| נשלח ב-23/2/2007 16:40 |
|
| |
ועד העירוב פון בארא פארק.. געוואלדיגע הצלחה
נעכטען נאכט [דאנערשטאג] האט דער וועד העירוב געהאט א גרויסע הצלחה מיט איר "דינער" אין רענעסאנס,
עס איז געווען א גרויסע שטראם פון נדבנים, און רבנים,
ווער עס האט מער אינפראמאציע ווערט געבעטען צו שרייבען, אדער ווער עס האט בילדער זאל עס ביטע פאסטען,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2007 07:30 |
|
| |
הלוואי וועלען מיר שוין קענען מאכען אזא מין קידוש השם מסיבה אין וויליאמסבורג יצ"ו .
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2007 19:28 |
|
| |
יא, אין וויליאמסבורג קומט אויך פאר יעדע חול מועד אזא אסיפה בהשתתפות טויזענטער מענטשען, און חשובע רבנים גדולי הפוסקים און ראשי ישיבות פון איבער אמעריקא קומען רעדען יעדען מאל, מחזק זיין די ענין פון שמירת שבת, און סדערקענט זיך זייער הייליגע השפעה דארעכאויס די יאר
און איך מוז טאקע זאגען, אז סאיז א אמתע קידוש השם
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2007 19:32 |
|
| |
אין בארא פארק איז עס אין רענעסאנס,
ווי איז עס אין וויליאמסבורג? מעג מען וויסן אדער איז דאס אויך טמיר ונעלם אזויווי דער מקום העירוב?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2007 19:48 |
|
| |
אין ווילאמסבורג קומען פאר דעי דרשות ברבים, געוועינטליך אין ויואל משה ביידע זאלען, די אנהאלט פון דע דרשות אין וויליאמסבורג זענען נישט אין די זעלבע ריכטונג ווי די בארא פארקע מסיבה איז געווען...
דע דרשות ווערען גוט מפורסם אז ווער סוויל זאל קענען קומען און הערען, און ממאכט עס אויסדריקלעך נישט באהאלטען אזויווי עפעס א "ווייערלעס נעטווארק" וואס מדארף גלייבען ווי נאראנים
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2007 19:50 |
|
| |
ווילסט יעצט אהינגיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2007 19:59 |
|
| |
איך הער איינמאל און נאכאמאל איבער די זינלאזע טענה פון 'ווייערלעס עירוב'.
קען מען געטרויען אלטע טעראריסטן מיט ווייזן דעם עירוב אז מען זאל עס קענען גיין אראפרייסן?
איז הגאון ר' יעקב זיידא שליט"א נישט באגלייבט אז ער האט געזען דעם עירוב און ווייסט ווער עס איז עס בודק 'יעדע' וואך?
יעצט גייט מען אייננעמען א פיל מויל מיט וואסער...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2007 20:22 |
|
| |
ווי געט דער זיידע א הכשר אויפן עירוב?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2007 20:27 |
|
| |
דער טעם פארוואס דער עירוב איז אסור, איז א טעם הכמוס, אזוי ווי די עירוב ווייסט מען נישט ווי עס איז, ווייסט מען נישט די טעם פין די אוסרים, אויסער וואס זיי זאגען יעדעס מאל אן אנדער טעם, בערך גייט עס אזוי, טעם א. דער רבי האט נישט געהאלטען דערפין. איי פרעגט מען, ווי אזוי ווייסטו, ער האט דאך יא מתיר געווען סוכות, וכו' וכו' וכו', און מאן יימר אז די היינטיגע עירוב, און די ראצפערטע הגדת עדות, גייט מען צו טעם ב. ער ברענגט פריצות. איי ווי וואס ווען, גייט מען צו טעם ג', מען ווייסט נישט ווי עס איז, איי זייט ווען דארף מען וויסען?? גייט מען צוריק צו טעם א' און טאמער האלט אהן די שמועס גענוג לאנג אהן יענעם זיך נעמען שימפען און שרייען זינלאזע ווערטער און קללות, ביסטו היבש גליקלאך, עם עקש תתפתל. מען קען מיט זיי נישט האלטען קיין וויכוח. אבער ווען דער טאג וועט קומען וואס אונזער טייערע שרייבער, "שויתי" וועט איינזעהן אז ער האט געלעבט אין א חלום, און ווען איינזעהן זיין גרויזאמע טעות, ווען ער מוזען גייט און צוריק טראכטען נישט נאר די עירוב שקר, נאר צוריק טראכטען וואס פאר א נאך שקרים מען האט אים אלס איינגערעדט, און איך האף צו אויבערשטען אז ער וועט בלייבען א איד א שומר תורה ומצוות.
על כן איעצך ר' שויתי, האלט אהן מיט דיין פייערדיגע נארישקייטען, גיב נישט אויף, די וועסט נישט קענען דערהאלטען דער גרויסען קלאפ פין די אמת.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2007 20:35 |
|
| |
א שיין פשעטעל, דעיס זענען דיינע אייגענע טענערייען, דו שמועסט זיך שיין אויס צווישען זיך.. ווייל קיינער זאגט דעס נישט, דעס איז דיין איידיע פון חוזק מאכען
איך האב נאר הנאה פון דיין תמימות, ווי דו זאגסט אן א שמייכל מיט א גראדקייט "די עדות פון ראצפערטע רב"...
דעיס רעדט פון זיך...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2007 22:25 |
|
| |
שיותי מאך נישט חוזק
ער האט בריווען פון אלע גדולי ישראל פון וויליאמסבורג כולל פון הרב יוסף אשכנזי בשם רביה"ק וואס האט זיך משתתף געווען בסכום נאה.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2007 22:44 |
|
| |
איך האב איך די "תורה וועלט" ועוד, איך מיין סאיז בעסער צו ענדיגען די ענין דא..
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2007 00:18 |
|
| |
שלוםשטוב 
געט א קוק, שויתי וויל שוין ענדיגן דעם שמועס ווען מען האלט נאך ביי טעם א'...
(אגב, עס ליגט זייער אסאך אין די ווערטער פון שלוםשטוב אז דער קלאפ פון געוואויר ווערן דעם אמת איז שרעקליך).
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2007 00:25 |
|
| |
די קלויזענבורגער און די פאפער און די סקווערער און די בעלזער און די מאכנובקער און די ראחמסטרייוקער און די ווינער און די ב"ב וויזניצער און די סטיטשינער. און סתם עמך יודישע קינדער אינטערסירט גאר ווייניג די עדותשאפט פון הרה"ח רבי יוסף אשכנזי. עס איז פאר זיי קיין נ"מ וואס ער האט יא געזאגט אדער נישט . ביי זיי איז דא א תורה און א שו"ע. . זיי זענען נאך אזאלכע ערליכע יודען וויא די סאטמארע . זיי טוט מער וויי דאס אז אונטער א איצטלא דרבנן איז מען ליידער מכשיל יודישע קינדער מיט טרפות און כל מיני איסורין רח"ל.
ווען ער וועט זיך אויפכאפן פון זיין שלאף (טאמער ער וועט האבען די זכי' אז דער אייבישטער זאל עהם אמאל דערלייכטן די אויגן) וועט ער גלייך מקיים זיין ויישן ויחלום שנית און ער וועט טרעפען א צווייטע פירצה. און אלץ נאר אויף יענעם . . אזוי וויא דער הייליגער רבי רב בער מעזעריטשער מגיד זי"ע טייטשט "עומד בבבל ורואה נבילות בא"י"(חולין ס"ג)
ער שטייט פארזינקן אין זיינע בבלישע תאות העולם הזה. און זעהט נאר נבילות אויף ערליכע אידען שהם בבחינת ארץ ישראל. הוי השמים אור לחושך וחושך לאור. (ירושלמי ברכות) אם אין דעת הבדלה מנין?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2007 00:35 |
|
| |
דיפלאמאט שלום שטוב
איך האב געענדיגט ביי א' ווייל דעס איז געווען די איינציגסטע טענה אויף וואס ער האט געענפערט, טעם ב' האט ער נישט געענפערט, און טעם ג' האט ער אויך נישט געענפערט
איך האב געוואלט אפשטעלען דעם ענין דארט נישט אריינצוקריכען ווייטער אין די תורה וועלט און פאראייניגטע ווארט...
דיין אויספיר שלום שטוב זאגט גארנישט,די זעלבע זאג איך דיר אויך, דריי זיך אויס צום שפיגעל:
אבער ווען דער טאג וועט קומען וואס אונזער טייערע שרייבער, "שלוםשטוב" וועט איינזעהן אז ער האט געלעבט אין א חלום, און ווען איינזעהן זיין גרויזאמע טעות, ווען ער מוזען גייט און צוריק טראכטען נישט נאר די עירוב שקר, נאר צוריק טראכטען וואס פאר א נאך שקרים מען האט אים אלס איינגערעדט, און איך האף צו אויבערשטען אז ער וועט בלייבען א איד א שומר תורה ומצוות.
על כן איעצך ר' שלוםשטוב, האלט אהן מיט דיין פייערדיגע נארישקייטען, גיב נישט אויף, די וועסט נישט קענען דערהאלטען דער גרויסען קלאפ פין די אמת.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2007 00:48 |
|
| |
קוקטס אליין . צומאכען א פילטער פאר א מענער מקוה. איז געאסערט געווארן בפירוש מפי כ"ק רבה"ק מסאטמאר זי"ע אהנע שום עדותשאפט. לאו מכללא איתמר אלא בפירוש איתמר(ברכות ט להיפך) און דער הארבער איסור האט די פולע הסכמה בכתב פון אלע גדולי הרבנים "מנחת יצחק" הגה"ק מקאשוי" הגה"צ מדעברעצין" שטשאקאווא. ויען יוסף פאפא. בצל החכמה. הגה"צ ר"מ ניישלאס אבד"ק סקווירא. מבשר טוב. אמרי המז"ג פעלעדהאוז. רבבות אפרים. שבט הלוי הרב וואזנער. הרב שולזינגער. סאמבאטהעלי. דברי שלום אודווארי. ר"מ בראנסדורפער. כולם כאחד עונים באימה ואומרים ביראה אז א פילטער איז א דבר חדש . וחדש אסור מן התורה (חת"ס) . נישט אזוי וויא דער עירוב וואס איז אייביג געווען בכל תפוצות ישראל.
דאך ווייזט מיר איין מענער מקוה וואס האט נישט קיין פילטער.
געוואלד מען צוברעכט דעם רבין זי"ע . געוואלד מען צוברעכט די רבנים מייסדי היישוב. . עס איז דאך נישט קיין מצוה צו מאכען א פילטער. וויא איז היינט דער איסור? (עס איז אהינגעגאנגען דארט וויא עס איז געגאנגען דער הארבער איסור צומאכען א "מיידל סקול" וואס איז געאסערט געווארן פון אלע רבנים וגם מפי רבה"ק מסאטמאר זי"ע " בלשונם " זאת התורה לא תהא מוחלפת ואסור לעשות מקום ללמוד עם בנות וזהו דבר שהיא במפורש נגד מסורת אבותינו הקדושים מדור ודור. וזאת לא ישונה ולא ישתנה בשום פעם ואופן שבעולם. וכל המשנה ידו על התחתונה" )
וויא זענען די פארפירער די קנאים וואס נעמען זיך מכלומערשט אהן פארן רבינס כבוד .
ווער געדענקט דען נישט וויא מרן הגה"ק מקאשוי זי"ע האט געוואלט ארויסקומען בחרב ובחנית ווען סאטמאר האט אויסגעדרייט דעם דאשעק און געמאכט א "מיידל סקול" . דברים שהצניעות יפה להם. וד"ל.
נאר דא זעהט דאך יעדער עין בעין אז דאס סתם א פאליטיק שפיעל.
נאכאמאל איך האב גארנישט קעגען די אוסרים פונעם "מיידעל סקול" אזוי וויא קאשויער רב זי"ע און איך האב גארנישט קעגען די אוסרים פונעם עירוב אזוי וויא למשל דער "שאצער" נאר קעגען דעם עושה מעשה זמרי די מאכילי נו"ט כדאמרן און מבקשים שכר כפינחס. (סוף יומא)מצוה לגלות החנפים מפני חילול השם. ולהשומעים יונעם ותבא עליהם ברכת טוב
 |
|
|
|
|
|