נייע שערוריא וועגן מקואות
עפעס טוט זיך א נייע איבערקערעניש וועגן די שינדלען אויף די דעכער ביי מקואות, אז סאיז ספעשל אויסגעשטעלט אריינצונעמען אין זיך די טל יעדע צופרי (גארנישט מיט אריזאנע אדער מצות...), און במילא הייסט עס א כלי הראוי לקבל. אין קרית יואל איז נישטא די שאלה ווייל די דאך איז סעמענט, איך מיין אז אין וויליאמסבורג איז אויך נישטא די שאלה פאר די זעלבע סיבה, די עיקר פראבלעם איז אין די קאנטרי מקואות. רבי מאיר בראנסדארפער האט געהאט געשריבן א בריוו לאיסור, למעשה האט ער צוריקגעצויגן און געזאגט אז מהאט אים שלעכט אראפגעלייגט די מציאות. סאיז דא אנדערע וואס פארפירן נאך יא.
|