בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ועד העירוב פון בארא פארק.. געוואלדיגע הצלחה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/2/2007 05:53 לינק ישיר 

שויתי
א גרויסע דאנק פארען מודה זיין אז די עירוב איז כשר ומהודר להלכה, די פראבלעם איז נאר אז עס געמאכט דורך מענטשען וואס (לדעתך) זאגען זיי אז עס פעי באק טיים פאר ר' יואליש,
אבער איין זאך, זאג נישט אז מען טאר נישט טראגען, זאג אז די ווילסט נישט טראגען, ווייל מיט דעם איז מען מבזה ר' יואליש.

נעבעך, נעבעך, נעבעך,
מה ענין שמיטה אצל הר סיני???

בזיון פין סאטמאר רב איז נאר מחמת איין סיבה, ווייל די און דיינע מענטשען האבען אזוי געוואלט, אויב ווילען ענק זיך נישט משתמש זיין מיט זייער עירוב, האב איך פאר ענק איין פשוטע עצה, מאכטס אן אייגענע עירוב.

פאר דעם גייט מען און מען איז א חולק על התורה, מען זאגט שקרים בשם הפוסקים??? שעמסט דיך נישט פאר דיך אליין אז די געהערסט פאר אזעלכע ליצני הדור??




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2007 07:23 לינק ישיר 

ידידיי ואהוביי חכמים ונבונים ה"ה מו"ה "גביר אדיר" שלום עליכם לך במיוחד  ..ושלום לעוזריך ה"ה "שלוםשטוב" כל אחד בשמו הטוב יבורך.

יפה דיברתם ובעתו ובזמנו דיברתם(רש"י שמות י פסוק כט) . פונקט אין די ריכטיגע צייט. יש אינו זריז ונשכר(פסחים נ) 
 עטץ האטס געווארט ביז ער (שויתי ודוממתי) איז ארויס פון די כלים און פיו הכשילו (עבו"ז יא ע"ב)און ער האט מודה געווען וואס יעדער ווייס ממילא אז די גאנצע מערכה קעגען עירוב. איז נאר צושרייען אויף די חברה וואס כאילו זיי האבען יעצט געפינען א געלעגענהייט זיך נוקם צו זיין אין סאטמאר בבחינת נפל תורא חדד לסכינא.(שבת לב)  בשעת דער אקס איז שוואך קען מען אויסשארפן די מעסער.
איי איז דען ר' יחזקאל ראטה נישט סאטמאר
איי איז דען אודוואריער רב נישט סאטמאר
איי איז דען ר' יצחק מאנדל נישט סאטמאר
איי איז דען ר' יצחק לעבאוויטש נישט סאטמאר
איי איז דען ר' אברהם עמרם מייזעלס נישט סאטמאר
איי איז דען ר' משולם פאלאטשעק נישט סאטמאר
איי איז דען רז"ל מסאטמאר נישט סאטמאר אז ער האט די וואך אפגעגעבען דעם פולען כבוד התורה פארן מכלומערשטן פורץ גדר עושה העירוב רח"ל כ"ץ אב"ד סערדאהעלי

גייען יעצט די מוחים און עס גייט זיי נישט אהן קיין שום עבירה דאורייתא אדער דרבנן און קיין שום פירצה (וואס איך וויל נישט מעלה זיין על הכתב עס איז ידוע ליודעים ליידער ליידער. איך וויל נישט עובר זיין אויף די מאמר חז"ל "בירא דשתית מיני' לא תישדי בי' קלא"(ב"ק צ"ב)  און איך וויל נישט עובר  זיין ח"ו "צא ובדוק בתועבות אמך" (מגילה כח) .
 
די  הייליגע ברין "סאטמאר" וואס איך און טויזענטער אידען האבען פון דעם געשעפט קדושה וטהרה יר"ש. וויל איך נישט ליידער בירידתה אריינווארפן שמוץ ח"ו.  און מען דארף ליידער נישט בודק זיין נאר דאס וואס איך ברענג ארויס אויף די מכשילי הרבים איז ליידער נאר אחת מני אלף ממש כפשוטו..און ער נעמט זיך נאך אהן פאר די עושי עולה רח"ל.
 
ווייל חס ושלום ווען מען וועט דארפן ארויסגעבען . וועט מען עס נישט מפרסם מאכען דא אויף היידפארק. נאר מען וועט עס ארויסגעבען געשריבען אש שחורה על גבי אש לבנה (שקלים יד ודף כה)  עס וועט זיין תסמרנה ראש האנשים החרדים
 (פארשטייט זיך אז נישט דע ראש פון שויתי וכת דיליה וואס זיי זענען גרייט מפקיר זיין דעם הייליגען באשעפער מיט די גאנצע תורה הקדושה פאר ווייניגער וויא א נזיד עדשים(פרשת תולדות)  נאך ערגער וויא עשיו הרשע פאר זייער פינסטערע פאליטיק עד כאן) .
 עס איז גענוג ליידער אז "ישיחו בי (בסאטמאר וד"ל) יושבי שער ונגינות שותי שכר רח"ל. הכזונה יעשה את אחותינו. . אבער די ערגסטע עבירה און פירצה איז נאר ליידער דער עירוב.

נחזור לענייננו איך זעה און איך האב ב"ה באקומען גרויס חיזוק אז עס איז דא יודען יראים ושלימים וואס פארשטייען דעם גאנצען אמתן ציל פון די רשעי ישראל מחריבי הדת והיהדות און זענען זיך תולה אין אזא איינעם וואס דאס גאנצע יודישקייט איז ביי עהם א קרדום לחפור. נישט אזוי וויא די אמתע פשט אין די משנה.    נאר" לחפור בה"  אונטערצוגראבען דאס כשרות און טהרה און יודישקייט

ובעזר השי"ת היו לא תהי' ודבר א-קינו יקום לעולם . וכל המעיקים לשכינה תבערם ברוח סועה וסער(תפילה בשעת שריפת חמץ בער"פ) . וכל מי שעזר לאוקומי שכינתא מעפרא בין בעל פה וכ"'ש בכתב. יהא נטיר עילא ותתא וחוט של חסד יהא משוך עליו (לשון הוזהר הקדוש כמ"פ) ויקוים בו מקרא שכתוב חונה מלאך סביב ליראיו ויחלצם. כי עתה הוא עת מבחן . למי החותמת ולמי הפסולים.
וידוע שעפ"י רבינו האר"י ז"ל התיקון של עירובין לעשות מרה"ר (רשותא דסט"א) רה"י (סיטרא דקדושה)הוא דבר גדול ונורא . ולא זכינו לזה עד עכשיו ומקום הניחו לנו מן השמים להתגדר  וכן כמה דברים שלא זכינו עד דורות האחרונים כגון דרך החסידות האמיתי מרבינו הקדוש והנורא הבעש"ט זי"ע אשר האיר לבבות ישראל לא זכינו לזה בימי הראשונים ואפילו בימי התנאים והאמוראים כידוע מכמה ספרי חסידות ועיין במאו"ש ריש פרשת אמור . ועבודת ישראל קאזניץ.
 
וכן התפילין מעור אחד שיש לנו עכשיו לא היה בכל הדורות ולא יכלו לעשות דבר כזה. ועוד שאר דברים אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם.
ואשרי הזוכה ומסייע . ובפרט אתם ידידיי הנ"ל אשריכם ואשרי יולדתכם שכרכם הרבה מאוד בעולם הזה לפי שבמצוה דרבנן נותנים שכר גם בהאי עלמא. ואשריכם לעולם הבא. ואתם שלום וכל אשר לכם שלום וברכה. 
איך אנטשולדיג מיך פארוואס איך האב געשריבען לשון הקודש מיט אראמ"יש . אז איינער וויל דוקא וועל איך עס עהם איבערזעצען בל"נ . איך האף אז יעדער פארשטייט. און איך האף אז די בעלי מחלוקה וועלן שוין אויפהערן מיט זייערע דברי קנטור . מען זאל נישט דארפן ח"ו אויפדעקען נאך מער סודות פון חדר . שמחת פורים בגשמיות וברוחניות לנו ולכם ולכל ישראל.  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2007 17:48 לינק ישיר 

לכבוד הרב עבדעברי אלס עבד לעבדי ה' וואלט איך געוואלט מוסיף זיין עטוואס אויף דיינע ווערטער.

איך האב נישט מיטגעהאלטן רוב פון די טעראר וואס די רעכענסט אויס, אבער למשמע אוזן דאבה נפשינו, אבער כסדר ווען מען האט דאס ארויפגעברענגט, איז אייביג געווען האליקאסט לייקענערס וואס האבן געזאגט אז דאס איז סתם מעשהס פין די שונאים, אדער דאס איז געווען נאר אפאר  יחדים וכדומה. און נישט דאס איז געווען די הנהגה. מה עשה הקב"ה די זעלבע פינסטערע פרשונים האבן אנגעפאנגן א נייע מערכה, אבער דאס מאל לאזן זיי איבער פינגער אפדריקן אויף אלע זייטען, אין עס שטינקט פון קאפ.
 
איך גיי נישט דא אויסרעכענען די געמיינע ווערטר פון נואף גרינבוים, אפשר איז ער א יחיד. איך גיי נישט פארציילן ווי אילעוויטש לויפט נאך פרויען, אפשר איז ער א יחיד. איך גיי נישט פארציילן אז די קליין  בחור  וואס   גרינבוים האט אנגעשטויסן אין ציבליטיגט איז בהאנדעלד געווארן דארך די הצלה. אז בחרים לויפן ארים און די גאסען און רינגלען ארים פרויען מיט קערידשעס און שרייען שיקסע, נא, אפשר ווייסט נישט זייער מנהל דערפון.

אבער אז עס שטעלט זיך אויף א איד ברבים אין די אנוועזענהייט פין די שענסטע און בעסטע פון וואס די פארטיי פארמאגט אין זאגט נאך בשמו פון סאטמער  רבי אז די רבי האט עם אליין געזאגט אז מען דארף נישט האבן קיין ששים רבוא, וויבאלד עס איז רוחב ט"ז אמה איז עס א רשות  הרבים פארשטייט יעדער איינער אז דער איד איז א פאלנער שקרן. מיילא אז זיצן דארט אידען וואס ווייסן נישט די נ"מ פון זיכי הפת און פת שחרית, נא. אבער דארט איז דאך געווען אידען וואס פארשטייען אז זיינע ווערטער איז אן איינפאכע ליגענט, און לויט זיינע ווערטער איז נישט שייך צו מאכן קיין צורת הפתח און קרית יואל. און מען זיצט און שלינגט זיינע ווערטער מיט דארשט, ווייל אזוי לוינט פאר די פארטיי.

און מען שעמט זיך נישט און מען דריקט דאס, און שויתי ריפט דאס א קידש ה',  אלעס אלעס למען הפרטיי.

אזוי קען מען זען, אין איך קען און וועל אי"ה ברענגען נאך צענדליגע דוגמאות ווי די גאנצע הנהגה פון די פארטיי איז איינגעשפאנט און די קאראפשען.

עבדעברי זאגט כבוד ה' הסתר דבר.
און אפאר יאר ארים ווען פון די סא-קאלד מערכה וועט נישט זיין קיין זכר, וועלן די באנדיטען נישט קענען אנטלויפן און פארלייקענען די פאקטן.

_________________

 



תוקן על ידי findodort ב- 28/02/2007 17:53:53




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2007 22:56 לינק ישיר 

שלום שטוב:
א גרויסע דאנק פארען מודה זיין אז די עירוב איז כשר ומהודר להלכה,


אין דיין נאמען קענסטו זאגען וואס דו ווילסט, קענסט זיך נאכדעים טענהן דעראויף מיט זיך אליינץ, אין מיין נאמען זאג נישט א זאך וואס כהאב נישט אפילו געזאגט די פארקערטע, איך בין בכלל נישט אריין אין פילפולים להלכה

שלום שטוב:
די פראבלעם איז נאר אז עס געמאכט דורך מענטשען וואס (לדעתך) זאגען זיי אז עס פעי באק טיים פאר ר' יואליש

לדעתך?, ניין! נישט לדעתי, נאר לדעת עבד עברי, וואס שימפט שוין דא אפאר וואכען, בפרט די לעצטע טעג אויף אלע גדולים מדור הקודם, און ער איז שיין מסביר מיט ניצחון אז היינט איז דער און יענער שוין נישט באלעבאס, און ער רעכענט אויס גאנצע ליסטעס פון זאכען וואס זענען נישט געשען אדער יא געשעהן, אלץ א אויסרייד צו בארעכטיגען דעי מחלוקה, אנגעהויבען מיט זיין כסדרדיגען חוזק מאכען פון ברך משה זצל, מיט די שרייען שייגעץ ארויס, און לא נחה דעתו ביז ער האט פוגע געווען בראשונים כמלאכים, אין מרן בעל דברי יואל זיע, און רייסט שטיקער פון עים, אנגעהויבען פון די לעצטע יארען, און צוריק צו די למד'ס דערנאך תש"י'ס, און ווען מווערט פארבלענדעט פון ציהלען און נקמה אקציעס, גייט מען און מאיז מבזה א גדול הדור, און מברענגט אויף אויך איר אלטע מערכות ווי די מערכה מיט רבי אבישל קראלער זצל, משמיץ צו זיין גדולי ישראל...

(פארשטייט זיך דעי וואס מעגען טראגען, אדער דעקען דעם א.ג. עירוב, ווי עבד וכת דיליה, מעגען מבזה זיין אלע גדולים וואס האלטען אנדערש ווי עים, אבער דערוואגען זאל זיך איינער צו זאגען א קרום ווארט אקעגען איינער פון זייערע דיינים, ווערט ער גלייך באטיטעלט דורעך די טראגעדיגע מיט נישט קיין קלענערע טיטעל ווי א "נואף")

ליין גוט דורעך די תגובות פון דיין עבד, און דערנאך זאג מיר ווער סזאגט אז דא רעדט מען נישט פון קיין אויפטוהן פאר א ציבור, דא זוכט מען נישט "פלוצילינג" צו זיין א מזכה את הרבים מיט א ווייערלעס עירוב, דא ליגט אלטע פעקלעך פון חשבונות, און עבד מיט די אנדערע מחרחרי ריב האלטען אז מיט דעים צאלען זיי איינעם צוריק

דעיס זאגט עבד, ער זאגט אז ער צאלט יעצט צוריק אויף - מכלומרשטע טעראר - פון אלע יארען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2007 23:15 לינק ישיר 

אויווי סאיז דא דא מענטשען וואס פארשטייען פשוט נישט מיט איינמאל שרייבען, נאך ענפערען א זאך קען איינער קומען און תוך כדי דיבור איבערפרעגען די זעלבע קלאץ קשיא, וועל איך דא נאכאמאל ברעינגען די לעכטיגע ווערטער פון ידידי אבימלעבט:

עס איז נישטא וואס מסביר צו זיין,

יעדער איד ווייסט אז אן רבנים איז נישטא קיין אידישקייט, יעדע זאך אין לעבען טוט מען לויט די אנווייזענגון פון דעם רב.

עס איז דא א נייע "שיטה" אז מען דארף אינוועסטיגעיטען דעם רב, דאס איז נגד התורה,

חשוב'ע רבנים, מיינע רבנים זאגען אז מען מעג טראגען, על כן טראג איך, ענד סטעפ וויט די נאנסענס.

פרעג איך דא א קשיא צום דרייסיגסטען מאל, דער אבימלעבט ודוגמתו טענהן, אז אפילו סדא אסאך רבנים ודיינים וואס זאגען אז מטאר נישט טראגען שבת, געוויסע האלטען אז ממעיג אפילו מאכען א ברכה אויף פריוואטע עירובין, (דאס מיינט אז זיי האלטען בברירות אז סאיז נישטא אפילו קיין ספק  כשרות אין די עירוב, אז סזאל זיין א חשש ברכה לבטלה) אבער ער האט א גוטע טענה, "מיין רב זאגט אז איך מעג טראגען, טראג איך, סגייט מיך נישט אן ואס דו האלטסט אדער דיין רב/רבנים האלטען"

איז די הארבע קשיא, פארוואס ווען דיין רב זאגט דיר צו טוהן א זאך וואס ביי אנדערע הייסט עס חילול שבת, פארשטייסטו עס מוראדיג, אז דו קענסט זיין א "תמים און א תם" און פאלגען דיין רב, פארוואס פארשטייסטו נישט אז סדא רבנים וואס זאגען פאר "זייערע מענטשען צו מוחה זיין", ער וויל אויכעט זיין אזא "תמים" ווי דיר,און פאלגען זיין רב...
מעג מען זיין תמימותדיג און יעדער זאל פאלגען זיין רב, אדער ניין? ממה נפשך קענסטו נישט האבען קיין טענות אויף די מוחים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2007 23:26 לינק ישיר 

עבדעברי

פאר דיר דארף איך האבען גאנצע טעג פשוט צו אפליינען
דיינע לאנגע תגובות, און רוב זאכען פאדערען נישט קיין
ענפער, ווייל סאיז שלא מענינא בכלל, ברענגסט דא צוזאמען
הודו מיט לאקשען

אבער אויף איין ווארט וועל איך מיך יא אפשטעלען, דו
האסט זיך זייער צום הארצען גענומען אז מהאט חוזק געמאכט
פון א רב וואס לעבט שוין נישט, ביסט אזוי אין כעס געווארען
אז דו האסט אפילו געווארפען קללות אויכעט, (סאיז מיר נישט קיין חידוש צו הערען

פון ענק ניבול פה און קללות נמרצות, ווייל שבת קודש אויב
באגעיגען איך מיך אין די גאס ווען מזעיט א מוחה שטויסט זיך
אן אין ענק, האב איך פלענטי דעים געלעיגענהייט צו הערען
פון ענק אלע מיני מיאוסע קללות און אומווערדיגע רייד וואס
ענק באוואשען די מוחים)

וויל איך וויסען, צו נאר ווען ממאכט חוזק פון יענע רב,
נאר דעמאלץ איז אזא פראבלעים, צוו וען ממאכט
בלויז חוזק פון א פלעינע רב ווי רבינו יואל זיע, ווי דו
טוסט דא כסדר, צו דעמאלץ וועסטו אויכעט זאגען אזעלכע קללות?

אויב יא, נעם עס דיר און שלינג עס אראפ!



תוקן על ידי דיפלאמאט ב- 01/03/2007 8:14:26




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2007 00:26 לינק ישיר 

חוזק מאכען פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע מאכט עטץ 
עטץ פארשוועכטס זיין הייליגען נאמען מיט ענקערע מעשיות כחיות טורפות.
אזוי וויא רבן יוחנן בן זכאי האט געזאגט אין די גמרא "באיזה דרך מוליכין אותי" עטץ פירטס דעם רבין אין באד אריין. עטץ מאכטץ עהם פארן נייעם דור .אויסקוקען וויא  א טעראריסט . וואס באמת איז ער  געווען ווייט פון דעם אזוי ווייט וויא עטץ זענט פון די תורה.

די היינטיגע יונגווארג וויל זיך פארשטעלען א דוגמא פונעם רעבין . זעהן זיי פאר זיך ר"ל א ווילדער טעראריסט וואס שרייט אויף די גאסען נאך פרויען.

די פערציסטע תירוץ אויף דיין הארבע נארישע קשיא איז שוין דאך דא פארענטפערט געווארן 40 מאל.
א.    ברענג בכתב פון א רב אז מען זאל נאכשרייען.
ב.      זאל דער רב אליין אויך מקיים זיין די מצוה.
ג.      שריי נאך געזונטערהייט און פאלג דיין רב.
ד.    אודנזער רב האט אונדז געגעבען רשות צו מסרען די וואס טשעפענען מענטשען
ה.
 סך הכל דו פאלג דיין רב.   און שריי ביז מארגען נאכען קוגעל. און דער וואס וועט טשעפענען וועט שיין זיצען אין תפיסה כהלכות גוברין יהודאין לויטן פסק פון אונזער רב . עד כאן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2007 00:46 לינק ישיר 

בדרך אגב. אלע שייגעץ שטיקען ענקערע האבען געהאט א היתר פון אזא מין רב א טעראריסט.

מען האט דעם קרעטשענעווער רבין זי"ע צוזאמעגעשטויסן ביי של"ס ווינטער תשל"ג אין היינטיגען טשערנאוויצער ביהמ"ד אויף מארסי עווע.(דעמאלס געווען זיין אייגען ביהמ"ד)   און ער האט געמוזט אנטלויפן אינמיטן של"ס . ווייל ער האט געזאגט אז די אלטע רביצין דארף זיך נישט דרייען צווישען מענערן

עס האט געהאט א היתר פון דעם.....

מען האט אראפגעווארפן שמחת תורה דעם ניקלשבורגער רבין שליט"א מיט די ספר תורה אויף די ערד. בהסכמת פון דעם זעלבען היתר

מען האט צוזאמעגעשלאגען דעם קאסאניער רבין בעיצומו של יום השבת אויף בעדפארד.
מיטן היתר

מען האט דעם קאלעווער רבין פון ארץ ישראל באגאסען מיט וואסער אינמיטן טיש פירן אז ער האט געמוזט אנטלויפן.
מיט דעם זעלבען היתר

מען האט פאר כ"ק אדמו"ר מפאפא זי"ע אוועקגעגאנבעט דעם פעלץ (טילעף) פרייטיג צונאכטס ווען ער איז געקומען צום רבינס טיש. אין א שרעקליכען פראסטיגען ווינטער נאכט
מיטן היתר
מען האט דעם טאשער רבין אויסגערודפט און נאכגעשריגען ווייל ער האט געוואלט מען זאל נישט נוצען אין מאנטריאל די מילך פון קאהאל דקהל יט"ל.
מיטן היתר

מען האט גענומען רבי מ ו. און אויסגעטון נ.  און אנגעהארגעט די ביינער און ארויסגעווארפן א צובלוטיגטער פון א ווען דורך הויפט ארבייטער פון 82

דער זעלבער היתר איז נאך יעצט גונסטיג


אבער היינט כדאמרן האבען מיר אויך באקומען א היתר פון א רב צו מסרן די שקצים .  

 סך הכל דו פאלג דיין רב.   און שריי ביז מארגען נאכען קוגעל. און דער וואס וועט טשעפענען וועט שיין זיצען אין תפיסה כהלכות גוברין יהודאין לויטן פסק פון אונזער רב . עד כאן.

יעדער זאל זיך האלטן צו זיין רב. אין אלע עניינים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2007 01:14 לינק ישיר 

שיוויתי

וויילסט לייקענען אז עבדעברי איז א ססאטמארער פונקט ווי איך אין די?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2007 02:07 לינק ישיר 

שלוםשטוב ביסט גערעכט ער האקט סתם און טשייניק. איך זאג עם אז קיין שום רב קען נישט מתיר זיין וואס שטייט און שלחן ערוך לאיסר, זאגט ער מיר אז זיין רב קען יא און אויך אז אסך היינטוגע רבנים האלטן נישט פין די עירוב. און זיי האלטן אז מען קען מאכן א ברכה אויף פריוואטע עירובין און ער לייגט נאך צו מיט א ע"ה דאס מיינט אז זיי האלטען בברירות אז סאיז נישטא אפילו קיין ספק  כשרות אין די עירוב, אז סזאל זיין א חשש ברכה לבטלה וואס די היתר צו מאכן א ברכה אויף א פריוואטע עירוב איז געבויט אויף א של"ה און האט גארנישט צו טון מיט שויתי בויך סברה, די קרית יואלער דיין שרייבט דאס קלאר ארויס און זיין תשובה.

אפשר קען מיר דער שויתי ווייזען ווי עבדעברי רעד פון פעהבעק טיים. ער שרייבט סך הכול אז יאר טיים איז אפ 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2007 02:44 לינק ישיר 

טייערע שרייבער יחיו .
 איך מוז ענק מסביר זיין איין נקודה. אז ליידער איז "שויתי" הונדערט פראצענט גערעכט.

מען האט עהם אזוי אויסגעלערנט פון קליינערהייט אהן. אז זיין רב מעג הייסען יענעם שלאגען און פארשעמען. און אז איינער זאגט קעגען זיין רב. איז נישטא קיין שו"ע קיין חו"מ קיין צוויי צדדים נאר יענער איז א שייגעץ און א כופר.
און אפילו אלע רבנים וועלען זאגען אז מען טאר נישט שלאגען קיין יוד . מען טאר נישט פארשעמען קיין צווייטען  יוד דאס איז דאך דער יסוד ואהבת לרעך כמוך..
 
אבער עהם האט מען דאך געלערנט פונקט פארקערט . וויא מער מען שלאגט וויא מער מען שרייט אלץ א גרעסערער צדיק און קנאי איז מען. אזוי וויא די על קאידא וואס דער גלח זייערער האט זיי אויסגעלרענט פון קליינערהייט אז וויא מער מענטשען זיי הארגענען האבען זיי א גרעסערן גן עדן.

אין קיין שום פלאץ אין דער וועלט איז נישטא נאך אזא מין לימוד פון א רב זאל הייסן גיין שלאגען און פארשעמען. נאר דארט וויא שויתיס רב האט געלערנט.  אבער ער אליין איז נעבעך גארנישט דערשולד. ער קען זיך נישט פלוצלונג טוישען זיין ייינונג וואס מען האט עהם אנגעשטאפט.

ער וועט זיינע קינדער אויך אויסלערנען צו גיין נאכשרייען מענטשען וואס טוען אנדערש וויא ער וויל דאס האט ער דאך מקבל געווען פון זיין רב וואס האט עהם אזוי געהייסען.

ווען מען איז יעדען טאג אריינגעקומען אין די חדרים אין די יארן פון די סוף יוד'ס אין באוראם סטריט און אין סטאקטאן סטריט און אלע יונגלעך "תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא" און וואס די גאנצע וועלט דארף שטיין על הבל פיהם של התינוקת הללו. . און דער מנהל פון די סאטמארע תלמוד תורה האט יעדען טאג געהייסען אז אלע יונגלעך זאלען זיך אויפשטעלען אזוי וויא צו שמו"ע להבדיל. און ער האט געהייסען אז יעדער זאל נאכזאגען אות באות כהאי לישנא
" דער קלויצענבארגער גלח זלמן לייב האלבערשטאם ימח שמו וזכרו" אלע  ייונגלעך האבען געמוזט נאכשרייען . און ווער עס האט די העכסטע געשריגען האט באקומען א וועיפער.
און אמאל האט עפעס א רעביש קינד נישט געוואלט נאכשרייען ער האט געזאגט אז זיין טאטע לאזט נישט האט עהם דער מנהל איבערגעלייגט אויפן טיש וכו' וכו' כדרכם של המלמדים בימים ההם. און געגעבען מלקות מיט א שטעקען פון א פאן (דגל) .עיין בספר אוצר החכמה וויא ר"מ הלבש"ט פון ביד"צ איז געגאנגען אין פייער פארן קלויזענבורגער (גלח)

דאס האט מען עהם אויסגעלערנט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד אדער אפשר גאר האט מען דאס אויסגעלרענט זיין טאטען. דאס זעלבע צו רעדען אויף אומשולדיגע רבנים און מענטשען וואס האבען נישט געטשעפעט אפילו א פליג. אפילו אויף שוכני עפר. אפילו אויף גדולי הדור. וואס האבען קיינעם נישט געטשעפעט.
אויפן הייליגן סקווערער רבין זי"ע האט מען אלץ קינד עהם אויסגעלערנט צו זאגען "מאי כל הרעש" ווייל ער האט אמאל געוואינט אין א שטעטל קאלראש.
ווען דער סקווערער רבי זי"ע איז נישט געזונט געווארן בשנת תשכ"ח האבען עטליכע מניינים בחורים געזאגט קאפיטל ק"ט וויא עס שטייט ל"ע ימחו מספר חיים וגו' רח"ל. אפיציעל אין די ישיבה. איבערגעזאגט 10 מאהל. דער בעל תפילה וואס האט פארגעזאגט די קלל. איז געווען פ.

אויפן סקאליער רבין האט מען דאך נישט געהאט וואס צו זאגען. האט מען אויסגערופן אין תלמוד תורה אז אין זיין הויז וואינען שדים און ער איז פון די סטרא אחרא רח"ל.

איך האב געמיינט א גאנצע צייט אז ער וועט זיך פארענטפערען און זאגען כדרכנו .. עה! נאר א פאר יחידים טוען דאס וואס שרייען נאך פרויען . נישט סאטמאר ח"ו. אזוי וויא אלע זאכען האבען נאר געטון יחידים. 
דערווייל הערט ער נישט אויף צו שרייען.  ניין!  אלעס איז אפיציעל מיט די הסכמה פון אונזער רב.. ממילא קומט אויס לויט עהם אז אלעס איז געטון געווארן מיט די הסכמה פון א רב.
נישט וויא מען פלעגט אייביג זאגען. אז אלעס טוען נאר א פאר יחידים.

דער הייליגער רמב"ן זאגט פארוואס האט זיך סדום איבערגעדרייט. עס איז נאך געווען ערגערע פלעצער וויא סדום? נאר ווייל מען האט עס געמאכט אפיציעל מיט די הסכמה פון שופט פון רב.

און דער רב וואס האט ארויסגעגעבען אזא מין זאך נאכצושרייען פרויען מ. ק. איז אויך נישט דערשולד . נישט דער חזון איש האט אזוי געפאסקענט . און נישט דער שבט הלוי. נאר עהם האט מען אזוי אויסגעלערנט פון קליינווייז אהן נאכשרייען יעדען און מבזה זיין יעדען

מיר בעטן יעצט "שויתי" וכת דיליה זיי זאלן זיך האלטן צו דעם אז אלע געשרייעכצער איז מיט די הסכמה פון א רב אפיציעל.
 נישט אז אין פאר יאר ארום וועט ער קומען . זאגען עה! דאס איז שקר. סאטמאר איז ארענטליכע מענטשען. נאר דער ברך משה ער האט געהייסן שרייען. בנו  שליט"א (מקר"י) האט געהייסן שרייען. ואנחנו נקיים . 
ער וועט דעמאלס נישט קענען ווארפן די שולד פון עזות און צולאזענקייט אויף אנדערע   . זיינע ווערטער זאלען יעצט בלייבן חרוט בעט ברזל. אז יא ! יא! אונזערע רבנים האבען געהייסן שרייען און מבזה זיין יודען וואס טאנצען נישט מיט אין אונזער שוואונג. ושלום על ישראל.

איך בין ח"ו נישט מבזה. איך בין נאר מבזה די פאלשקייטן פון די פארטיי. און פון די אנשי סדום וואס זיין דיין און זיין סדומער שופט האט עהם געגעבען רשות מבזה צו זיין אנשים ונשים וטף ברשות התורא.  אונזערע רבנים און דיינים האבען אונדז געגעבען רשות עהם גוט צוזאמען שלאגען. אז ער האט א טענה זאל ער גיין צו אונזערע רבנים וואס ער איז זיי נישט מבזה
יסכר פי דוברי שקר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2007 04:02 לינק ישיר 

עבד
לאז שויתי ענטפערען שרייבסט אזוי פיל, מען דארף אים געבען א שאנס.

דערווייל האט ער נאך נישט געהאט קיין צייט אונז איבערגעבען זיין שיטה פארוואס די עירוב איז אסור על פי הלכה, פין זיין שרייבען אז די עירוב איז געמאכט מבזה זיין סאטמאר רב, האב איך ארויס גענומען אז דאס איז זיין סיבה פין אסר'ן די עירוב, טאמער האב איך א טעות בעט איך אים איבער.

על כן ר' שויתי, אונז ווארטען דא אויף דיר, אונז ווילען הערען פארוואס די האלטס די עירוב איז אסור, פארגעס איין מינוט פין דעם וואס די האלטס אין איין זאגען אז דיין רב אסר'ט, דאס מיינט גארנישט, ווייל ווען דיין רב אסר'ט די אינטערנעט זעה איך אז די ביסט דא ווייטער, אלא מאי איז דאך א ראי' אז די האלטס פארשידענע זאכען יא, און פארשידענע נישט, נישט קיין שום טענה אויף דיר שויתי, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ביי די עירוב האלטס די פערזעהנליך, די ר' שויתי, אז די עירוב איז אסור.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2007 04:21 לינק ישיר 

ניין, ניין שלוםשטוב, שויתי האט נישט די קארש צו זאגן אז די עירוב איז אסור און מען דארף שרייען, ער האלט אזוי די ש"ע, נאר ער איז פשוט מסביר די אידען וואס האלטן יא אזוי אז זיי האלטן זיך געטריי צו זייער רב.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2007 06:35 לינק ישיר 

די פראבלעם איז נאר אז עס געמאכט דורך מענטשען וואס (לדעתך) זאגען זיי אז עס פעי באק טיים פאר ר' יואליש

אליבא דאמת איז דאס די ווערטר פון דעם בעל המילך קעסטלאליין וזל"ק דער עולם פארשטייט נישט וואס די מערכה איז דא עס גייט נישט און רשות הרבים דאורייתא צו נישט, עס גייט און דעם צו דער אלטער איז נאך בעל הבית צו נישט

און מיט די שקר גס זענען זיי ארימגעלאפן צו אלע רבנים, און דערנאך געשריגן אז רוב רבנים האלטן אז מען טאר נישט מאכן אן עירוב , און אויף דעם חשבון איז אלעס מותר. 

איך וועל דא אראפ ברענגען פון די בריוו פין טאשהע רבי וואס מען זעט פון דעם זייער קלאר די פינסטערע מעשים פון די צדוקים
 
"את אשר  יגורנו ממנו בא, כי באו לפני על אודות העירוב בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג עיר גדולה לאלקים כ"י, ופתשגן הכתב הציעו לפני ובה נאמר, שאין רוח חכמים נוחים מזה, ורוב הרבנים יצאו נגדה וכ"ו, ויותר ממה שכתוב אמרו לפני, וראיתי לפי דבריהם כאילו האספסוף הרימו ראש נגד הרבנים במעשי אלומות אשר לא יעשה, ואמרתי על כגון זה אין לחשות, וחתמתי שמי על הכתב הנ"ל, אך אחר שנודעתי מכמה רבנים ומאנשים נאמנים שליט"א שלא כן פני הדברים... ולו הייתי יודע זאת מקדם לא הייתי מזדקק כלל לכל זה" 

אינזערע קונדער וועלן דארפן א עבדעברי זאל זיי פארציילן וואס דא איז געווען, אין עס וועט נישט זיין ביי מיר קיין נייעס אויב ביי די קונדער פון די מוחים וועט זיין אזאלכע וואס די אמינה אין די י"ג עיקרים וועט זיין ביי זיי אפגעשוואכט, ווארים אינזער גאנצע אמונה איז געבויט אויף אין אדם מוריש שקר לבניו, אין דא וועט זיך די ינגעל כאפן אז די טאטע האט עם איינגערעד א קאץ אין בויך, נא אויב אזוי פארוואס זאל ער גלייבן אז תורה מן השמים.

 



תוקן על ידי findodort ב- 01/03/2007 7:00:21




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2007 07:35 לינק ישיר 

הסופר הנכבד והחכם "פוןדאדארט" שליט"א

(דאס איז בערך דער לשון וואס "דער איד"(גוי) פלעגט נוצען חוזק מאכען פון אנדערע קרייזען. עס האט טאקע געהייסן פון דא און דארט . אבער געשריבען האט ער אייביג . נאר פון דארט שלעכטס. נישט פון דא. יעצט ווערט דער נאמען פאראכטען דורך דיר לטובה)

עס האבען זיך געדרייט עטליכע בחורים אזויגערופענע קנאים . וואס פלעגען אין אלע ספרים (נכסי הקדש ונכסי יחידים) וויא עס איז געשטאנען דער  נאמען פון ליובאוויטשער רבי אדער קלויזענבורג. אדער בעלז. אויסשטראכען אדער צושרייבען ימ"ש . ווייל אזוי האט מען דאך זיי אויסגעלערנט.
אז דאס איז די תורת הקנאות. .
איינער פון די בחורים פלעגט דאס טוען מיט גרויס התלהבות אין אלע ספרים. היינט איז ער נעבעך יצא לתרבות רעה רח"ל פאר קיין שום יוד געווינטשען. . ער וואינט היינט אין לאנדאן ביי די גויישע גאס. נעבעך.
 
אמאל ביי א מיטינג . וויא מען האט געצווינגען די רבנים אונטערשרייבען (אזוי וויא זיי זאגען היינט אז מען האט געצווינגען ריח"מ דיין אונטערשרייבען דעם היתר פאר די פאבליק סקול. און דעם איסור קעגען בני יואל) .
 האט דער דיארמוטער רב זצ"ל וואס איז געווען אמאל א מגיד שיעור אין סאטמאר בארא פארק. געזאגט . פאר א פאר רבנים . אונטערשרייבען וואלט מען געדארפט קעגען די חברה בעצמם די וועלטס טעראריסטן. נאר וואס קען מען טוען . אין כוחנו יפה ליידער.

אמאל חוה"מ פסח ווען כ"ק רבה"ק זי"ע לאחר תשכ"ח של רבינו זי"ע און נאך אזא טעראר אקציע קעגען די רבנים . איז פארגעקומען א ברית ביי א אייניקעל פון  ר' ישכר בעריש רובין קערעסטירער רבי זי"ע אין בארא פארק . דער צעלימער רב זצ"ל איז געווען מוהל דער פאלטישאנער איז געווען סנדק. האט מען געהערט מפי קדשו פון די רבנים אז די גאנצע הכרזה דעמאלס איז סתם חספא בעלמא פון די אינשי דלא מעלי וד"ל. פרטים וויל איך נישט שרייבען ברבים.
ווער עס וויל עפעס פארשטיין וואס איז פארגעגאנגען בימים ההם. זאל וויסען אז בעפאר מען האט אריינגעפירט דעם שאפראנער רב זי"ע אין שפיטאל תשכ"ט פאר זיין פטירה(שביעי של פסח כ"ט) האט ער געהאלטן א קורצע אבער שארפע דרשה ביי זיך אין בית המדרש. קעגען דעם טעראר.
 ער האט געזאגט אז אזוי ווי ער גייט שוין אויפן עולם העליון איז ער מגלה אז ער האט נישט מורא פאר די טעראריסטן וד"ל. די דרשה איז געווארן אפגעדרוקט אין א קונטרס מען קען עס נאך באקומען ביי יחידי סגולה.
נאך די פטירה אין שביעי של פסח וויא מען האט עהם מטמין געווען במקום מנוחתו הטהורה אין סקווירא. האט געדארפט פארקומען א הספד אין בית המדרש הגדול אין ראדני סטריט. אזוי וויא ער איז געווען דער ראש ישיבה אין סאטמאר אלע יארן. עס איז שוין געשטאנען פלאקאטען איבעראל.

 די לעצטע מינוט האט עס סאטמאר געקענסלט וועגען זיינע דיבורים האחרונים קעגען דעם טעראר. און יחידים האבען ארגאנאזירט א הספד אין פובליק סקול אין ווילסאן סטריט. וויא קיינער האט זיך נישט געטרויט מספיד זיין מחמת המציק האט מען געברענגט ר' שבתי יודעלעוויטש פון ארץ ישראל ווויא ברמז האט ער מזכיר געווען די מעשה נורא.
עס איז געווען א שרעקליכע לווי' מוצש"ק פרשת חיי תשל"ג במעמד אלפים מישראל. און דער סקווערער רבי איז געקומען צו די לווי'. האבען די בחורים (די זעלבע שקצים עוכרי ישראל וואס שרייען היינט שבת) אינמיטן אזא טרויעריגע לווי' געשטאכען דעם סקווערער רבין מיט שירעמס. אז ער האט געמוזט אנטלויפן אינמיטן די לווי' (אפשר האט ער שוין דעמאלס גענוצט דעם עירוב העתיד?)

און בזה לא נגמר הדבר. נאר בעפאר פורים תשל"ג ווען די ישיבה אין סענדז סטריט האט ארויסגעגעבען דעם פורים צייטונג 
  (אזוי וויא מען האט יארן שפעטער ארויסגעגעבען דעם "פני ה.כ.ל.ב" (ה"אגער (ר' מאטעלע) כ"אשוי(קאשוי) ל"ייטנער(מאנטעווידעא)  ב"רייער(רבי יואליש מארגענשטערן (ברייער). וואס איז ארויסגעקומען אויף פורים תשנ"ה .  
איז אין יענעם פורים צייטונג פון תשל"ג. געשטאנען א טעם גדול פארוואס ביי די לווי' אין חשוון האט מען געשטאכען דעם סקווערער רבין. דער תירוץ איז געשטאנען ווייל ער גייט א גאנץ יאר אין שטיוול. איז עהם דאך קאלט האט מען עהם געשטאכען עהם אנצוווארעמען וד"ל.
 אלעס איז מסתם געווען מיטן היתר פון דעם רב וואס איז מתיר צו טעראריזירען היינט אויך.

איך וויל איבערחאעזרן מיינע  ווערטער אז "שויתי" לשיטתו און אזוי וויא מען האט עהם אויסגעלערנט איז ליידער גערעכט ער איז גארנישט שולדיג.
איך וויל מיך אנטשולדיגען פאר "פוןדאדארט" פארוואס איך האב נישט געשריבען קיין מ"מ פון עה"ג אז סאטמאר איז נישט מחוייב צו פאלגען א רב וואס טוט קעגען שו"ע. אזוי וויא ער האט געוואלט.
ווייל זיי שטעלען צו א רב לויט זייער פארטיי. אפילו אזא אויסגעשפראכענער קעגנער וויא הרב דעוויד פון פלעטבוש . וואס די גאנצע שיטה מיטן ויואל משה איז ביי עהם נאך ווייניגער וויא א מגידות ספר ..נאר סתם א פורים שפיעל.   פונקט וויא איינער זאל שרייבען א חיבור צו מען זאל עסן לאקשען קוגעל מיט צוקער אדער אהן צוקער.(כלשונו הזהב של הרב דעוו.  )  (וואס כידוע איז דאס אויך נישט קיין פשוטע זאך . ווייל דער הייליגער רבי רב מאירל פרימישלאנער זי"ע האט דאך געזאגט אז לאקשען קוגעל איז "מסיני" און כידוע פון הייליגען בעש"ט זי"ע אז "לאקשען" איז לא קשין זכר ללחם הפנים. . דארף מען דאך טאקע וויסען וועלכע צו מיט צוקער אדער אהן צוקער. )
 גייט מען אויפשטעלען אזא מענטש אין סאטמאר . און עהם זאל שויתי וכת דילי' פאלגען. און לשיטתו מעגען זיי אויך גיין צו די בחירות.  אבי נאר נאכשרייען פרויען. ווייל דאס איז יעצט די רצון פון די פארטיי
                                                            א גוטן שבת זכור און א גוטן פורים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ועד העירוב פון בארא פארק.. געוואלדיגע הצלחה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.