|
|
| נשלח ב-27/2/2007 17:59 |
|
| |
להשלמת הענין.
ווער עס וויל פונקטליך פארשטיין וואס ליגט אונטער די געשרייעכצער . און פארוואס גייט פאר א שלאכט פעלד וועגען דעם עירוב. זאל ביטע זיך מטריח זיין און דורכלייענען . אין אונזערן חשובען פורום "חדשות אנ"ש" אשכול "לינקס צו מקומות וואס זענען דן הלכות עירובין".
דף 2 די צוויי ארטיקלעך וואס איך האב געשריבען איינס וואס הויבט זיך אהן ד"ה "זיין תורא"
2 ד"ה "זיי זענען די לעצטע"
וועט ער פארשטיין אז זייער יסוד איז נאר צו טעראריזירין. און ביי די איינע זאך (עירוב) געלונגט זיי נישט ווייל זיי שלאגען זיך נישט מיט קיין צווייטע חסידות נאער מיט יחידים און ווייל זיי שלאגען זיך קעגען שו"ע וואס דאס איז נצחיות התורה.
די אלע זאכען וואס שטייט דארט און נאך א סך מער. געדענקן נאך די זקנים. און די יונגעלייט וועלן חאטש געוואיר ווערן אפס קצהו וואס איז פארגעגאנגען. מצוה לפרסם הדברים הללו בישראל
לעת עתה כדי לקיים כבוד ה' הסתר דבר האלט מען נישט ביים ארויסגעבען אלע אמאליגע קול קורא'ס און אלע דאקומענטן און טעיפס פון רדיפות קעגען קהילות און קעגען יחידים.
עקסטערע דריק איך אויס א הערצליכען דאנק און הכרת הטוב פאר די חשובע מנהלים פון אונזזער פורום "חדשות אנ"ש" פארן געבען א פלאץ אין זייער טייערען חשובען פורום פאר די אמתע דיבורים דעם קול קול יעקב דעם קול ישראל סבא.
. וואס ווערט ארויסגעשריגען טיעף טיעף פון יעדענס אידישע הארץ קעגען די בייזע רוצחים וואס ווילן זיך מיט כח הזרוע משתלט זיין אויף די גאס און זענען מבזה די הייליגע תורה הקדושה תורת אמת. וואס די חז"ל זאגען עדות "דרכיה דרכי נועם" . כאילו וויא דער רצון התורה איז נאכצולויפן פרויען אויף די גאסען און שרייען קולות וויא פארטאריקאנער אהנע להבדיל.
דער הייליגער באשעפער זאל בענטשען גאנץ כלל ישראל און בפרט די מנהלים פון דעם פורום כל אחד בשמו יבורך. און אויך אלע שרייבערס וואס העלפן צו דערהויבן דעם כבוד פון אויבישטען און פון זיין הייליגע תורה . זיי זאלען אלע געבענטשט ווערן מיט וואס זייער הארץ גלוסט לטובה
וויא אויך בעט איך דער הייליגען באשעפער בשם די נשברי לב ובשם כלל ישראל וואס זענען נישט מצער אנדערע יודישע קינדער ...אז אונדז זאלען מיר שוין אלע זוכה זיין אינאיינעם בנערינו ובזקינינו צו גיין קעגען משיח צדקינו . והוא יוליכנו קוממיות לארצנו. ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2007 18:02 |
|
| |
EMT איך וועל דיר זאגן די אמת איך האב טאקע מגיב געווען אבער איך בין געווען כמעט זיכער אז די גייסט דאס נישט זען, ווייל די גייסט זוך נאר דרייען אויף אשכולס ווי מען טיילט נישט קיין פעטש.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2007 18:29 |
|
| |
אז ס'גייט יא פעטש, וויל איך עס כאטש מיטהאלטן, אבער אויב וועט גיין בלוט, וועל איך שוין מוזן ארויסנעמען מיין
פירסט עיד קיט...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2007 22:33 |
|
| |
אזויווי כהאב שוין אפאר מאל געזאגט, איך ארבעט אגאנצען טאג, איך בין זייער ביזי, און איך האב אפילו נישט קיין געהעריגע וועג אנצוקומען צום קאמפיוטער סתם אזוי, געוועינטליך טוה איך דעיס נאר אין זונטיגס ווען כהאב מער צייט
אבער ווי איך האב געזאגט פאר עבד אז דעי וואך וועל איך זיך מאכען צייט כדי זיך מטפל זיין מיט געוויסע ענינים העומדין על הפרק דא, וועל איך מיר דא אפרייסען אביסעל צייט אויך דא אביסעל ענפערען
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2007 22:37 |
|
| |
באקומען אין תיבה פרטית:
I have a question to all the people relying on the ratzferter on the eiriv, i remember the ratzferter
was allways busy about the Issur off sheitlen to they conform to this as well?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 00:02 |
|
| |
אזויווי אין דעי פארטעג וואס איך האב נישט געקענט ענפערען האט זיך אנגעזאמעלט זייער אסאך סחורה, און אפילו איך וויל האב איך נישט גענוג צייט זיך מיט אלעם אפגעיבען, האט דער בורא עולם אבער מיר געגעיבען די גרויסע מתנה פון מלאכתו נעשית ע"י אחרים, און אסאך הארבע קשיות וואס זענען דא אויפגעברענגט געווארען אין דע לעצטע פאר וואכען, איז פארענפערט געווארען דורעך אנדערע שרייבערס אשטאטץ מיר,
איך האב כסדר נישט געוואלט אריינגיין אין הלכה אדער מסורה צו ממעיג יא א עירוב צו נישט, איך האב בעיקר זיך באצויגען אויף דעי אויסגעדראשענע ענפער פון אסאך "טראגעדיגע יודען", וואס זאגען, ווען מהאלט זיי פאר, תורהדיג צו הלכהדיג צו מענטשליך, צו אלץ בין אדם לחבירו, די ענין פון מאכען דורעך דעם אזא מחלוקת וכדומה,
ענפערען זיי מיט גרויס שטאלץ "מיין רב לאזט", און אויף דעים האב איך געוואלט ארויסברענגען דעים שפיץ, אז אויב ביסטו אזוי תמימותדיג אויף א פסק פון א רב, אפילו בשעת סאיז דא אנדערע צענדליגער גדולי ישראל פון פאריגען דור און להבחלח וואס לעבען נאך היינט וואס זאגען אז מטאר נישט טראגען (מאיזה סיבה שהוא, צו וועגען הלכה, מדאורייתא מדרבנן, סנישט נוגע)
וועלען זיי קעגען דעיס אלעס האבען א געוואלדיגע תמימות און זאגען "מיין רב לאזט"
האב איך אויף דעים געפרעגט, פארוואס האלטסטו אז דו מעיגסט אזוי תמימותדיג זיין און פאלגען דיין רב, און ווען דער יוד וואס איז מוחה זאגט אויך "אז זיין רב לאזט אים מוחה זיין" און ער פאלגט אויך תמימותדיג זיין רב, נאכמער, זיין רב "הייסט אים", קיין איין רב "הייסט נישט" טראגען, אבער סאיז יא דא רבנים וואס "הייסען" מוחה זיין
במילא, דעי זעלבע תמימות וואס מהאט צו "מיין רב" און מטראגט שבת, זאל מען אויך האבען כלפי דע מוחים ווען ער פאלגט בלויז "זיין רב"..
נאך אפאר מאל וואס כהאב איבערגעזאגט דעי טענה, האט מען מיך אנגעהויבען באפאלען פון אלע זייטען, כאילו נישט דעיס איז די טענה פון די טרעיגערס, און ענדליכע טענות, דעריבער איז מיר געוועזען א גרויסע שמחה צו זעין דעי געוואלדיגע תגובה פון ידידינו "אבי מלעבט" ממש קילורין לעינים:
הסברים ווארפען ספיקות אין אן ענין.
עס איז נישטא וואס מסביר צו זיין,
יעדער איד ווייסט אז אן רבנים איז נישטא קיין אידישקייט, יעדע זאך אין לעבען טוט מען לויט די אנווייזענגון פון דעם רב.
עס איז דא א נייע "שיטה" אז מען דארף אינוועסטיגעיטען דעם רב, דאס איז נגד התורה,
חשוב'ע רבנים, מיינע רבנים זאגען אז מען מעג טראגען, על כן טראג איך, ענד סטעפ וויט די נאנסענס.
ע"כ לשונו הזהב פון "אבי מלעבט", שפתים יושק!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 00:13 |
|
| |
סתם ליצנות צו שרייבען איז נישט אינטערסאנט און נישט נוגע.
מיט ליצנות זאגט דער הייליגער רבי רב מענדעלע רימענעווער זי"ע קען מען אפילו מכחיש זיין יציאת מצרים רח"ל.
אל תוכח לץ
דארפסט נישט ארבעטין ווייל ליצנות זאגט די גמרא אין עבודה זרה נעמט אוועק דאס גאנצע געלט וואס מען פארדינט יא!!
וואס האט דער ראצפערטער ז"ל מיטן עירוב ..צוטאן מיט רוצחים און שקצים וואס שרייען נאך מענער און פרויען אויף די גאסען .
וואס איז א נ"מ אויב דער ראצפערטער ז"ל האט געאסערט שייטלען אדער נישט .
ווער עס האלט דעם איסור פון דברי חיים איז עס ממילא אסור.
און ווער עס האלט נישט פונעם איסור וויא למשל דער משמש בקודש ויד ימינו פון כ"ק רבה"ק זי"ע הרה"ח ר"י אשכנזי ז"ל . אדער דער ראש הקהל דקהל יט"ל ר. ל. ל. ז"ל . נו! יש לו על מי לסמוך עבד מלך מלך.
אז דו ווילסט דיך מטפל זיין מיט דברים העומדים על הפרק. עס איז דא ב"ה גענוג זאכען.
דו ביסט דאך ביזי מיט די טריפות וואס מען שמירט אויף די פרוכט און וועדזשטעבעלס
דו ביסט אויך ביזי מיט די שוואכע הכשרים אזוי וויא אודווארי
עס איז דא די פראבלעם פון די ווייסע קעלבער אויב דו ווייסט
עס איז דא פראבלעם וועגען די אריזאנא ווייץ פאר פסח
מיינסט דאך אוודאי נישט ביזט ביזי מיט גיין נאכשרייען שבת אויף די גאסען נאך פרויען ווייל איך האף אז דו טוסט דאס נישט . דו שיקסט נאר אנדערע שקצים דאס צו טאן און דו ביסט דאך מוציא.
דער שרייבער "שלום שטוב" האט דיר שוין גענטפערט בעפאר דיין שרייבען . אז מיט איבערשרייבען יענעמס תגובה'ס קומסטו נישט אהן אין ערגעץ.
דו שרייבסט וועגען דעם שרייבער "אבי מלעבט" אז ער האט דיר דערלויכטן דיינע אויגען. אז ער פאלגט זיין רב. .
נו! זאג הריני מוכן ומזומן הייב אהן צו פאלגען דיין רב און לויף טאקע אליין ארום אין די גאסען און טייל פעטש רעכטס און לינקס לכל עובר ושב עפ"י פקודה פון דיין רב.
און טאמער עס איז דא מענטשען וואס דו האסט מורא פון זיי (ביי מסירת נפש האלסטו נאך נישט מקיים זיין די ווערטער פון דיין רב)
דעמאלס זיי חאטשיג מקיים די ווערטער פון דיין רב און שריי בכל כוחך "שייגעץ ארויס"
און טאמער ער איז אויף די גאס. דעמאלס ברענג עהם אריין . און נאכדעם שריי "שייגעץ ארויס" לקיים די ווערטער פון דעם רב וואס הייסט שרייען נאך אנדערע יודען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 00:23 |
|
| |
קיין פעטש האלט איך נישט ביים טיילען, ווייל איך בין טאקע נישט פון די שרייערס, אבער איך בין אויך נישט פון די טרעיגערס וואס טיילען פעטש, רייסען אן די ביינער פאר דעי וואס "פאלגען זייער רב".. און דערנאך גייען זיי עובר זין אויף דעי הארבע איסור פון מסירה, מעשה קאזאק הנגזל...
פארדריי נישט די פאקטען מיט דיינע שקרים, די שרייערס האבען נאך אין די גאנצע מערכה קיין הענט נישט געהויבען, און די טרעיגערס האבען שוין מערערע מאל געשלאגען מיט איינגעבאקענע אכזריות, איך האב שוין אפאר מאל געברעינגט מעשיות, איך גיי נישט איבערחזרן
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 00:41 |
|
| |
וויפיל מאל איך האב געזאגט נאז דעי גאנצע וועלען איינפירען טראגען אין שבת איז געבויט דורעך בעלי חשבונות, מענטשען האבען חשבונות פון 20 יאר, 30 און 40 יאר, און זיי שרייען אז יעצט איז "פעיביק טיים", פעיבעק פאר רבי יואליש (כלשונם), פעיבעק פאר אלע פרומאקעס וואס "האבען זיך איינגערעט אז זיי פירען דע שטאט"
יעצט גייען ווייזען די בעלי חשבון אז "זיי זענען באלעבאס אין שטאט"..
ווען איך האב דעיס געזאגט בין איך באפאלען געווארען פון די טראגעדיגע שרייבערס אז איך רעד שטותים איך בין פאנאטיש פאר אזוי טראכטען און איך האב א קאמפלעקס..
דא האט דער רבושע געשיקט א גוטען שליח "עבד עברי", און פון זיינע לעצטע תגובות קען מען זעין ווי ער רעדט נאר פון צאלען פעקלעך און זעקלעך אלטע חשבונות... ער גייט צוריק קודם צום ברך משה ווי ער חזרט איבער מיט חוזק זיי מערכה מיט שרייען שייגעץ ארויס, דערנאך נעמט ער זיך צום דברי יורל זיע, און דערנאך גייט ער צוריק מיטן דברי יואל ביז קיין קראלי די מערכה מיט ר, אבישל זצל...
בין איך א פאנאטיקער? בין איך א בעל דמיון?
קוקטס ווי דער פיקח הערט נישט אויף אויפציוויקלען פארשימעלטע חשבונות, רייסט אראפ כל גדולי עולם פאר זיינע נקמה אינטערעסען, פליקט און פראסקעט רעכסט און לינקס, ער ווערט נישט פארטיג, ער קען זיך נישט בארואיגען, רייסט אריין אין אלע מענטשען וועם ער איז שולדיג דעי אלע יארען, הוא אשר דיברתי!
גענומען דעים שבת פאר א שעיר לעזאזל, צו זעטיגען דיינע נידעריגע נקמה געפילען
א דאנק דיר מיין טייערע עבד פאר באשטעיטיגען מיינע ווערטער!
איך בעט יעדער זאל איבערליינען זיינע לעצטע תגובות, ליינט און האט הנאה ...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 01:06 |
|
| |
לאמיך פרעגען אז טאמער די מוחים (שקצים רשעים) האבען נאך קיינמאל נישט געהויבן קיין הענט. נו! פארוואס האט מען ארעסטירט עטליכע מוחים דעם ערשטען שבת חוה"מ פסח תשס"ג.? פאר שרייען ארעסטירט מען דאך נישט?
דו האסט מקיים געווען דעם נוסח וואס "שלום שטוב" האט דיר פארגעשריבען . ווען דו האסט נישט וואס צו ענטפערן . דעמאלס נעמסטו דיך שרייען " שקרן" ליגנער וכדומה. .
מיין טייערער יוד איך האב געלערענט אין דעם זעלבען חדר . איך קען אויך דעם נוסח אפשר נאך בעסער פון דיר . איך זעה אבער אז עס איז קעגען די תורה. דו האסט עס נאר איינגעזעהן ווען דער בעל ברך משה האט געהייסן שרייען. און אפשר האסטו עס דעמאלס אויך נישט איינגעזעהן.
דו גאנצע שרייעכץ פונקט ביים עירוב . און טאקע נישט ביי שייטלעך אבער ביי אנדערע פירצות איז טאקע נאר צו ווייזען "אני ואפסי" איך בין נאך אלץ בעל הבית אין די שטאט. איך האב פארטריבען די אהרונים פון אונזער קהילה. אבער איך בין אלץ בעל הבית אין די שטאט.
און טאמער עס איז אמת אז די מוחים שלאגען נישט איז עס נאר מחמת מוראה פון די מלכות של חסד. שאלמלא מוראה וואלטן זיי נישט נאר געשלאגען נאר א סאך ערגער.
פאר די תורה האבען זיי נישט מורא נאר פאר די "ניו יארק פאליס דעפארטמענט"
דער הייליגער שינאווער רב בעל דברי יחזקאל זי"ע זאגט עס איז דאך א הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב נו! פארוואס זעהט מען אז מען גייט אויף די גאס און מען באגעגענט א גוי און ער טוט גארנישט?
ענטפערט דער הייליגער דברי יחזקאל זי"ע "עס איז ברור ואמת אז דער גוי וויל שלאגען דעם יוד נאר ער איז געבינדן מכח "מוראה של מלכות"
אזוי ב"ה בחסדי השי"ת זענט עטץ נישט בעה"ב אין די שטאט מער וויא בילען וויא הונט אהן ציינער קענט עטץ נישט ב"ה.
ווייל עס איז דא א מוראה של מלכות. און די איינע וועג וואס עטץ פארשטייטס איז נאר מסירה אזוי וויא די הלכה איז אין אונזער הייליגען שו"ע "המיצר לרבים"
און טאמער עטץ האטס א פסק פון א רב אז מען מעג נאכשרייען האבען מיר אויך א פסק פון רבנים אז די אלע מצירי לרבים מעג מען מסרען. דו פאלג דיר דיין רב און שריי. און אודנז וועלן מיר פאלגען אונזערע רבנים. ושלום על ישראל
וכשיכלו הפושעים והרשעים יתרומם קרן הצדיקים (מגילה י"ז)
איין אמתדיג ווארט האסטו געשריבען " דא האט דער רבש"ע געשיקט א גוטן שליח "עבד עברי" ע"כ
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 01:17 |
|
| |
עס איז זייער נאריש וואס שיוותי פרובירט חוזק צו מאכען פון ראצפערט כאילו דאס איז דא דער מדובר.
למעדה האט דער ראצפערטער בריווען פון אלע גדולי הרבנים אז ער זאל מאכען א עירוב, ער האט אויך א אישור פון הרב יוסף אשכנזי אז רביה"ק האט אים געגעבן 300$ למען עשיית עירוב בוויליאמסבורג.
יעצט ווי קומט דער ראצפערטער דא אריין?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 02:24 |
|
| |
עך וועל נאכאמאל טרייען שויתי
עירוב איז הלכה און ש"ע.
קימען רבנים אין זאגן אז ביי אונז און שטאט איז טאקע דא אט אזא עירוב וואס ווערט געברענגט און ש"ע, און אויף זייער א מהודרדיגע אויפן, פיל שענער ווי אסך האבן ביי זיך און קאלעני, און פיל שענער ווי עס איז געווען אינדערהיים.
אויף דעם זאגט אינזער באליבטען אבימעלעבט : חשוב'ע רבנים, מיינע רבנים זאגען אז מען מעג טראגען
און ש"ע שטייט אז מען טאר נישט נאכשרייען א איד א שומר תורה, אפילה ער איז מחלל שבת לויט רוב פוסקים וויבאלד ער איז א אומר מותר ווי קימט דאס צי דיר צי שרייבן "אז זיין רב לאזט אים מוחה זיין"
שויתי, אויב נישט אלס איד, אבער אלס סאטמער חסיד וואלסטי געמעגט וויסן אז דיינע קלעגעס קענען זיך נישט ריינוואשען מיט דעם וואס א רב הייסט זיי שרייען. זייט ווען קען מען פאלגן א רב נגד ש"ע. ע"ע וועט שוין ברענגן די מ"מ פון על הגאילה
און נישט ווי די שרייבסט קיין איין רב "הייסט נישט" טראגען עס איז דא זייער אסך טעמים טאקע יא צו טראגן להלכה, אבער די האסט מורא צו אריינגיין און הלכה (ענד איי דאנט בלעם יא)
איינס פון זיי איז שלא יהא חוטא נשכר, אז עס קומען אפאר ליידיג גייערס און דרייען אן א מחלוקה, שלא ע"פ תורה, אויף קיפ סטריט ווייל זיי ווילן ווייזען אז זיי זענען בעה"ב, אדער פארסיי וואס פארא אנדערע סיבה, טאר מען זיך נישט לאזן פון קיין טעראר. איך בין נייגעריג אויף דיין מיינוג שויתי די האלסט אז רזל זאל אויפגעבן דאס רבנית ווייל עס איז דא וואס ווילן אזוי, די לעצטע מאל איך הרב געקיקט און חת"ס איז נישט געשטאנען דארט אז עס איז א מוצה אז ער זאל זיין רבי
תוקן על ידי findodort ב- 28/02/2007 2:35:13
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 02:49 |
|
| |
ער (שוית ) האט נעבעך נישט קיין שום חשבונות פאר זיינע פינסטערע אינטערעסען.?
ער האט נאר א חשבון מיט א שוכן עפר מאכט ער דא ברבים ליצי ליצנות פון א איד וואס לעבט שוין נישט . וואס דער איד האט עהם גארנישט געטון און האט נישט קיין שום שייכות מיט די רציחה פון א פאר חיות טורפות רוצחים בדמות חסידי סאטמאר .
וואס ער (ראצפערטער) בדרך אגב איז טאקע געווען א סאטמארער חסיד ער האט נישט פארפעלט קיין איין ר"ח צו דאווענען ביים רבין זי"ע אפילו שפעטער אין בעל הארבער און נאכדעם אין קרית יואל מאנרוי .
עס איז אמאל געקומען א יוד צום הייליגען מנחת אלעזר זי"ע און געזאגט אז ער האט א טענה צו עפעס א יוד וואס איז שוין געווען בעולם העליון . און האט אנגעהויבן חוזק מאכען. האט עהם דער מנחת אלעזר זי"ע געזאגט.
יענעם אראפברענגן אהער אזוי וויא די בעלת אוב קען איך נישט.
האסט א טענה מאכסט חוזק זיי מוחל גיי ארויף אהין. האסט פארשטאנען !!!
דו ביסט דא אויף איין צוועק צו פארענטפערען און מחזק זיין טעראר און רשעות און דו ווילסט עס נאך פארקליידן אין א רב. . אז טאמער דער פסק איז דיר מאסגעבענד. נו פארוואס קומט נישט ארויס דער סאטמארער בי"ד מיט א פסק אז מען זאל נאכשרייען.
נו! פארוואס זענען די רבנים וואס פאסקענען אז מען מעג מסרן די מצירי הרבים ניט קיין רבנים
אז טאמער עס ליגט א טראפ אמת אין דעם אז דער עירוב אין די גרויסע שטעט איז חילול שבת
נו! אז רח"ל כץ סערדאהעלער רב וואס האט פורץ גדר געווען לשוטתך (ואלה הצאן וואס פאלגען עהם מה חטאו ? זיי פארלאזן זיך דאך אויף א רב אזוי וויא אפילו דיין תורה האט געהייסן) ער איז דאך א סאך ערגער וויא א פלעיענער מחלל שבת . ער איז דאך דער פורץ גדר.
נו פארוואס האט עהם רז"ל מסאטמאר שליט"א . אויפגענומען די וואך מיט יותרת הכבוד וויא דעם גרעסטן רב. און פארפירט מיט עהם א פריינדליכען שמועס. פארוואס האט ער עהם ניטאיינמאל געפרעגט א ווארט היתכן ער לאזט צו דעם חילול שבת.
פארוואס האט מען פארדינגען דעם סאטמארען זאל בית רחל היינט נאכט פאר די מחללי שבת משפחת גאלדהירש . זיי טראגען דאך יעדען שבת בריש גלי .
ממ"נ זענען זיי מחללי שבתות אדער נישט. פון וועם מאכסטו ליצנות פון די פאר ווייבלעך וואס גייען אויף די גאס שבת. אויף זיי זענט עטץ גרויסע מחותנים און בעלנים . אבער פאר א פאר טאלער וואס די בית רחל האלל מאכט מעג מען פארדינגען פאר מחללי שבתות.
ענקער גאנצע מעשה איז מופרך מכל הצדדים . אלע דיינע תירוצים וועלן נאר שטערקער מאכען די קשיות .
דער תירוץ איז !!! עבדים היינו . אלע יארן האט מען געציטערט פארן אייגענע הויט.פאר די טעראיסטן וואס פלעגען שלאגען בידים . ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו. ב"ה יעצט זענען מיר שוין נישט עבדים לעבדים נאר עבדי השם ולא עבדי טעראריסטן של סאטמאר ואחשוורוש להבדיל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 04:52 |
|
| |
שויתי,
א ווארט צו דיר, איין זאך בין איך מודה צו דיר, דאס איז בכלל נישט קיין מחלוקה אין הלכות עירובין נאר אין הלכות בעלות. אזוי ווי די אליין זאגסט אז זיי ווילן ווייזן אז איצטערט זענען זיי בעלי בתים אויף די גאסן אין מער נישט ........
איז קודם ביסטו זיך אויטאמאטיש מודה, אז די מוחים מיינען טאקע נישט שבת נאר זיי ווילן ווייזן אז זיי זענען נאך יא בעל הבית אויף די וומסבגער גאסן. און אויף דעם וויל איך דיר טאקע זאגן:
די אידן ווילן אויס ניצן די מחלוקה אין סאטמאר צו ווערן באלעבאס אויף די גאסן? אפשר, זיי זענען אבער זייער גערעכט, אזוי גייט עס כשזה קם זה נופל, אויב עס געפעלט אייך נישט דאן רעדט צו די וועלכע האבן געמאכט די מחלוקה אין סאטמאר, זיי האבן דאס געדארפט פאראויס זען און זיך רעכענען אויף דעם. יעדע מעשה האט זיך זיינע קאנסעקווענצן, און דאס זענען די קאנסעקווענצן פון אזא סארט מחלוקה אז מען פארלירט דעם גרויסן פאוער וואס מען האט.
ר' איד טייערער טו בעד געוואוין זיך צו איר זענט מער נישט באלעבאס אויף די גאסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 04:58 |
|
| |
נאך א נקודה, דו שרייבסט מען האט גענומען דעם שבת פאר א שעיר לעזאזל.
דו האסט שוין פארגעסן פון אלע אנדערע עבירות - און איך רעדט פון אמת'ע עבירות, אזעלכע וואס די תורה אסר'ט, נישט די פאליטיק - וועלכע זענען מותר געווארן כדי אויסצופירן דעם גאנצן ענין וועלכע האט צוגעברענגט צו דעם אז די ביז איצטיגע באלעבאטים זאלן פארלירן דעם בעלות.
נא, יעצט אז די אלע עוברי עבירה האבן שוין פארלוירן דעם בעלות, האבן די עושי מצוה געהויבן דעם קאפ אין מקיים געווען מצוות עירוב, און דורך דעם עובר געווען אויף דעם שרעקליכן עבירה, פון העברה על חוקת הפאליטיק
|
|
|
|
|