בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווער יאגט דעם סארווער?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/2/2007 16:08 לינק ישיר 
ווער יאגט דעם סארווער?

עס איז אן אלטער פראבלעם וואס דוכט זיך אז יעדער האט דאס שוין מער ווי איינמאל בייגעוואוינט.

איך האב זיך יעצט דערמאנט דערין ווען איך בין געזעסן ביי א טיש ארומגענומען מיט חברים וידידים מיט וועם מען האט זיך שוין א לאנגע צייט נישט געטראפן, און זייענדיג פארטיפט אינעם שמועס ווען מען האט פאר א מינוט נישט אנגעכאפט דעם טעלער, און שוין איז ארויסגעוואקסן א סארווער וואס האט דאס צוגענומען.

פארגאנגענע וואך דאנערשטאג האט דער בארימטער און זעלטענער חסד ארגאניזאציע 'קרן עזר' געמאכט זייער יערליכע טיי אוונט צו שאפן געלט פאר דעם מוסד וואס האט שוין געהאלפן א גוזמא מיט אידן פון וויליאמסבורג וואס האבן ליידער געמוזט צו זיי אנקומען.

איך בין פערזענליך באקאנט מיט עטליכע פעלער וואס זיי האבן ממש געשטעלט אויף די פיס אידן וואס זענען געווען ביי גאר שרעקליכע מצבים, און מיט דער הילף פון 'קרן עזר' זענען זיי אויפגעראכטן געווארן, און צוריקגעקומען צו זייער פריערדיגן שטאנד. אין שפיץ פונעם זעלטענעם לב טוב הרב ר' משה דייטש ני"ו וואס עס זענען דא ווייניג אזעלכע פוטערנע הערצער ווי ער.

ביי שיין געדעקטע טישן וואס איז געווען אנגעפולט מכל טוב, פון אלע סארט קעיק, נאש, ביז טשולענט, קוגל און קושקע, זענען זיך צוזאמגעקומען פון אלע עקן וויליאמסבורג אידן וואס ווייסן צו שעצן אזא טייערע מוסד.

אז אזויפיל אידן קומען זיך צוזאם, טרעפט מען ידידים וואס מען האט שוין לאנג נישט געזען, און מען באגריסט זיך, און גאר שנעל שאפט זיך לעבהאפטע שמועסן און מען פארגעסט אז מען האלט א גאפל אין די האנט, און ווען מען וויל עס אריינשטעקן און ארייננעמען דעם שטיקל קושקע וואס איז נאך געבליבן אין טעלער, דערזעט מען זיך אז עס איז שוין נישטא. דער סארווער האט זיך דערבארעמט דערויף.

צו גיין נעמען נאך א טעלער האט שוין יענעם פנים. חוץ וואס מען וועט דורך דעם פארלירן דעם פלאץ. בלייבט מען נעבעך הונגעריג.

איך מיין אז איינע פון די זאכן וואס מען ברויך אינזין צו האבן איידער מען מאכט א מסיבה אדער ווען מען מאכט חתונה א קינד איז אנצוזאגן די סארווירער אז מען זאל לאזן דעם עולם עסן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2007 16:12 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין פון מסיבות וויל איך אריינזאגן מיין מיינונג איבער דעם אופן ווי מען נעמט אויף אידן.

עס איז נארוואס אפגעהאלטן געווארן דער דינער פונעם צעלימער ישיבה, און צוליב דעם וואס איך בין נאנט מיט איינעם פון די וואס מען האט דארט באערט בין איך דארט אנגעקומען. זיצנדיג ביים טיש, הונגעריגערהייט, האב איך געזוכט עפעס וואס אריינצונעמען אין מויל, אבער איך האב נישט געקענט טרעפן אין די ארומיגע טישן קיין שום מאכל וואס זאל שטילן מיין הונגער, אויסער צענדליגע בילקעס, וואס דאס איז יא געווען בשפע.

ביי מיר איז זיכער אזוי געווען, און איך קלער אז אויך אנדערע וואלטן געגעבן מער געלט פארן מוסד ווען מען איז זאט און גוט אויפגעלייגט (אזוי ווי ביים קרן עזר דינער), און נישט ווען מען מוז ארויסגיין פון זאל הונגעריג, און מען שטעלט אויס דעם טשעק נערוועזערהייט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2007 21:06 לינק ישיר 

איך פלעג שוין אלץ צו וויסן: ביי א חתונה דארף מען עסען מיט צוויי הענט, איין האנט האט מען דעם גאפל, אין מיט די אנדערע כאפט מען אן די טעלער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווער יאגט דעם סארווער?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext