| נשלח ב-21/2/2007 19:48 |
|
| |
אלטר משה ג"ב נעמט זיך צו ר' מאיר י. טענענבוים
אלטר משה האט יעצט א נייע מעסידזש ווי ער האקט שטיקער אויף ר' מאיר יודא טענענבוים וויבאלד ער האט געשריבען א לענגערע בריוו קעגן די אידן וואס זענען געגאנגען אויף איראן.
ער זאגט אז ר' מאיר יודא וואס האלט זיך די רב פון די בני יואל, און פלעגט כסדר מוחה זיין אז מען נעמט געלט פון פלעצער פון ווי מער טאר נישט ווערט מען פאר כאפט, איז יעצט ליידער אליין פאר כאפט געווארן... ווייל ער נעמט געלט פון זאלי און משה גבאי...
ער זאגט אז ר' מאיר יודא איז א מין און א כופר, ווייל ער שרייבט דארטן מינות און כפירות, אויך איז ער א כפערליכע שקרן און ליגענער.
ער זאגט אז ער האפט אז ער וועט תשובה טאן אין אפשר וועט אים עס נאך העלפען...
עס לוינט זיך צו הערן
ובפרט יעצט אין די ימי הפורים...
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 02/03/2007 21:32:54
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2007 20:05 |
|
| |
ווי איז דא דער בריוו פון מר. טענענבוים?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2007 20:10 |
|
| |
אלטר משה זאגט אז מאיר יודא וויל עס נאך נישט ארויס געגעבען, ער האט געשריבען די בריוו צו משה בער בעק, און ער ווארענט אים אז טאמער ער גייט נשיט צוריק ציען פון די איראן מעשים גייט ער ארויסלאזן די מעכטיגע באמבע און מפרסם זיין די בריוו...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2007 19:28 |
|
| |
געוואלד! איך שמעק אז דא גייט אויסברעכן א פייער פון מחלוקת צווישן צוויי חשובע קהלות בישראל וואס תוצאותיו מי ישורנה רח"ל, מיר מוזן פרובירן מיט אלע כוחות דאס אפצוהאלטען בעוד מועד!
וואס עס האנדעלט זיך איז אזוי, עס איז פארהאן חילוקי דיעות צווישן גדולי ישראל ווי אזוי אנצוגיין מיט די מלחמה לד' בעמלק און ווי אזוי דער מערכה קעגן ציונות זאל צוגיין וכו' וואס ווי יעדער פארשטייט אז די סארט האקעלע ענינים וואס אנבלאנגט צו הנהגת כלל ישראל באלאנגט אויסשליסלעך נאר צו די גדולי הרבנים יעדער מיט זיין אייגנארטיגער קוק אויפן גאנצן ענין עפ"י תורה"ק, אין עס מאכט זיך אמאל חילוקי דיעות צווישן גדולי ישראל כדרכה של תורה וזה פשוט, האט זיך געמאכט דא א חילוקי דיעות צווישן ארשיווער רב שליט"א מיטן טשאטהע'ר רב שליט"א בנוגע דאס פארן קיין איראן וואס דער טשאטער רב איז נישט מסכים מיטן ארשיווער רב לגבי דער ענין, און דאס האט געברענגט אז דער ארשיווער רב האט זיך אויפגעשטעלט ביי א גענעראל פארזאמלונג וואס איז פארופן געווארן דורך די ראשי קהלה בק"ק ארשיווע ווי דער רב האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה איבער דעם ענין און אפגעוואנדן די שטעלונג פון טשאטער רב.
נו, דאס אליין איז דאך נישט געפערליך,גדולי ישראל מעגן זיך קריגן און האלטן אנדערש איינער פונעם צווייטן, נאר וואס? דער בעל דבר שלאפט נישט און זוכט ווי ער קען אנזייען מחלוקת און האט נישט געקענט צוקוקן ווי צוויי חשובע קהלות בישראל ווי ק"ק ארשיווע מיט ק"ק טשאטה לעבן אלע יארן אזוי שיין באחדות וואס איז באמת געווען א מוסטער פאר אנדערע קהלות ווי אזוי צוויי קהלות לעבן מיט אזא מאס אחוה, איז האט דער בע"ד געזעהן דא א געלעגענהייט און ער איבעראל טרעפט ער זיינע שלוחים, האט ער דא אויך געטראפן אפאר היץ קעפ וואס באלאנגען און ק"ק ארשיווע, און זיי האבן אן רשות פונעם רב רעקארדירט דעם גאנצער דרשה און דאס גענומען פארשפרייטן אויף כח, ביז עס איז אפילו ארויפגעלייגט געווארן אויף א האטליין וואס דער מטרה פון אט די מחרחרי ריב איז געווען פשוט צו מאכן א טומעל, נו, דער בע"ד האט דאך אגענטן בק"ק טשאטה אויך, האבן עטליכע אינגען אינערהאלב ק"ק טשאטה געגאנגען צום טשאטער רב און פארציילט אז דער ארשיווער רב האט שטארק מבזה געווען דעם רב שליט"א און דאס טאר נישט פארשוויגן ווערן וכו'
המשך יבא, משנכנס אדר וכו'
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2007 19:54 |
|
| |
א הארבע קשיא צום הייליגן ארשעווער רב שליט"א, איך האב אויסגעהערט די גאנצע דרשה וואס איר האט געהאלטן במעמד כל חסידי ארשעווע (ביי אייך אין שטובל בינכם לבין עצמכם), ווי איר האט געהאלטן א פלאם פייערדיגע דרשה אקעגן די מינות וכפירה וואס אייער קאלעגע וואס רופט זיך דער רב פון די בני יואל (כלשונכם הקדוש) אין איר זענט מוחה נמרצות אויף זיין מינות וכפירה און בעט זיך ביי עם און האפט אז ער וועט תשובה טוהן, שטעלט זיך די קשיא, קודם כל מה היום מיומיים פארוואס ביי דעם דאזיגן מינות וכפירה פארלאנגט איר נאר תשובה צו טוהן און איר רעדט צו עם מיט אזא דרך ארץ און הכנעה און ביים סקול דיסטריקט וואס איז לדעתכם הקדושה אויך מינות וכפירה שרייט איר חי וקיים מיט אלע לשונות של גנאי אפשר רעדט איר צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויך מיט אביסל דרך ארץ און פארלאנגט ער זאל תשובה טוהן, וואס איז ער קען נישט אזוי פיל לערנען ווי (ר') מאיר יודל, ער איז נישט אזא ערליכער יוד ווי (ר') מאיר יודל, ער האט ניט אזויפיל חסידים ואוהדים ווי (ר') מאיר יודל, ער האט נישט אזוי פיל תלמידים ווי (ר') מאיר יודל, איז ער נישט אזא בנן של קדוים ווי (ר') מאיר יודל, קאמאן ארשיווער רב, פעיר איז פעיר, מינות וכפירה איז מינות וכפירה און אויב העלפט תשובה ביי (ר') מאיר יודל דאן העלפט תשובה ביי כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א,
צווייטענס, קען מען דען תשובה טוהן אויף מינות וכפירה, הפורש ממינות מיית (רח"ל) נו, ווי קענט איר איינעם באשולדיגן מיט מינות און פארלאנגן ער זאל תשובה טוהן, דאס איז דאך נישט מעגליך אויסער אז איר ווילט טאע פטור ווערן פון דעם אזוי גערופענעם בני יואל רב.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2007 02:10 |
|
| |
אשר_אנשיל
צווישען חמאס אין דע פלא' האט זיך אויך דער בע"ד אריינגעמישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2007 20:59 |
|
| |
ר' מאיר יודא שליט"א האט שוין ארויסגעבען זיין בריוו אין א קונטרס ער רייסט שטיקער פון די איראן חברה.
עס איז דא צו באקומען אין די געשעפטן.
עס איז פונקט גוט פאר פורים...
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 02/03/2007 21:31:45
_________________
|
|
|
|
|