשן 8 האבן נישט קיין שום פראבלעם, פין זייער טאש צאלן זיי נישט מער ווי מאקסימום 1200 א חודש
דער בעל בתישער אינגערמאן האט נישט קיין ברירה, ער מוז זיי נאכטאנצן ווייל די ארמע מיט זייערע סעקשן 8 האלטן אינטער די מארקעט, זיי שטעלן אראפ די טייערע פרייזן, סיי ביים קויפן אין סיי ביי רענט, זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם, העכסטענעס וועט זיך די גאווערמענט אנשטרענגן אין צאלן נאך א הינדערטער רענט א חודש, מיט די טעקס רעטערן וואס קימט אויס לערך פינף זעקס טויזענט דאלער, קאווערן זיי אנדערע עקספענעסעס פין די דירה
משא"כ דער אינגערמאן וואס מאכט פין טויזענט דאלער א וואך אין העכער, ער בליטיגט ביים טעקס רעטערן סיזאן, ווען ער טיט וואס דער אקענטעוט הייסט, ער האט נישט קיין סעקשן 8, ער מוז אבער האבן א דאך איבערן קאפ, מוז ער בעל כרחו, נאך טאנצן דעם ארימאן, אין זיך אויסוועקלן די טאשן פאר די בילדערס/אינוועסטערס
אויב וועט זיך סעקשו 8 סטאפען, וועלן די פרייזן מוזען פאלען, וועט די סטאנדערט ווערן לויט ווי בעלי יכולות קענענן באמת, נישט לויט וויפיל די גאווערמאנט קען אין "יעדער" וועט זיין ציפרידען, נישט נאר די אינוועסטערס/בילדערס
איך האף אז די פארשטייסט
תוקן על ידי trant_lott ב- 06/02/2007 4:04:25
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2007 05:04 |
|
| |
טרענט לאט היקר,
א דאנק פארן אזוי שיין צולייגן די טובה וואס וועט ארויסקומען פאר אלע מיטן אונטערגאנג פונעם אכטער.
דאכט זיך אז איך האב אויך אזוי געשריבן, נאר אין קורצן:
מיט וואס וועט בעסער זיין פאר כלל ישראל אז עס וועט בטל
ווערן דער פראגראם. אויסער אז רענט פרייזן וועלן נישט שטייגן אזוי ווי ביז
יעצט? ע"כ.
וואס איך האב געמיינט ארויסצוברענגען איז, אז מען קען הערן פון אסאך אז אזעלכע פראגראמען מאכן דעם מענטש נישט גיין ארבעטן, און עס לערנט אים אויס צו פוילעצן, ווייל פארוואס זאל ער ארבעטן ווען ער קען באקומען געלט אומזיסט?
עס איז באמת א פראבלעם דער אופן ווי אונזער רעגירונג באהאנדלט די אלע פראגראמען.
עס איז זייער שווער צו נעמען די קוראזש און זיך אפשאקלען פון באקומען אזעלכע פעטע טשעקלעך וואס קומען אן רעגלמעסיג יעדן חודש. און דאס האלט זיכער אפ פילע אידן פון וועלן אריינגיין אליינס אין ביזנעס ווי מען קען פאטענציעל פארדינען פיל מער.
פון דער אנדערער זייט, וויפיל אידן האבן זיך שוין פארשאפט אייגענע קרקע מיט די חודשליכע טשעקלעך?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2007 06:30 |
|
| |
| דיפלאמאט כתב: |  | ,
פון דער אנדערער זייט,וויפיל אידן האבן זיך שוין פארשאפט אייגענע קרקע מיט די חודשליכע טשעקלע?
|
|
דיפעלאמאט איך וועל דיר פרעגן בעסער
וויפיל אידן האט עס שוין אין דער ערד געלייגט???
עס האט שוין אסאך מער אידן חרוב געמאכט, וויפיל אידן עס האט געהאלפן!!
וועגן דעם האלט איך. אז עס וואלט געווען א ישעוה כללית אז עס זאל מער נישט עקזעסטירען
אבער ביי די זאך, גייט אן די תפילה, ולא על ידי יסורים רעים, דהינו איך וויל נישט אז אידן וואס האבן עס יעצט זאל זיי ח"ו עפעס שלעכט געשען, איך וויל אבער אז די סיסטעם זאל פארראכטן ווערן
ווייל דא איז דא נאך א געפערליכע זאך,
אלמלא ווען די וואס האבן דער אכטער, זענענן טאקע ארימער ווי די וואס האבן עס נישט, החרשתי,
אלמלא ווען יעדער וואס איז ווען ארים האט עס ווען, וואלט נאך געווען א מקום דן צי זיין
אבער יעצט, איז טיילמאל די ביטערע מציאות אז די וואס האבן באקימען די אכטער, האבן אסאך מער געלט ווי דער שווערע ארבייט ער פין BֲH וכדומה, רוב כלל ישראך וואס רבייט שווער אין ברענגט אהיים א טשעק פין 700-800 א וואך יענער קען עס שוין נישט האבן, אין די ביטערע מציאות פאשט אין פנים אז די אמת'ע שווערע ארבייטער בליטיגען, אין די אנדערע מאכען א לעבן, אין זיי הייבען די פרייזען פין דירות פאר די ווואס ארבייטען ביטער שווער, הזאת נעמי?? איז דאס יושר??
זאלן כאטש יענע אידן וואס האבן עס דערווישט, עכ"פ נישט קויפן די טייערע דירות, כדי נישט צי הייבען די פרייז!!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2007 15:46 |
|
| |
טרענט לאט, איך מוז דיר געבן 100% גערעכט. איך פלאג מיר שוין יארן מיט דירות, און איך האב נישט דעם אכטן. און ווייניג ווילן וויסן פון מיר... איך קען זיך נישט ערלויבן צו צאלן 2,500 דאלער רענט. ס'איז א פארדינסט פון בערך א חודש....
אויף די זאכן האט דער כהן גדול מתפלל געווען "ואל יכנס לפניך תפלת עוברי דרכים"... אמאל עס איז שווער פאר יחידים, אבער דער ציבור ליידט, דארף מען זיך ליבערשט רעכענען מיטן ציבור. אזוי ווי דו זאגסט, רובא דרובא אידן "ליידן" פון דעם פראגראם.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2007 20:02 |
|
| |
ווען עס קומען ארויס סעקשאן 8 סלאטס קען מען אפילו פאר גרויס געלט נישט טרעפען א דירה.
דער ארימאן שטערט נישט צו צאלען וויפיל עס גייט, ממילא קען דער בעל פרנסה בכלל קיין דירה נישט געפונען.
|
|
|
|
|