דו ביזט טאטאל פון זינען אראפ?
די רבנות הראשית איז גענוג א גרויסע ארגאניזאציע זיך אנצוכאפן סתם אזוי אויף יעדע קלייניגקייט. פאקטיש איז אלע יארן געווען א קלא דלא פסיק אז די בודק פראדוקטן זענען נישט הונדערט פראצענט ריין.
אך און וויי איז אונז אויב אויף יעדע טענה וואס וועט זיין קעגן אונז פון די פרעמדע קרייזן וועט מען זיך נעמען שרייען "ציונים".
דאס געט נישט אויטאמאטיש גערעכט פאר די רבנות, ס'איז פארט אמת אז אסאך מאל ווילן זיי זיך אהערשטעלן ווי די מחמירים און בלאזן אויף חומרות אין די וועלט אריין. אבער מ'מוז קלאר אריינקוקן דערין און הערן דעם ענטפער פון די רבנים המכשירים פון בודק.
|
|