| נשלח ב-16/2/2007 00:46 |
|
| |
בתמימות - נפתלי יוסף מענדלאוויטש
פון המעתיק,
ביים ערשטן מאל הערן סאונד עס אביסל דיפרענט,
ניגון מידת הרחמים דערמאנט מיך for some reason פון מ.ב.ד.'ס אויף מאמינים, כאטש עס ענדעלט אויבן אויף בכלל נישט.
וואס זאגט דער זיידע ?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2007 17:27 |
|
| |
אלזא, דער ניגון לפניו נעבוד געפעלט מיר גאנץ וואויל, ספעציעל דער אינטרא דערפון.
א שטיקל קפידא אדער "האבי" האט דער מענדלאוויטש ווי ס'שיינט, אנצוהייבן א ניגון מיט א הויכן טאן, איך מיין אז געווענליך הייבט זיך אן א ניגון ביי A, אויף דעם אלבוים הייבן זיך אן דריי אדער פיר ניגונים ובתוכם דער אויבן דערמאנטער לפניו נעבוד ביי (דוכט זיך) E, אדער ווי אנדערש דער פאלגענדער קנעפל הייסט.
און צום דריטן, גייט ער אין שפאן מיט יוסף משה כהנא און זיינע נאכפאלגער (אדער אפשר פארפאלגער...) אז יעדער טעיפ ברויך האבן א "ילד הפלא", אנדערש גייט עס גאר נישט, אפשר וואלט טאקע כדאי געווען מ'זאל דא אין עולם הנגינה אראפשטעלן אויף עכשיו ולדורות די יסודות און אייגנשאפטן וואס ס'פאדערט זיך צו באזיצן מ'זאל אריינגיין אין מחנה ה'פלא, און ווי הויך מ'ברויך קענען קוויטשען - אפילו מ'פארלירט אינגאנצן די שטימע דערביי - צו זיין א וואונדער קינד, ווארום אז נישט... וועט דאך קומען יעדער כ'וויל נישט זאגן וואס און ... שוין.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2007 23:04 |
|
| |
קיינער האט נישט וואס צו זאגן דא, נו, ווי ס'שיינט בין איך געווען דער איינציגער צו ספענדן $15,00 דערפאר, נא, ניט געפערליך, קיינמאל ערגער, אבי כ'פיל נישט איינגעזאלצן.
תיקון טעות אנטשולדיגט פאר'ן איבערטרייבן, נישט $15,00 נאר $14,99, ווי די קונץ שטיק גייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/2/2007 17:46 |
|
| |
דער זיידע איז נאך פארנומען אויסצוהערן מענדלאוויטשס פריערדיגע טעיפ, פורים מיט ר' שמחה פרייליך, פון דארטען ביז תמימות איז א היפשע מהלך
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2007 17:37 |
|
| |
א הערליכער טעיפ מיט אלע מפרשים. אסאך ארבעט האט ער אריינגעלייגט, און ס'דערקענט זיך כמעט אין יעדע ניגון.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 04:20 |
|
| |
שלום עליכם!
|
|
|
|
|