בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ועד העירוב פון בארא פארק.. געוואלדיגע הצלחה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/2/2007 02:16 לינק ישיר 

שויתי שרייבט די דרשות ווערען גוט מפורסם אז ווער סוויל זאל קענען קומען און הערען

ביז דערווייל האט מען איעדע יאר געדראפט צונזערורן די טעפס סיי פין די חסידים און סיי פון די ליטאים, מחמת הבושה.

איך וועל מסיים זיין מיט די ווערטער פון קארלסבורג רב שליט"א אויף דעם מעמד קידש ה'  דער קנאות קומט נישט מצד הקדושה דאס איז א גויאישע קנאות ווי מעלערנט אויס אויפצוהעצן סטודענטן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2007 02:39 לינק ישיר 

פוןדאדארט:
ווען? און בנוגע וואס? האט דאס קארלסבורגער רב געזאגט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/2/2007 02:51 לינק ישיר 

עבד עברי, א ערשטקלאסיגע בעקער ביסטו, דו האסט שוין דעים ליגענט אפאר מאל געשריבען, אז רבנים זענען ארויסגעקומען ווען סאטמאר האט געמאכט א מיידעל סקול, נישט קאשויער רב זל און נישט קיין אנדערע רבנים זענען קעגען דעים ארויסגעקומען, שקר מוחלט!

א יוד וואס איז פון די ערשטע עסקנים אין סאטמאר מיידעל סקול אין יענע צייטען זאגט אז קאשויער רבס טאכטער איז געווען פון די ערשטע תלמידות אין די נייע סאטמאר סקול, און פארדעים פלעיגט יעדער שיקען אין בית יעקב, אפילו קאשוי רב

באק נישט קיין מעשיות, דו מיינסט קיינער געדענקט נישט, אונז זענען נישט קיין יונגעלעך, אונז האבען אויך וועמען צו פרעגען, און אונזער זכרון ארבעט נאך בה, הרוצה לשקר ירחיק עדותו

דו ביסט א מומחה אין דרייען א קאפ מיט ספין און פארדרייען א שמועס מיט ווארפען זאמד מיט שטרוי און די אויגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2007 06:40 לינק ישיר 

אצינד האלטען מיר ביים מגלה זיין די צווייטע אופן וואס שויתי הכסיל טוט נוצען ווען ער באדארף ענטעפרען איינעם.
די ערשטע אופן האבען מיר דאך שוין געשריבען, ער זאגט איין טענה, נאך דעם די צווייטער, און די דריטער, און ווען ער ענדיגט גייט ער צוריק צום ערשטען.
אזוי ווי מיר האבען מגלה געווען זיין אופן התשובה, האט ער זיך באנוצט מיט זיין צווייטער עמקות, ער שרייבט פשוט צוריק וואס מען שרייבט אים, און מיט דעם רעדט ער זיך איין, און טוט משתיק זיין זיינע מחשבות, אז סוף כל סוף איז ער דאך גערעכט, ווייל ער האט דאך געהאט דאס לעצטע ווארט, און קיינער קען אים דאך נישט אנפרעגען,

איז הרב החשוב שויתי, נוצט דעם שכל וואס גאט ב"ה האט דיך געגעבען, און פראביר צו טראכטען, פארוואס די האלטס אז די עירוב טויג נישט, נישט פארוואס דיינע חברים האלטען, נאר פארוואס די האלטס אזוי, און ווען די וועסט דאס האבען אדורך געטראכט, און די האלסט אז ווען די וועסט עס דא שרייבען וועסטו נישט מבזה זיין דיין שכל, ביסטו מכובד דאס מיט צו טיילען מיט אונז אלע.

אפאר כללים נישט מבזה זיין דיין שכל.
עס איז דא א תורה,
א גמרא
א שולחן ערוך,
פוסקים
שאלות ותשובות
ספרי חסידות

טרעף מראה מקומות פין די פלעצער וואס פין דארט קומט אויס אז נישט מאכען אן עירוב איז א מצוה היינטיגע צייטען.

ברענג נישט קיין מעשה פין וואס דער קנאי האט געזאגט, און דער קיצוני האט געטראכט, און דער רב האט זיך אויסגעדריקט, געדענק עס איז דא א תורה, און אונז טוהן וואס שטייט אין די תורה. ברענג ראיות, און פראביר מיט א דעה צלולה דן זיין, און קום אויף מיט א שיטה.

זיי נישט מאריך מיט קיין זייטיגע ענינים, רעד דיך נישט איין אז מען זעהט דאס נישט ווען די וועסט דאס טוהן.

פראביר נישט שרייבען קיין גרויסע תירוץ, אז מחמת דעם און דעם סיבה האסטו מחליט געווען, מער נישט צו שרייבען וועגען דעם, ווייל דאס וועט זיין א גרויסער הודאה אז די אמת האט אנגעהויבען האבען אן השפעה (הלוואי זאלסטו צו דעם צוקומען).

לאמיר זעהן, כבוד הרב שויתי, לאמיר זעהן וואס די קענסט.

אופס, און פאר איך פארגעס, צייכען נישט צו, אז דא און דארט האסטו שוין געשריבען וועגען דעם, דאס וועט גארנישט מיינען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/2/2007 07:52 לינק ישיר 

טייערער שלום שטוב. קענסט יעצט מקיים זיין צוויי מצוות מדברי סופרים. וואס פאר דעם באקומט מען אויך שכר בהאי עלמא

1 אל תען כסיל כאולתו
2 כשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע

דער אוהח"ק טייטשט "איננו שומע בקולנו" ער קען גאר נישט צוהערן דעם אמת .
עס איז אטמה אוזנם משמוע. ליידער.

דו בעטס דיך צו עהם ער זאל ברענגען א ראי' פון די תוה"ק אדער פון שו"ע.
ער האט דאך נישט קיין תורה און נישט קיין שו"ע נאר א כח הטעראר און א כח הזרוע פון כוחי ועוצם ידי אזוי וויא די ציונים. . ער וויל מיט טעראר און שקר און רשעות משתיק זיין דעם קול ישראל סבא. מיטן ועל חרבך תחי' משתיק זיין דעם קול קול יעקב וואס איז ב"ה מצפצף אין די בתי כנסיות און בתי מדרשות.  
ליידער לערנען א סאך מענטשען דעם טמאנעם דף היומי.
 און זענען זיך משתמש מיטן טמאנעם עירוב.
און גייען צום טמאנעם כותל. 
און פארלאזען זיך אויפן פסק בדיני איסור והיתר פון די טמאנע רבנים. . 
די טהרה ליגט ביי גרינבוים.
 די טהרה ליגט וויא מער מען זאל מאכיל זיין נו"ט.
און בעיקר וויא מער שקר מען פארקויפט איז דאס אלץ מטהר.
כסף וזהב מטהר ממזרים.


מען לייקענט פאקטען. קאשויער רב האט נישט געאסערט די אפיסעס
נאר סאטמארער רבי זי"ע

צעלימער רב זי"ע האט נישט איינגעפירט דאהי חלב ישראל
נאר סאטמארער רבי זי"ע

פאפער רב און סקווערער רבי זי"ע וואלטן געעווען גויים
ווען נישט סאטמארער רבי זי"ע

דעם עירוב האט נישט געאסערט רבי משה פיינשטיין זי"ע
נאר סאטמארער רבי זי"ע

און בה דער זכרון ארבעט ביי זיי אפילו זאכען וואס זענען קיינמאל נישט געווען געדענקן זיי אויך זייער גוט

און ווען מען שרייט און שלאגט אויף די גאסען
זעהט ער פארקערט . דער שלעגער איז א געשלאגענער

אריה טורף בדי גורותיו וממלא טרף חוריו ומעונותיו טריפה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2007 16:49 לינק ישיר 

כבוד רב עבד
האסט א שטיקעל פונקט, אבער סוף כל סוף, איך גיי נישט אריין מיט אים אין קיין וויכוחים צו דער סאטמאר רב איז געווען "דער" וואס האט מקים געווען אידישקייט אין אמעריקא צו נישט, נישט דאס איז די וויכוח לגבי די עירוב, לו יהיבנא, זאל זיין אז עס איז געווען סאטמאר רב, למאי נפק"מ????

ווען מער רעדט וועגען עירוב, איז נוגע הלכות עירוב, אונז אלע האט מען סוף כל סוף אויסגעלערנט אז אין שולחן ערוך, דארט שטייט וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט, זאל ער קומען אנהייבען דן זיין ווי א שטיקעלע ת"ח, און ער וועט אליין איינזעהן די באבקעס וואס זיי פארקויפען.

און לגופו של דבר, דער גאנצע שמועס, ווער האט געראטעוועט אידישקייט אין אמעריקא, איז א נארישער שמועס, ווייל יעדער איינער פין אונז האט געראטעוועט, איך בין א איד, האב איך מיך געראטעוועט, די ביסט, קומט דיר קרעדיט, נישט דעם רבי אדער יענער גדול.

ווער עס האט גרינגער געמאכט צו קענען זיין א איד, האט יעדעס גדול, יעדעס מענטש וואס האט נאר עפעס געטוהן, האט אויף געטוהן אין זיין פרט, סאטמאר רב אין סאטמאר, צעהלימער רב ביי זיך, פאפא ביי זיך, קראסנא, באבוב, זאג וועלכע נאמען די ווילסט, יענער האט אויף געטוהן ביי זיך אין די קהילה דארך זיין אופן.

עס איז נישטא קיין איין יחיד וואס מען קען און מען דארף אויף אים אנווייזען אז ער האט עס געטוהן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/2/2007 17:48 לינק ישיר 

הסברים ווארפען ספיקות אין אן ענין.

עס איז נישטא וואס מסביר צו זיין,

יעדער איד ווייסט אז אן רבנים איז נישטא קיין אידישקייט, יעדע זאך אין לעבען טוט מען לויט די אנווייזענגון פון דעם רב.

עס איז דא א נייע "שיטה" אז מען דארף אינוועסטיגעיטען דעם רב, דאס איז נגד התורה,

חשוב'ע רבנים, מיינע רבנים זאגען אז מען מעג טראגען, על כן טראג איך, ענד סטעפ וויט די נאנסענס.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/2/2007 18:11 לינק ישיר 

ידידינו אבי מלעבט
. אבער וואס זאל ער נעבעך טאן אז זיינע רבנים הייסען עהם ארומגיין נאכשרייען מענטשען.

און וואס זאל ער נעבעך טון אז זיינע רבנים הייסען עהם און זיינע חברים צוגיין צו יעדען וואס טראגט און געבעו א גוטען פאטש.
 
און וואס זאל ער נעבעך טון אז זיין מנהל אין נאמען פון זיינע רעביס הייסן עהם שרייען אין די גאס נאך אנדערע רעביס מיט קללות און ניבול פה .

און וואס זאל ער נעבעך אז עס ליגט אויף עהם א חיוב מכח זיינע רבנים נאכשרייען אנדערע יודען "שייגעץ ארויס" 

מוזט דו דאך אויספירען די אונטערשטע שורה . אז א רב קען נאר ארויסגעבען א פסק פאר יעדען יוד וואס ער האט צוטאן לגבי זיך. 
אבער ארויסגעבען א פסק צו שלאגען יענעם אדער מבזה זיין היינטיגע צייטן ווען אפילו די סנהדרין קענען נישט דן זיין דיני נפשות. און אפילו נישט דיני קנסות. קומט על כרחך אויס אז אזוינע רבנים (טאמער עס איז דא בכלל רבנים ) וואס הייסן דאס טון זענען "דייני סדום" הפקר יונגען. אפילו זיי ואלטן נישט געווען קיין מאכילי נו"ט און סתם מכשילי הרבים וד"ל

שלום שטוב שרייבט אז מען רעדט דא פון שו"ע הלכות עירובין.   ליידער רעדט מען דא נישט פון הלכות עירובין.
לאז זיין אז ער האלט טאקע נישט פונעם עירוב 
אבער מען רעדט דא ליידער פון הלכות רוצח וכוחי ועוצם ידי.

מען זאגט נאך אין נאמען פון רבנים אז מען מעג און מען דארף טעראריזירען די גאס.
כל דאלים גבר. שלאגען שרייען פלינדערן מאכען פראגראמען. אזוי וויא אמאליגע צייטן אין מיטל אלטער און ביי די רוסישע צארען .
 
און מען דערוואגט זיך נאכזאגען די שטותים און פסלנות בשם די תוה"ק ובשם רבנים. עס האט נישט צוטאן אפילו עס זאל שטיין אין שו"ע שיטות אז מען קען דא אין ניו יארק אדער וויליאמסבורג נישט מאכען קיין עירוב. פון דא ביז גיין נאכשרייען אידען איז נאך א מהלך רב. דאס האט נאר  א שייכות מיט רוצחים וגויים בדמות יהודים ובדמות חסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2007 23:08 לינק ישיר 

האחד בא לגור וישפוט שפוט?

יא, מיין ערשטע תגובה וויל איך מקדיש זיין פאר שלום

איך קוק שוין א שטיק צייט דעם פורום פון די זייט, און איך מוז זאגן אז ס'האט סאך מער חן ווען מ'רייסט זיך נישט ארום, מ'רעדט נאר זאכן וואס יעדער האט הנאה, ווי די רקידה אין היידפארק, מעורר זיין אויף טרעפליכע מענטשליכע זאכן, לאקאלע רעפעראטן, כשרות, נייעס, אד"ג

איך האב געקוקט מיט הנאה ווי נאך וואכן פון רייבערייען איז ב"ה געווארן שטיל, און יעצט האט דער שטן געזיגט און שוין פריש גייט עס אין די הויכע טענער

ביטע זיך בארואיגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2007 00:11 לינק ישיר 

I usually stay away from these subjects, but I must give my comment here.

the reason why in the last few weeks there was no commotion, andthe climate was relatively calm around here, because one controversial "nick" was absent for some reason, and as soon as that writer came back to the park, the entire park blew up like wildfire,

I don't want to give a name, because of the chashash loshon hora, and chashash of violating the hydepark rules (even indirectly), I think i've said enough




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2007 02:19 לינק ישיר 

EMT דא צוינגט מען קיינעם נישט אריין קימען אין סיי וואס פארא אשכול, ווער עס וויל געט א דאבעל קוועטש מיט די מאז אין ווער נישט גייט ווייטער.

נישט די פייטס דא אויפן פארק זענען די פראבלעם - די שלאכט פעלד איז קלאר שבת קודש אויף דער גאס, דא שלאגט מען זיך נאר ווער איז דער אנגרייפער איז דאס גרונבוים און זיינע פירערס אדער דאס ווייבעל מיט דעם קליין קונד.

אדרבא ברענג ארויף אינטערעסאנטע אישאס זאל דער עולם וואטן מיט די מאז. 

_________________

 



תוקן על ידי findodort ב- 27/02/2007 2:24:09




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2007 03:55 לינק ישיר 

הסופר הנכבד והמפואר ,פוןדאדארט" נר"ו.

דיינע ווערטער זענען קילורין לעינים. דער פורום הייסט "חדשות אנ"ש"  כדי צו שרייבען ניייעס צווישן יודען. 
האט "דער חשובער שרייבער "אבימלעבט"   געברענגט א נייעס וואס שטיייט נישט אין די טעראריסטישע צייטונגען . אז עס איז פארגעקומען אין עיר ואם בישראל בארא פארק דאנערשטאג א הערליכע מסיבה לטובת דעם עירוב .
האט עבד געזאגט "הלוואי וואלט אין ווילי אויך געקענט זיין אזוינס ונזכה ונחיה ונראה

גלייך איז אויפגעשפרינגען דער שויתי וויא געביסן פון א שלאנג כאילו מען מיינט עהם פערזענליך און געגאסען פעך און שוועבעל כדרכם. .
 איז געגאנגען עבדעברי און מגלה געווען אז די צייט ווען איין פארטיי האט געקענט גיסען פעך און שוועבעל אויף יעדען
און יעדער איינער האט זיך געמוזט לאזן שמייסען איז ב"ה פאריבער .
און עס איז דא א נייע תקופה אז יעדער מעג האבען זיין מיינונג.
 וועגען דעם איז דאך היידפארק געמאכט געווארן
אמאל ווען אין די אידישע גאס האט נאר געהערשט "דער איד" האט ער געקענט פארקויפן תורת לאקשען אויף וועם ער האט געוואלט ער האט מקיים געווען דעם פסוק "כל אשר חפץ עשה"
אבער אזוי וויא דער בלאט האט עהם אהנגעפיפן צוזאמען מיט אלע זיינע איסורים וקונמות וחרמות. און קיינער ממש קיינער האלט זיך נישט צוריק צו לייענען דעם בלאט וועגען זיינע פאליטיק איסורים. און אויך דער מחנה החרדי אויך דער בולעטין און די צייטונג וכדומה. קיינער רעכענט זיך מער נישט מיט עהם. 
איז ער געבליבן דער מרבה מחלוקת בעולם וויא וואך נאך וואך העצט ער און שימפט קעגען שלומי אמוני ישראל . וואס האלטן אנדערש וויא ער.
 און זיי האבען נאך טענות אז מען שימפט קעגען איינעם וואס האלט אנדערש וויא זיי..

דעם אופן תורה (אז טאמער איינער זאגט אנדערש וויא איך.  דארף איך אויף עהם שימפן ) דאס האב איך דאך מקבל געווען טאקע ביי זיי. אזוי וויא רבה"ק זי"ע האט געזאגט אז פארוואס האט בעלז טענות צו זיין קנאות. הלמאי קנאות האט ער דאך געלערנט אין בעלזא?

ער (שויתי וכת דיליה) שרייט וויא א שלאנג געביסענער און ער האט נאך טענות אז מען פארענטפערט זיך דא.

 ער מיט זיין כת ווילן אז קיינער זאל נישט שרייבען גארנישט וועגען זייערע רציחות מדי שבת בשבתו אויפן שלאכט פעלד. אזוי וויא די נאציס ימח שמם האבען געוואלט אז יעדער זאל אהיימשיקן בריוון אז אלעס איז גוט און פיין.
 ער האט א מזל אז איך האלט נישט ביים אויפדעקען די ריכטיגע סחורה וויפיל רציחות איז דורכגעגאנגען די אלע יארן אויף קהילות מישראל וויא אויך אויף יחידים רבנים וויא דער אפשער רב ע"ה  קירלהאזער וכדומה אויך אויף סתם יחידים .   וויפיל דער ברך משה האט אליינס געליטן פון די אינשי דלא מעלי. נישט בחינם האט ער אין די ערשטע דרשה נאכן הסתלקות ביומא דהילולא רבא של מרנא ורבנא בעל ייטב לב זי"ע געזאגט און אביסעל מגלה געווען ווער זענען געווען די אינשי דלא מעלי.

וויפיל זאכען איז דא אויף טעיפס פון ר ל פ צייטן ע"ה דער דינאמישער כח פון סאטמאר. וויפיל צרות מען האט אנגעטיילט פארן שטעטל סקווירא וד"ל.
איך גיי בל"נ מער נישט מפרסם זאכען די שרעקליכע עניינים.
איך בין נאר לעת עתה מוחה על עתה אויף דעם היינטיגען טעראר וואס איז אויך מלובש אין א מסוה פון אידישקייט און פאלשע קנאות.
איך מוז ענק זאגען " שרייבערס טייערע כל אחד בשמו יבורך מיט כל טוב און מיט א פרייליכען פורים און כשרן פסח. "
אז איך באקום באישי בריוון לרחצה פון ניקס וואס זענען קעגען עירוב און זיי בעטען מיך ברחמים ובתחנונים אז איך זאל אויפהערן צו שרייבן וועגען עירוב ווייל עס שנייד פון זיי שטיקער.
זיי חנפענען זיך אפילו. זיי שרייבען אז זיי זענען מעריך מיינע געשרייבעכצער אין אנדערע עניינים און זיי זאגען מיר אפילו אז זיי קלערען איך בין א ת"ח וכדומה.
איך האלט נישט יעדען ביים ענטפערען יעדען איינעם באישי. 
בכלליות שרייב איך דא . איך דארף ב"ה נישט די דברי חנופה. איך בין גארנישט מיט גארנישט . אבער איך טו א שליחות מגלה צו זיין דעם אמת.און מציל זיין די געשלאגענע פון די רוצחים וואס גייען היינט נאך אלץ אהן  מיט טעראר אונטער א פאלשע מסוה פון נועמי המידות. אזוי וויא יענער פיסטערער בעל גאוה האט געאגט אז היינט בין איך שוין א עניו אויך.

צו מיינע שרייבערס באישי.  איז יעצט מיין ענטפער   איך ווייס אז איך ווער באשמוצט ביי די עירוב קעגנערס און בכלל ביי די פארביסענע טעראריסטן וואס רעדען זיך איין אז סאטמאר איז אלץ באשטאנען נאר פון רשעות און טעראריזם .
סאטמאר האט ב"ה פארקויפט זייער א סאך גוטס און זייער א סאך קדושה וטהרה צדקות וחסד אויך. נאר ליידער ויבא גם השטן בתוכם בלבוש פון ערליכקייט ואכמ"ל ובזה אתן קנצי למילי
ואילין מיליא יהון לרקיעיא  ותמן מאן שריא הלא ההוא שמשא די שכינה הקדושה זאל שוין נתעלה ווערען סיי פון די עושי העירוב סיי פון די מיינען לשם שמים און טוען מעשים טובים לשם שמים.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2007 06:41 לינק ישיר 

די אלע וואס שטייען אין די זייט און האבען ליב צו ליינען און נישט שרייבען, זאלען אזוי גוט זיין און ווייטער ליינען און נישט שרייבען וואס זיי ווילען ליינען, ווייל ווען דער שרייבער וועט אויפהערען שרייבען וועלען זיי נישט האבען וואס צו ליינען, און וועלען נישט האבען וועמען צו שרייבען וואס זיי האבען ליב צו ליינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2007 07:16 לינק ישיר 

יישר כח ורב טוב לך ידידי היקר וידיד נפש כל חי "שלוםשטוב"  .
 ממש מכוון געווען אל האמת.
רוב פון די ניקס וואס שרייבען צו מיר באישי . שרייבען אז זיי זענען לייענערס און נישט שרייבערס .
 און זיי בעטען אז זיי ווילן איך זאל מער נישט שרייבען פונעם עירוב. און פון די געשלעג אויף די גאסען . נאר פון כשרות און הלכה עניינים און ידיעות התורה.
 האסטו זיי זייער גוט גענטפערט אהן לייענען זייערע אלע געשרייבעבצער .
 
און פאר זיי זאג איך אז ידעת התורה זאלן זיי גיין לערנען גמרא מיט תוספות אדער שו"ע נישט זיצן ביי א קאמפיוטער.  
די קאמפיוטער איז געמאכט געווארן אדער פאר ביזנעס אדער פאר מענטשען וואס ווילן זיך אביסעל בארוהיגן. אדער ווער עס וויל געוואיר ווערען יודישע נייעס און מיינונגען וואס שטייט נישט אין די יודישע צייטונגען און אוודאי נישט אין די גויישע צייטונגען עד כאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2007 17:53 לינק ישיר 

פון דא דארט א דאנק פאר דיין ענטפער, אויב אזוי האלט איך טאקע אז מ'זאל זיך ווייטער ארומרייסן, אבער נישט סתם, נאר פעטש זאל גיין...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ועד העירוב פון בארא פארק.. געוואלדיגע הצלחה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.