| נשלח ב-23/2/2007 06:50 |
|
| |
ווערטילעך לכבוד פורים און א גאנץ יאר
מיין פעדערל שאקעלט זיך, מיין האנט ציטערט, די הארץ קלאפט, די ציינער קריצען, די לעפצען זשומעט, די אויערן קראצען, די קניען קנאקען, צוטרעטענדיג צום שרייבען דעם 1'טן תגובה דא אויפן פארק.
די מוח פילאזיפירט, וואס זאל איך מיר נעמן שרייבען דא, וואס עס זאל יעדעם איינעם צופרידענשטעלן? רייד וואס זאלען נתקבל ווערן לרצון, און נישט פארשריגען ווערן מיט קולי קולות?
באמת, איין נפקא מינה, אפילו איך וועל יא שרייבען וואס מיר שמעקט, סוף כל סוף הקולות יחדלון, און איך וועל האבן אפגעזאגט מיינס, לוינט זיך דאך יא זיך צו לאזען הערן מיט וואס איך האלט פאר ריכטיג!
אויב אזוי, יאַלאַ, גיי מיר זיך נעמען שרייבן דעים ערשטן תגובה'לע אויפן פארק!
אבער, למעשה טראכט איך ביי מיר וואס פעלט עס דען אויס, מה לי ולצרה הזאת, וואס וועל איך האבן שרייבענדיג נארישע פאליטיק, און יעדער וועט זיך נעמען איבער מיינע ביינער, סאיז נאך דא גענוג צייט, איך וועל עס איבערלאזען אויף אנדערע געלעגענהייטן וואס וועט זיך נאך מאכן מער ווי גענוג, יעצט איז "דבר בעתו מה טוב" צו שרייבען אביסעלע ווערטליך לכבוד פורים, און צוזאמענשטויסען און דיסקוסיעס קען מען איבערלאזען פאר א גאנץ יאר, איר וועט נאך גענוג הערן פון מיר!
ליינט און האטס הנאה:
יאַרמע רָב האט אמאל געפרעגט א היימישן איד:
דו האסט פוד-סטעמפ'ס?
ניין! איז געקומען די אנטווארט.
סעקשאָן עֶיט האסטו אפשר?
"ניין" האט ער געענטפערט!
און מעדיקעד האסטו זיכער, נישט אזוי?
ניין, מעדיקעיד האב איך אויכנישט! ענטפערט ער.
פרעגט אים יענקל מיללער: אוּן "תְּפִילִין" לייגסטו יָא???????
מען האט אמאל געפרעגט א משוּלח פארוואס די משוּלחים קומען קיין אמעריקא אזויפיל מאל הין און צוריק, זאלען זיי קומען איינמאל פאר אלעמאל? האט ער געענטפערט:
פארוואס לויפען אלע משולחים קיין אמעריקא? ווייל "אֲוִירָא דְאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל מַחֲכִּים" פארשטייען זיי צו קומען צום גאלדענעם אמעריקא. אבער וויילענדיג אין אמעריקא ווערן זיי טפשים און באנארישען זיך און קומען צוריק, וחוזר חלילה.
א משוּלח איז אמאל געקומען צו א גְבִיר נאך צדקה פאר א געוויסע כולל אין בני ברק, פרעגט אים די גביר: זאג מיר דעים אמת, וויפל פראצענט נעמסטו אראפ פאר דיר?
איך וועל דיר אויסזאגען – ענטפערט אים דער משוּלח – א קנאפע 60 פראצענט!
און וואס טוט זיך מיט די אנדערע 40 פראצענט, פרעגט ווייטער די גביר?
איר ברויכט דאך פארשטייען, עס איז דא נאך הוצאות, ווי פלי-רייזע בילעטן, שפעזן, האטעלן, א.ד.ג., ענטפערט דער משוּלח.
און וואס טוט זיך מיטן כּוֹלל זעלבסט? לאזט נישט די גביר נאך.
זיי? - ענטפערט צוריק דער משוּלח - א באנדע שנארערס, עס קומט זיך זיי נישט קיין פּרוּטה, זאלען זיי גיין ארבעטען!!!---
יאַרמֶע רָב פארציילט, אז אמאל גייענדיג אין בית המדרש באגעגנט ער א פרוי שטייט ביים טיר פון שׁוּל נאך צדקה, און זי אפעלירט: געבט'ס געלט, צעדאָקע, צעדאָקע, האט'ס רחמנות אויף אן אַלְמָנָה, ווען מיין מאן לעבט ווען וואלט איך נישט געדארפט דא שטיין קלויבען פרוטות.
זאג נאר, פרעגט יענקל, דיין מאן איז אפשר געווען א גביר?
ניין, זאגט זי, ווען ער לעבט ווען שטייט ער ווען דא און קלויבט פּרוּטוֹת...
אין בריסק האט מען זייער מחמיר געווען כידוע. ווי למשל, ביי תעניתים האט מען דארט זייער שטארק מחמיר געווען אויף "פִּיקוּח נֶפֶשׁ", און אויף די מינדעסטע האט מען "מחמיר" געווען אויסצופאסטען.
מאכט זיך אמאל א אינגערמאנטשיקעל קומט אהיים נאכן דאווענען אין א פאסט טאג, און ער בעט זיין ווייב זאל אים צוגרייטען א ווארימע קאָפי, מיט אביסל מְזוֹנוֹת פונדערזייט.
זי ווערט דערציטערט, און פרעגט אים וואס גייט דא פאר, ס'איז דאך א פאסט טאג היינט?
יא, יא! ענטפערט ער צוריק, אבער איך בין זייער שטארק מחמיר אויף וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאוֹד לְנַפְשׁוֹתֵיכֶם!
אויב אזוי, רופט זיך די ווייב אן, גרייט איך אן פאר מיר אויף אויף צוצובייסען.
ניין, ניין! שרייט צוריק די מאן, פרויען דארפען נישט מַחְמִיר זיין!!!...
איינער האט אמאל געפרעגט זיין חבר: ווי אזוי זאגט מען אין לָשׁוֹן הַקוֹדֶשׁ איינער וואס און קען נישט ארויסגיין (ליידט אויף עצירות)?
...שֶׁב וְאַל תַּעֲשֶׂה!--- האט יענער געענטפערט!
איינער איז אמאל געזעסן אין בית הכבוד הערענדיג מוזיק אויפן IPOD, אראפפלאשענדיג באמערקט ער פלוצלינג א צעטעלע וואס זיין שכן האט אים אריבערגעווארפן, און דארט שטייט:
"...מַעֲשֵׂי יָדַי טוֹבְעִין בַּיָם, וְאֲתֶּם אוֹמְרִים שִׁירָה?"
אין דער אלטער היים איז געווען איינגעפירט אז ווען א מחוּתּן האט געוואלט פארהערן א בחור, האט ער אריינגעברענגט א טאץ פול מיט פירות, און מכבד געווען דעים בחור צו נעמען א פרי, און נאכן אויסקלייבען וועלכע פרי ער וויל איז מען אריין אין א הלכה'דיגע דיסקוסיע, פארוואס האט ער אויסגעקליבען די פרי, אלץ חשוב, חביב, שלם, שבעת המינים, מוקדם בקרא, וכו', און מען האט געזען צו דער בחור קאן עפעס.
אמאל איז געווען א בחור וואס די מחותן האט אים פארהערט הל' בִּרְכַת הַפֵּירוֹת אזוי ווי עס איז געווען איינגעפירט אין דער אלטער היים, אבער די בחור איז דאך געווען א עַם הָאָרֶץ מדאורייתא ומדרבנן, און גאנץ א קנאפע יוֹדֵע סֵפֶר, האט ער פרובירט קודם צו פארדרייען די שמועס און נאכנישט דארפן אויסקלייבען א פרי, זעהענדיג אבער אז ער האט נישט קיין ברירה, איז ער ארויס אין בית הכסא מיט די האפפענונג אנצוטרעפן עמיצן וועם ער וועט קענען אנפרעגן אויף הילף וואס אויסצוקלייבען, נישט טרעפנדיג קיינעם אבער איז ער צוריקגעקומען מיט ליידיגע הענט, און ווידער פארפירט א שמועס אויף זייטיגע ענינים. ווען די מחוּתּן האט אים אבער ווידעראמאל מכבד געווען א בְּרָכָה צו מאכן, האט ער נאכאמאל געמאלדען אז ער גייט קודם ארויס אין ביה"כ אויף א רגע, און קומט שוין צוריק עסן, אבער אזוי ווי ער האט ווידער קיינעם נישט אנגעטראפען איז ער צוריקגעקומען פארצווייפעלט בבושת פנים.
רופט זיך די מחותן אן צו אים:
"פִּשְׁ-פִּׁשְ וְלׁא מָצָא, יִתְּלֶה בְּבִּיטוּל תּוֹרָה!!!..."
יעדער ווערט געבעטן צוצולייגען כאטש 1-2 וויצען, ביז עס ווערט ווערן אנגעפולט ביז אויבען אז מען זאל קענען קידוש מאכן דערויף פורים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2007 16:22 |
|
| |
שקויעך פארן איבערטייטשן די וויצן פון לשון הקודש-ענגליש (פון אנדערע אשכולות, דא אויף כל העולם כולו און בחדרי חרדים) אויף אידיש
נעע, נאר א וויץ געמאכט...
דאס איז מיין ערשטע וויץ, אויף דיין בקשה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2007 18:15 |
|
| |
מען האט אמאל געזעהן א איד טרינקען אין פורים דייעט קאלא סאדא האט מען אים געפרעגט היתכן? האט ער געענטפערט עס שטייט והשתיה כדת אין אונס כד"ת איז ראשי תיבות ד'ייעט כ'אלא ת'אדא
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2007 19:18 |
|
| |
א פארשוין איז געקומען צום דאקטאר און זיך אפגערעדט אז ער ליידט פון שרעקליכע קאפ-וויי. נאך א אונטערזוכונג זאג דער דאקטאר אז ער זיין פראבלעם איז מיט די הארץ. שרייט דער פארשוין ווי קומט די הארץ צו די קאפ? זאג דער דאקטאר, ווען דיין הארץ וואלט נישט געקלאפט וואלסטו נישט געהאט קיין שום קאפ-וויי.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 19:13 |
|
| |
א עם הארץ האט אמאל געפרעגט פון זיין חבר פשט אין הלל, עס שטייט: "הים ראה, וינוס הירדן", אז דער ים האט געזען וואס האט דער ירדן צו אנטלויפען?
ענטפערט אים זיין חבר, וואס פארשטייסטו נישט, דאס איז דאך די המשך: "מה לך הים, כי תנוס הירדן", וואס האט דער ים מיטן ירדן אז ער זאל אנטלויפן?!!
א גוטזאגער האט אמאל געזאגט: פארוואס זענען די שכל פון פרויען אייביג אזוי פריש???
ווייל זיי טוישן עס יעדע מינוט...
טראכט אריין, אויב פרויען וואלטן ווען געדארפט בויען די סוכה, און די מענער וואלטן געדארפט פסח'דיג מאכן, ווען וואלטן ביידע אנגעפאנגען???
אין די זעלבע צייט, די נאכט פון "בדיקת חמץ"!!!
יארמע רב זאגט, פארוואס האט אדם הראשון געלעבט אזוי לאנג? ווייל ער האט נישט געהאט שוויגער!
און ווען ער האט ווען נישט קיין ווייב לעבט ער נאך ביז היינט!!!---
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2007 02:17 |
|
| |
חוני המעגל איז ווי באקאנט דורך געשלאפען גאנצע 70 יאר אין א צו, און ווען ער האט זיך דערוועקט האט ער נישט געטראפען זיינע חברים מיט וועים צו גיין צום טיש, האט ער מתפלל געווען צום אויבערשטען די באקאנטע פראזע "או חברותא או מיתותא"
האט איינער אמאל געזאגט, ער איז נישט אזוי מקנא זיין געשמאקע שלאף, ווי זיין "סטרעטש" וואס ער האט זיך אויסגעצויגען אויפוועקענדיג פונעם לאנגען שלאף, און ווי אויך דעים ברייטען געניץ דערנאך, וואס איז זיכער געווען מעין עולם הבא.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2007 05:46 |
|
| |
פארוואס גייען די ירושלמיים א גאנצע טאג מיט נאכט-העמדער?
ווייל "יושב בטל כישן דמי"...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2007 23:59 |
|
| |
דער גארליצער רב זי"ע האט זיך אמאל אויסגעדרוקט פאר זיין גרויסן טאטן דער הייליגער דברי חיים זי"ע אויף א געוויסן פארשוין אז יענער איז אזא רשע אז ס'איז א מצוה אים צו באגראבן.
האט אים דער הייליגער דברי חיים געזאגט אז ער האט א בפירוש'ע ראי' פון פסוק אז ס'איז נישט קיין מצוה צו באגראבן קיין רשע. ווייל ביי די שלשת ימי אפילה שטייט אין מדרש אז דאן זענען געשטארבן אלע רשעים וועלכע האבן נישט געוואלט ארויס פון מצרים (אויסער דתן ואבירם), און די אידן האבן זיי באגראבן אין די ימי חושך. פונדעסטוועגן שטייט אין פסוק "ואת עירום ועריה" אז די אידן זענען געווען נאקעט פון מצוות. זע מיר אז טראץ וואס זיי האבן באגראבן אזויפיל רשעים זענען זיי פארט געווען נאקעט פון מצוות.
האט דער גארליצער רב מיט זיין אייגנארטיגן שארפקייט און פיקחות זיך אנגערופן: "א טויטן רשע איז טאקע נישט קיין מצוה צו באגראבן. א לעבעדיגן יא".
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 01:10 |
|
| |
..
תוקן על ידי - monroe06 - 02/03/2007 1:11:29
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 07:44 |
|
| |
א טאטע האט געלערענט זיין זיהן וויאזוי מען ווערט שיכור זאגט ער פארען זיהן די זעהסט
דארט 2 מענטשען, ווען די וועסט זעהן 4 איז א סימן אז די ביסט שוין שיכור
ריפט זיך אהן דער זיהן טאטע איך זעה נאר 1
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 17:23 |
|
| |
מסתפק במיעוט
איך האב אויפגעבויט זייער א שיינע הויז, אלע שכנים קוקן מיט קנאה, עס האט געקאסט איבער 3 מיליאן דאלאר,
אבער איך האב נישט קיין געדולד צו זיצען אינדערהיים, סא, פאר איך ארום,
זימער אין קאנטרי
ימים טובים אין ארץ ישראל
פסח אין די האטעלען
ווינטער אין מיאמי
אויך קיין יארופ אויף מקומות הקדושים
א שבת אין בודא פעסט
א וויקאציע אין די שווייץ
א חאפ אריבער קיין אקופולקא, אין די באהאמעס
אבער איך האלט אז דאס אלעס איז נישט קיין לוקסוס, איך בין פארט א מסתפק במיעוט,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 18:35 |
|
| |
פארוואס גייסטו נאר מיט איין באטס?
עס שנייט אינדרויסן
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,,
איך וואלט געבליבן אינדערהיים אבער איך האב ליידער געמוזט ארויסגיין
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
איך באמערק א אידעלע שפאצירט אין גאס, איך גיב א קוק אויף זיין פיס זעי איך אז ער האט אנגעטיען באטס אויף נאר איין פיס,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
פרעיג איך אים
,
,
,
,
,
,
,,,
,
,
,
,
,
,
,
פארוואס גייסטו נאר מיט איין באטס?
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
,
ענטפערט ער מיר מיט א תמימות, וואס די האסט נישט געהערט די נייעס? קול מבשר האט געמאלדן אז עס גייט שנייען איין פיס
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 18:51 |
|
| |
באקומען אין אישית
דאס ביהמ"ד
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 18:52 |
|
| |
די רבי שליט"א במלוא הדרו
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 18:53 |
|
| |
די רבי שליט"א ביי א שמחה
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 18:54 |
|
| |
די רבי שליט"א פון די נאנט
תוקן על ידי monroe06 ב- 02/03/2007 18:54:50
|
|
|
|
|