היינטיגע צייטן דארף מען נישט זיין מער ווי א גוטער שוי-שפילער. טאנצן, טיילן קוגל, זאגן שיינע תורה'לעך און בא'טעמ'טע שמועסן, א גוט ווארט דא און דארט, און דאס איז עס.
פארשטייט זיך מען מוז קענען "עפעס" לערנען צו זאגן תורה'לעך, אבער נישט קיין שבת שובה/הגדול דרשות וכדומה. קיינער פארהערט זיי נישט.
א באקאנט ווערטל איז דא: רבי'ס פירן אינדערוואכן א באנק און שבת טיש. דהיינו, רוב רבי'לעך טוען אין ריעל עסטעיט, האבן געלט, סיי פון די קוויטלעך און פון אנדערע דרכים, מ'פארט אויף וואקאציע עטליכע מאל א יאר זיך אפרוען (?) פון די עבודת הקודש (הלואי קען איך פארן כאטש איין מאל א יאר... איך ארבעט "טאקע" שווער).
עס איז שוין שווער היינט צו טרעפן אן אמת'ן ערליכן איד וואס מיינט עכ"פ רובו לשם שמים, עס זענען פארהאן ממש געציילטע, הגם עס זענען פאראן אזעלכע וואס ווילן טאקע אויפטון פאר אידישקייט, כאשט נישט די יראת שמים פלאקערט אין זיי, אבער דאך האבן זיי אן "אמביציע", און דאס איז בעסער ווי גארנישט, אפילו ער מיינט דאס בלויז פאר כבוד אדער אנדערע עניני גשמיים.
|
|