ברידער!
נו, ראש חודש אדר, א רקידה'לע!
אצינד אז מיר שטייען אין די פריילאכע טעג פון אדר, איז די בעסטע עת רצון מיר אלע "אנ"ש" פון די שיינע קהילה נאה וחסודה צו ארויסגיין אין א אחדות'דיקן פייערדיגן רקידה לכבוד די ימי השמחה.
ווער וועט אריינקומען טאנצן?
וואס הייסט ווערער? אלעמען!, אלע לומדי תושבי ויושבי הפארק, אלע וואס שמועסן זאך דא פאנאנדער דורך די יאר, אלע וואס קריגן זאך דא ארום ביינטאג און ביינאכט, אויכט די וואס רייסן זיך תמיד ביי די קעפ, און די וואס ווילן דעם האנדערן ביי די גארגל צופליקן, אלעס, אלעס וועט זיך ארויסלאזן אין א פעסטע לעבאדיקן רקידה.... עס זאל זיין א ריכטיקער "ינועו אמות הסיפים"..
אוואו? וואס הייסט אוואו, טאקע דא, באולם הרחב חדשות אנ"ש, אין די "גרויסע אולם", און טאקע שוין, תיכף ומיד..
דער פויקער ווערט געבעטן תיכף צו אנהויבן, דער טרומפייטר זאל שוין אנפאנגן בלאזן, דער קורדיון זאל נעמען דרוקן קנעפלאך, און דער כינור זאל ציען סטרונעס..אז ס'זאל דונערן...
הויך, הויך, משנכנס, משנכנס אדר....
ניט געשלאפן, לעבעדיק! לעבעדיק!
הייבט זאך, הייבט זאך.....
וואס שטייען אלע אין די זייט? קום סגן מנהל בראש, דיפלאמאט אריין, כאפ אן שם אחר און הייבט אייך אונטער, ווער ביןאיך, כשר, ישראל הלוי, לאוולי, כולם ביחד, עבד עברי כאפט אן די הענט פאר קאפלאן און טרענטע, און מיט א פייער שפרונגט אריין אלע שלובי יד, אלע ווי איינער, טאנצט, טאנצט אידעלעך, טאנצט טאנצט ברידערליך...
ניט פארשלאפן, פיס אין די לופטן!
ווער נאך?
אוי, אוי, עבדו עבדו עבדו עבדו את ה' בשמחה... עולם עולם!!!
שיע, שמעק טאביק, שלמה זלמן, מיכל מיט רבי חיים, נעמט אייך אלע אן ביי די הענט, הייבט אייך, חיים הצדיק אריין!, לעבדיק!, כאפט זיך אלע אן "אבי מלעבט", משוגע מיט משוגענער צוזאמן, ראקלנד שטעל זאך צו צו עבד עברי, ניט שפאנצירן, הייבן פיסלאך אוף כח, מיט א קאך!.. איי איי, עולם עולם!!!
שלום שטוב, באראפארקר, אוואו זייט איר? כאפט אייך אן אין גארטל מיט לכבוד שבת, מלוה מלכה, און מיט בעל גאוה, אה, אה, "ותגלה ותראה מלכותו, מלכותו מלכותו...."
אוח ווי שיין כאיש אחד בלב אחד....
קנאק! קנאק! קנאק...
טאנצט אלע טאנצט... געדאנקן כאפ אן טאטניו, אנאליזירר כאפ אן קאמענטאטאר, גזאגט, גיכער! ווייטער... אז תתחזק, נתני', אריין, ווארט ניט אוף כבוד, אלעס אריין, הייבט די פיסלאך!!
אפשטיין, אזלא גרש, ג'ומען, אטוזז, זיידל, הייבט אייך, איין מינוט, איפה "יוסקעלע"?, אריין...
אה, א "גאסט", אריין, אויכט התאחדות איז דא, כאפ אן עבד עברי און שפרונג אריין, אזוי, גוט, שלעפ אים אריין אינדערמיט בשתי ידים כאפט אייך גוט אן....
פאטש, פאטש! פאטש!... איי איי איי, ליהודים, ליהודים...
נו, ווער בלייבט ארויס? Iפינדאדרט, כאפ אן שויתי ביי די פאלעס, שלעפט אריין דעם אלטן "באטשי" על משענתו... ניט אוי, פארגעסן קוטשמע.. מיט אלע הענט, מאכט א דריידל אינאיינעם.. לויפט, גיך.. גיך.. מאכט אוף מאכט אוף!!!
גיוואלדיג..
אה, אה הייבט אייך עולם, עולם, עולם!....
תקע בשופר גדול לחירותינו, אה, אהא, איי....
אואו איז נאך א חסיד? אריין, שלמה המלך, מיט הונגארישע 'קליינע קאפ'.. אוואו איז מענטשעלע? אונטערן טיש? קריך ארויס און שפרונג אריין, "אין בעיה" הער שוין אוף שאקלן דעם קאפ און קום גיך אריין מיט ביידע פיסלאך, טאנץ און שפרונג!...
ג'ובוי, קעניג! גענוג בילדער גענומען, לייג שוין אראפ דעם בילדער מאכער... טאנץ אריין אינדערמיט, מאכט אוף אינדערמיט...
מאכט אוף מאכט אוף....
אוח, אוח, אה, לעבעדיק... ג'ובוי אינדערמיט....
די שמחה איז ביז גאר, אה, די ווענט שפרינגן, די לעמפ זינגן, אלעס טאנצט, אלעס שפרינגט, אלעס לעבט... עולם, עולם, עולם...!!
איימיצער זאל תיכף איבערנעמען די רמקול און אויסרופן די נעמען וויייטער... וואס גיכער וואס גיכער,
ווייל איך גיי שוין אריינטאנצן, מאה אחוז מיט מנהל ג'ובוי גייען מאכן
א גדאצ'קע אינדערמיטן ....
גיוואלד!.....