|
|
| נשלח ב-1/3/2007 17:23 |
|
| |
מה לענין שמיטה אצל הר גריזים?
אפגעפלעטקעט א גאנצען עמוד, נו, דעיס זאגט אז מדארף טראגען שבת? צו ווילסטו אפשר מאכען א "לאקשען קוגעל" פון דעי אלע מעשיות מיט די היינטיגע מערכת העירוב? אויב דו קענסט יא אזוי גוט צוזאמענמישען רעטעך מיט לאקשען, אפשר ביסטו עס ענדערשט מדמה צו די מערכה מיט ציונות אדער בחירות?
בדרך אגב, האב איך נאר געוואלט מודיע זיין 0וואס דו ווייסט בעסער פון מיר) אז איך קען נישט קיין איין איינציגען מוחה וואס זאל האבען שייכות מיט אפילו ריינץ פון דעי אלע מערכות וואס דו רעכענסט דא אויס, וואס יא, ביי די מעשה פון ניקלשבורג, איז געווען א יוד וואס האט זיך אנגענומען פארען ניקעלבורגע רבין, און ער איז היינט פון די גרעסטע מוחים
סאיז צייט זאלסט אויפהערען מיט ספין, און שימפעריי, און אנהייבען רעדען צו דער זאך....
די הונטערשטער שורה פון אלע דיינע תגובות, איז פארביטערטקייט און א אויסגעשטרעקטען גאן צו שיסען אויף אלעמען, פונקטליך וואס דיין דיסעפוינטמענט אין לעבען איז ווייס איך נישט, קען זיין דו האסט גערעכענט אמאל צו זיין עפעס א מכובדיגע רב אין די גאס צו אין שטאט, דערווייל מוטשעסטו דיך נעבעך צו זיין א שטיקעל שיינע יוד אין היידפארק... אפשר בין איך מיך טועה, אבער אזוי קוקט עס אויס
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2007 17:40 |
|
| |
סך הכל דו פאלג דיין רב. און שריי ביז מארגען נאכען קוגעל.
צום אכצענטען מאל, איך שריי נישט, און איך טראג נישט, סאו דעי אלע קללות און שימפערייען ציהל אן צו א צווייטען, אלעס וואס איך טוה, איך וויל עפענען דעי פאר "פאנאטישע קעפ, וואן טרעק מיינדעד מענטשען"
וואס ווילען זיך בארואיגען, אז דעיס טראגען, דעיס איז א פלעינע אומשולדיגע זאך, א ריכטיגער משל פון א תמימותדיגען יוד וואס וויל "פשוט פאלגען זיין רב", און ער איז ממש מקיים מצוות טלטול בשבת לשמה
אבער דער מוחה, דער איז א חי' פון וואלד, אומציוויליזירט, און ער האט שייכות מיט מ. וועכטער.. וכו'
דעים פוינט האק דיר ארויס פון קאפ!
אויב איז טראגען שבת זיין א מצוה לשמוע דברי חכמים, איז שרייען אויכעט די זעלבע, און נאכמער, ווייל א טייל רבנים האלטען אז סאיז א חיוב!
עבד עברי:
און דער וואס וועט טשעפענען וועט שיין זיצען אין תפיסה כהלכות גוברין יהודאין לויטן פסק פון אונזער רב . עד כאן.
דא זעיט מען טאקע דיין אמתען פרצוף, ארעסטירען, זיצען אין תפיסה, רוקסט נאך אריין א ליגענט (צו פארמיידען די קריטיק אז ענק זענען פשוטע מוסרים ומלשינים), זאגסטו פון פאראויס אז סאיז דא א היתר פון א רב... בעלאוני!
דעיס איז דיין/ענקער וועיג פון טראכטען און טוהן, אנצוקומען צו דעים ציל פון נקמה און ניצחון, וועט מען שלאגען, אנברעכען ביינער, שעלטען טויטע קללות און נישט מער און נישט ווייניגער, אן בושה זאגט דער עבד "אלך ואמסור" יא איך גיי מסרן, רח"ל
"און דו ביסט נאך דער אומשולדיגער איידעלער יוד..."
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2007 19:03 |
|
| |
שיויתי אלף בית
אויב פאלגען א רב וואס זאגט אז מ'מעג טראגען איז די זעלבע זאך ווי פאלגען א רב וואס הייסט שלאגען איז פאלגען א רב וואס הייסט מסרן די זעלבע זאך וואס פארשטייסטו דאס נישט
יא ער מעג פאלגען זיין רב וואס זאגט אז מ'מעג טראגען און ער ווערט נישט דערמיט קיין בעל מחלוקה אפילו ער טראגט פארפוילטע ארענדזשעס עס איז נישט דיין געשעפט ער איז אויף די פרייע גאס די מיט דיין שרייען ביזטו דער בעל מחלוקה
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2007 20:53 |
|
| |
א פיינע היכי תימצא
וויאזוי איז אבער, ווען דער זעלבער וואס טראגט פארפוילטע ארענדשעס, איז דער זעלבער וואס שלאגט, און דערנאך ווערט ער א מסור, און גייט מסרן?
ווייל וויפיל מאל דו וועסט עס איבערזאגען, וועט זיך די מציאות נישט טוישען, דעי וואס שרייען שבת זענען מוחה מיט די מויל, און הייבען נישט קיין הענט, און דו ווייסט דעיס בעסער פון מיר, די הענט האבען געהויבען און הייבען און וועלען ווייטער הייבען (אויזער אויב סעט אריין אין די שלעגערס א הרהור תשובה) דעי וועלעכע טראגען די פארפוילטע ארענדשעס, חוץ מיאוסע ווערטער, קללות און זידלערייען מיט קולי קולות (זיי מעגען יא שרייען...) האבען זיי א טרויעריגע היסטאריע פון הייבען הענט
קיין רב הייסט נישט שלאגען, און קיינער וועט נישט קענען זאגען אז זיין רב האט געהייסען שלאגען, נישט קיין מוחה און נישט קיין טרעגער
אויף טראגען זאגסטו אז סאיז דא רבנים וואס זענען מתיר, אפילו סאיז דא אנדערע רבנים וואס האלטען אז סאיז חילול שבת, אבער דו טענהסט אז ער מעיג רואיג טוהן אפילו פארפוילטע ארענדשעס, ווייל ער טוט וואס זיין רב זאגט עים אז סאיז גוט
דעי זעלבע מיט דעים מוחה, ער טוט פונקטליך לויט די תורה ווי זיין רב הייסט עים, אפילו דו טענהסט אז סאיז מחלוקת, דעי טענה פון מחלוקת ווייס דער רב פונקט אזוי און דאך האט ער געזאגט פאר זיינע מענטשען אז ממעיג און מדארף שרייען שבת
דער מוחה איז פונקט אזוי אויסגעהאלטען לויט דיינע טענות
(אז דו רעדסט שוין פון מחלוקת, סדא רבנים וואס האלטען נישט אין הלכה אזוי שטארק קעגען עירוב, אבער זיי לאזען נישט טראגען וועגען מחלוקת, איז אויב רעדסטו פון מחלוקת, איז נישטא קיין גרעסערע מחלוקה מאכערס אין די וויליאמסבורגע היסטאריע ווי די מאכער פון דעים ווייערלעס א.ג. עירוב, )
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2007 21:20 |
|
| |
די מחלוקה אין סאטמאר אליין איז א סאך קלענערע מחלוקה וויא די עירוב מאכערס
די מחלוקה צווישן סאטמאר און בעלז מ"ב מ"ג איז א סאך קלענער וויא די עירוב מחלוקה
די מחלוקה סאטמאר קלו"ב תשי"ז איז א סאך קלענער.
א קשיא? פארוואס . שרייסטו דו טאקע נישט . עס איז דאך א מצוה לויט א רב וואס דו האלטס פון עהם
זעהט אויס דו האסט אין דיר יא אביסעל איידלקייט.
והא ראי' דו בעטס מען זאל מפציר זיין בתפילה פארן חשובען ווינער רב שליט"א און דו שרייבסט "לקיים בנו חכמי ישראל" חאטש ער האט ברבים אין פרק פארלערנען. ברמז אראפגעריסן יענעם רב און ער האט געזאגט "ח"ו צו רופן יודישע קינדער מיט לשונות של גנאי" מילך קעסטלעך"
ישראל עם קדוש האט דער ווינער רב שליט"א אויסגעשריגען!!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2007 23:55 |
|
| |
דו קענסט ווייטער ממשיך זיין,
און די מחלוקה צווישען בעלזא און בעלזא
און צווישען באבוב און באבוב
און צווישען ספינקא און ספינקא און ספינקא
און צאנז קלויזנבורג מיט צאנז קלויזענבורג
דעיס איז אלעס מחלוקת צווישען קהילות, א מחלוקת וואס רירט כמעט יעדעם אן או לכאן או לכאן איז דער עירוב, דעיס נעמט ארום יעדעם יחיד נישט קיין חילוק ווי ער בעלאנגט, איינעם טוט וויי אז מטראגט איינעם טוט וויי אז משרייט, די הונטערשטע שורה אז סהאט פאקטיש צוריסען ידידים און משפחות, שכנים און גוטע פריינט
יעצט טייערע עבד, לאמיר אריבערגיין אביסעל טאנצען אינאיינעם דא אויבען..
שוין גענוג זיך געשלאגען, לאמיר נאכען אויספאסטען זיך טרעפען ביי די לעבעדיגע ריקודים
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2152291
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 00:22 |
|
| |
יישר כח וחילך פארן איינלאדענען מיך צו טאנצען אינאיינעם.
אבער פארן שלוס וויל איך נאך מוסיף זיין . אז אמאל יארן צוריק ביי איינס פון די גרעסטע מערכות. האט איינער א רב געהייסן גיין . איינער וואס איז בכלל נישט אין איין גלייכען מיט דעם רב המתיר שרייען נאר טויזענט מאל גרעסער וד"ל.
און רבה"ק זי"ע איז זייער בייז געווען אויף יענעם חאטשיג בגלוי האט ער עס נישט ארויסגעוויזען אבער יעדער האט דאס געוויסט.
און איינער פון די חשובע זקני הרבנים האט זיך אנגענומען פאר יענעם אז יענער טוט דאך א גוטע זאך (אזוי וויא דער בכלומערשטער רב ער הייסט דאך שרייען אויף מחללי שבתות (א דוגמא).
קען מען הערן אויפן טעיפ
(דארט וויא איך האב געמאכט פינטלעך . איז ווייל איך וויל נישט ארויסשרייבען וואס דער רבי האט געזאגט כמובן)
וזה לשון קדשו אות באות.פאר יענעם רב וואס האט זיך אנגענומען פארן אנדערען רב. וז"ל
גיי דו נאר!! ווער הייסט דען גיין מוחה זיין ..... איינער וואס האט יראת שמים ... ער האט מורא פאר א עבירה. איך האלט עהם נישט פאר אזוינעם...נאר!!!.גיי דו
דאס איז דער לשון הקודש וואס מיר האבען געהאט די זכיה צו הערן בימי קדם בהלו נרו על ראשינו דער קול ערב ונעים קול השם בכח קול השם בהדר . דעמאלס האט דאס אויך געמעגט זיין קול השם שובר ארזים. נישט צו זאגען אויף טעראריסטן די זיסע קולעכלעך.
און טאקע דער טעראריסט וואס האט זיך אנגענומען פארן ניקלשבורגער. אזוי וויא דו שרייבסט אויבן און היינט האט ער מוציא שם רע געווען אז די חברה עירוב מאכערס האבען עהם געוואלט הארגענען.
א גוטן פרייליכען פורים און בריות גופא ונהורא מעליא לעשות רצון הבורא יתברך שמו מתוך שמחה ונחת והרחבת הדעת.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 01:02 |
|
| |
עבדעברי אז שויתי וויל טאנצען מיט דיר וואטש דיר דיינע ביינער. פריער האט ער געטאנצען מיט מיר, ער האט געדריקט מיין האנט. איך האב אנגעפאנגען צו שרייען וואס דריקסטי מיין האנט, שרייט ער ציריק אז איך דריק זיין האנט און איך מאך נאר מעשה פוטיפר.
_________________
תוקן על ידי findodort ב- 02/03/2007 1:05:47
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 01:08 |
|
| |
תוקן על ידי findodort ב- 02/03/2007 1:09:09
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 06:32 |
|
| |
איז דא א טעפ פון די מסיבה ?
ווער האט אלס גערעד ?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 08:25 |
|
| |
איך האב געהערט רבי יחזקאל ראטה שליט"א, ער האט גבערענגט א זוהר וועגען ירושלים, און האט זייער משבח געווען דעם באראפארקער עירוב.
דער שטעירמאן איז געווען איינער פרידמאן, פעסט גערעט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 20:48 |
|
| |
שיויתי היקר
איך גיי נאך בשתיקה דו פראווסט אריין צוזעצען אין אונזערע פארשטאפטע קעפ דעם דמיון צווישן טראגן אין שרייען, אבער מסרן אין שלאגן האלסטו איז גאהר עפעס אנדערש.
משא"כ די אנדערע צד האלט אז שרייען איז גלייך צו מסרן אין שלאגן.
עבד עברי מיט זיין גאנצע בקיאותו הגדולה אין שארפע פעדער קען דיך נישט איבערצייגן, ומה יענו אזובי קיר.
לאמיך פראוואן נאך איין מאהל, אפשר אין זכות פון שבת מלכתא וועט עס מיר געלונגען
וזה החלי בעזהשי"ת
טראגן אין איין עירוב איז א אויסגעפאסקענטע הלכה, און טשעפעט נישט קיינעם, סיי בדיני ישראל סיי בדיניהם.
מבזה זיין א אמענטש אין נאכשרייען איינעם דברי זלזול ברבים איז איין אטאקע סיי בדיני ישראל סיי בדיניהם, סאיז אין די זעלבע קאטעגאריע ווי שלאגן.
די שאלה איז יעצט צו סאיז דא אויף דיר אחיוב מחאה.
פארשטיי גוט,דער חיוב מחאה מאכט נישט דאס שרייען ווינציגער שעדליך, דו טענה'סט נאר אז דער רב האט דיר מתיר געוועהן מיך צו שלאגן.
על זה אנו דנין,
דאס זענען אונזערע פונקטן.
א) סנישטא קיין שום חיוב מחאה ווען יענער טוט לפי הוראת רבו ב) קיינער האט נישט אויף גענומען רז"ל ודוגמתו פאר רב הכולל פון וומב"ג ג) דער רב וואס דו טענה'סט ער הייסט מוחה זיין, האט ברבים אויך אין די צייטונג צוריק געצויגן (ר' הלל וו"ב) ד) דער רבי רז"ל נעמט אויף בכבוד גדול די אלע (לשיטתו) מכשילי הרבים. ה) לפי הנשמע האט רז"ל נישט געשריגן "מילך קעסטל" אדער "מחלליה מות יומת" אויך רח"ל ווען ער איז געוועהן דארט, אויך נישט אויף ר' פישלע והרב מאודווארי ומקארלסבורג, כאטש זיי זענען אלע פון דעם בי"ד לעניני עירובין וואס פאסקענט אז מדארף מאכען איין עירוב אין ברוקלין. סאיז נישט קיין חילוק שבת צו אינדערוואכן, איז א ראיה מובהקת אז ער האלט נישט אזוי ו) נישט נאר ר' ז"ל נאר קיין איין רב שרייט נישט נאך, משא"כ טראגן טראגן זיי יא! איז א דיין גאנצער יסוד אז א רב הייסט שרייען, א פאלשער.
יעצט אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי. טאמער וועסטו מיר אפענטפערן טויג דאך נישט, אלא מאי דו וועסט נישט האבן וואס צו ענטפערן, וועסטו דאך נעלם ווערן אויף א שטיק צייט כדרכך
ונלפענ"ד אז די וועסט אנכאפן דעם דרך הממוצע, במקום צו ענפערן צו דער זאך, וועסט שריייבן אזא אריכות גדול ווי די איגרות ראשונות מיט די אחרונות צו זאמען, ונשלוח בידי האחשתרנים בני הרמכים,
יעזור קוב"ה אז סזאל נתעורר ווערן די ימי הפורים יעדערפירט זיך משפחה ומשפחה, כדת וכהלכה, ולהיות כל איש שורר בביתו ומדבר קיינער זאל נישט נאכשרייען קיין מענער מיט קיין ווייבער.
,
תוקן על ידי - baachi - 02/03/2007 20:56:24
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 20:50 |
|
| |
עבדעברי אז שויתי וויל טאנצען מיט דיר וואטש דיר דיינע ביינער. פריער האט ער געטאנצען מיט מיר, ער האט געדריקט מיין האנט. איך האב אנגעפאנגען צו שרייען וואס דריקסטי מיין האנט, שרייט ער ציריק אז איך דריק זיין האנט און איך מאך נאר מעשה פוטיפר
פון דאדארט, דו ביסט עס געוועין?
נעכטען געשעין און שוין האסטו פארדרייט די מעשה...
איך האב דיך נישט געדרוקט, איך האב פשוט אפגעלאזט דיין האנט, זיי נישט ברוגז פארוואס איך האב געמוזט טוישען פלאץ, סהאט זיך געשפירט ווי דו האסט זיך שוין א וואך נישט געוואשען... איך האב עס שוין נישט אויסגעהאלטען, איך האב דיך נישט געוואלט פארשעימען, האב איך זיך אזוי פריינטליך געגעיבען א דרוק דיין האנט און געלאפען צום אנדערען עק זוכען א נייע שכן...
(קען זיין אז דו גייסט געוועינטליך יא אין שאוער, אבער צוליב די היץ אין זאל פון די טאנצען האסטו שטארק געשוויצט, אבער איך האב עס נישט געקענט פארטראגען) זיי מיר מוחל..
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 23:07 |
|
| |
טייערע יודישע קינדערלעך. קודם כל א דאנק פאר "באטשי" היקר וואס ענדליך איז ער צוריק דא אויף אונזער אשכול.
און נאכדעם אזוי וויא עס ב"ה געווארן א שיינע הערליכע צייט . און עפ"י הלכה ובוודאי לויט די קפידא פון רבי נתן אדלער זי"ע רבי פון הייליגען חת"ס זי"ע זענען פרויען אויך מחוייב צו הערן פרשת זכור וואס איז לכולי עלמא מדאורייתא. (נישט וויא רה"ר דאורייתא) .
על כן טייערע יודען עם קדוש עטס קענטס רוהיג ארויסגיין אויף די גאס סיי אין שול און סיי מענג זיין דעם הייליגען שבת קודש וואס אונדז זענען מיר נצטווה געווארן פון אונזערע הייליגע נביאים "וקראת לשבת עונג" וואס אין דעם זכות ווערט מען ניצול פון מלחמת גוג ומגוג(במהרה בימינו) און מען באקומט נחלה בלי מצרים.
עטץ קענטס מוציא זיין דעם שויתי וכת דילי' מיט די מצוה פון טראגען כדי לענג את השבת. ווייל זכין לאדם(טאמער ער איז א מענטש) שלא בפניו.
אבער די שרייערס (די רשעים וצדוקים) קענען עהם נישט מוציא זיין מיטן שרייען אפילו לשיטתו. ווייל "אין שליח לדבר עבירה". און וויא איז נאך דא א גרעסערע עבירה סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו . וויא מבזה צו זיין יודען און מבזה זיין די הייליגע תורה הקדושה מיט אזאלכע געמיינע זאכען
מילא ביי דעם אזויגערופענעם (רב) איז דאס נאכשרייען פון זיינע קליינע עבירות . ווייל המחטיא את הרבים מיט כמעט כל איסורין שבתורה ואכמ"ל. אין מספיקין בידו ח"ו.
דער הייליגער רבי אליעזר דזיקובער זי"ע זון פון ראפשיצער רב זי"ע האט אמאל געהערט דעם דברי חיים לייענען קריאת התורה. און דער דברי חיים האט געשריגען אינמיטן א פאר מאל. קולות
האט עהם רבי אליעזר'ל דזיקובער געפרעגט. רבי איך זעה דאך אויך אלעס וואס איר זעהט
נו! פארוואס האלט איך מיך צוריק און איך שריי נישט ? האט עהם דער דברי חיים גענטפערט. יא ווען איך זעה אזוי ווייניג וויא דו וואלט איך מיך אויך צוריקגעהאלטן .ליידער "אתה רואה ראיה אחת ואני רואה שתי ראיות(מד"ר שמות) " איך זעה און זעה עכלה"ק.
ווען סיי וועלכער ערליכער יוד אין די וועלט וואס האט נאר א טראפ יראת שמים . וואלט געוויסט אויף דעם אזויגערופענעם רב אפילו א פערטל פון דעם וואס איך ווייס . און מכ"ש דאס גאנצע וואס איך ווייס אויך נישט
.וואלט מען נישט נאר עהם מבזה געווען . נאר מען וואלט עהם גערודפט וויא פינקלן
אבער דאס איז זיכער אז אפילו ער וואלט געווען א ערליכער אב אפילו א אדמו"ר האט ער נישט קיין שום רשות לא בדיני תורה ולא להבדיל בדיני עכו"ם הייסן יודישע קינדער נאכשרייען נאך זייערע ברודער אידען
א גוטן שבת א גוטן פורים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 21:45 |
|
| |
תוקן על ידי עבדעברי43 ב- 05/03/2007 21:49:58
|
|
|
|
|