A warm wish from the rebbe shlita, especially for this farbrengen
נשלח ב-22/2/2007 08:09
מאה אחוז פון מיין יאמאמיי לידעלע האסטע פארגעסען ? איך האב געהאט א נייע פאל און געזינגען אויף א אנדערע אופן די אלטע פארגעסענע ניגון יאמאמיי און דר עולם האט זיך זייער געפרייטט
נשלח ב-22/2/2007 17:36
אה, שלום עליכם, שוין גאר לאנג ניט געזען אייך... שוין אלעס געווען כדאי צו באקריגן צוריק דעם באליבטן יאמאמיי...
ערשט יעצט געענדיגט די הפסקה, מ'גייט שוין אנהייבן נאכאמאל טאנצן, זיי מוחל, שטעל זאך צו צום רמקול, און גיב דעם עולם א הייב הונטער....
שש..אא..
..."יאמאמייייייי......
נשלח ב-22/2/2007 19:29
מאה, למשל איך, כ'בין בכלל נישט ברוגז אז דו האסט מיר נישט אריינגענומען אין רינג, כ'מיין מ'זעהט אידן טאנצן, געט מען זיך א שטעל צו, און מ'טאנצט.
נשלח ב-22/2/2007 21:16
סאכדעס די גייסט געבען די השגחה?
_________________
Support our troops
נשלח ב-22/2/2007 21:41
אוח, און איך אב געמיינט אז "התאחדות" און "סאכדעס" איז דאס זעלביגער, איך אב אוסגערופן נאר "התאחדות"..
כעל דיר זאגן דעם אמת, כאב נישט געמערקט אז דו האסט אויפגערופן התאחדות'ן. באט מאכט נישט אויס.
בנוגע צו כ'בין דער זעלבער, עיין בהיימישע קרעטשמע ותמצא נחת.
נשלח ב-22/2/2007 23:42
אלי' פון מאנסי, כ'קלער צו געבן די השגחה, אבער ווענד זיך צו מ'עט מיר צאלן כדבעי.
נשלח ב-23/2/2007 17:35
ידידנו אהובינו "מאה אחוז" .
לעצטענס האב איך א טעם פארוואס איך שרייב נישט דא. אבער לכבודך פאר די גרויסע מצוה וואס דו האסט געטון משמח צו זיין השי"ת ואנשים(ברכות ל"ה).אזוי וויא די גמרא זאגט אין מסכת תענית (כ"ב)אז די בני עולם הבא בשוקי דלפט(דאס איז אזוי וויא היידפארק) זענען די בדחנים וואס דערפרייען די מענטשען.
בפרט אין חודש אדר וואס מרבין בו בשמחה בפרט. און בפרט יעצט ווען די וועלט איז אנגעצויגען וועגען די איראנער באמבעס. וואס איך האב שוין מאריך געווען אין א אנדערען אשכול. אז ווען איראן הויבט אהן א וועלט קריעג האט דער הייליגער רוזינער זי"ע געזאגט אז מען קען שוין אנטוןן בגדי שבת אינדערוואכען ווייל עס קומט שוין די גוטע צייטען (עירין קידישין)
לאפוקי פון די מחשבי קיצין(סנהדרין צ"ו) וואס זאגען אזוי וויא בלעם הרשע "אראנו ולא עתה אשורנו ולא קרוב" זיי זאגען אז משיח גייט הערשט קומען דעם ערשטען טאג פסח תרצ"ו. דעמאלס זאגט די גויישע וועלט אז דער כדור הארץ וועט חרוב ווערן רח"ל.
ממילא איז יעצט פונקט אין די ריכטיגע צייט האסטו געטון א דבר בעתו מה טוב(רי"ף ברכות) . מיט דיינע זיסע לעכטיגע דיבורים האסטו אריינגעברענגט א שמחה צווישען יודען דערמאנען אז עס קומט די הייליגע טעג פורים און שושן פורים. . (כאטשיג דו האסט דיך נישט גערעכענט מיטן עושר (גביר אדיר) אדער מיט( לחיים יודען) ווייל דו געסט דאך פאר אונז י מער וויא סתם לחיים. נאר אלע דריי זאכען "בנים" "חיים" מזוני ". כמובן.
דער הייליגער באשעפער זאל דיך מיט אלע יודען ואנו בתוכם בענטשען . און דו זאלסט טאקע האבען א פרייליכען פורים . און דורך דעם וועסטו אי"ה זוכה זיין צו האבען א פרייליכען "יום הכיפורים" הבאה עלינו לטובה
. ווייל מה דאך פורים אליין וועט זיין פרייליך כ"ש וק"ו יום הכיפורים וואס איז נאר מיט א כ"ף הדמיון גלייך צו יום הפורים. מי נתלה במי . הוי אומר קטן נתלה בגדול(תענית ז). איז דאך פורים גרעסער כידוע. און זאלסט האבען אלעס גוטס והמברך מתברך.
נשלח ב-25/2/2007 00:47
אלעס ווענד זיך אינעם טשעק...
_________________
Support our troops
נשלח ב-25/2/2007 20:03
מאה אחוז,
איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן מאכן פרייליך דעם עולם און איניציאטירן אזא הערליכע מסיבה.
איך
בין טאקע געווען אנפאנג און אפילו געהאלפן מסדר זיין דעם זאל, און
אנגרייטן מכל טוב, עסן און טרינקן, המן טאשן און געפילעכטץ, און איך בין
ארויסגעגאנגען שעפן אביסל לופט, און פאררייכערן דעם ציגאר (לכבוד פורים
לייג איך אוועק דעם ציגארעטל און טויש אים איין פאר קובאנער ציגארן)
שטייענדיג אינדרויסן האב איך באמערקט נישט קיין צווייטער ווי אונזער אלטער
באליבטער זשיד, וואס איז געווען אנגעלאדן מיט אלע 613 פעקלעך, און האט זיך
זייער געפרייט מיט די בשורה אז מען קומט זיך צוזאמען, אבער איז געווען
באזארגט אויב מען וועט אים באמערקן, ווייל ער איז דאך נאך פונעם אלטן דור.
איך
האב אים פארשטייט זיך שיין אויפגענומען און פארפירט מיט אים א לענגערן
שמועס, וואס ער טוהט היינט און ווי ער איז פון אונז אזוי מיסטעריעז נעלם
געווארן, און זיך געפריידט צו הערן אז ער פירט היינט אן מיט א ריזיגער
פאבריק און קען נישט טרעפן די מינוט אונז צו לאזן הערן זיינע זיסע דיבורים.
און יעצט בין איך דא מיט אים אין זאל, און וועל אים פארשטעלן פארן ציבור.
נשלח ב-26/2/2007 17:21
איך אב אזוי שווער געארבעט צו צוזאמן שטעלן א הערליכע רקידה, א נחת געווען צו קוקן אווי יעדערער טאנצט אזוי צוזאמן, לעבעדיק און שיין, מיט שלום ואחדות, איך גיי ארויס אפאר מינוט, און קוק וואס איז געשען, די חברה האבן זיך טאקע דא "על המקום" זיך צוריסן מיט קולי קולות....
איך אב אזוי פיל יגיעה אריינגעלייגט צו אוועקנעמן די "מתח", זייט מוחל, צושטערט ניט די שמחה, ווער ס'וויל זיך בדוקא יא ארומשלאגן, זאל עס טון אינדרויסן, און לאזן דא אין אולם אביסל מנוחה, בבקשה!